וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אייוועלט ארכיוו

וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

אכטונג: געשריבן כסלו תשע"ג (2012), אינפארמאציע קען מעגליך זיין טיילווייז אומקראנט

קודם וועט מען ארומרעדן וויאזוי צו פארמיידן אלע מיני וויירוסעס און ספייווער וכדו' און דערנאך וועט מען זעהן וואס צו טון ווען מ'האט שוין א וויירוס, און וויאזוי פטור צו ווערן דערפון.

דער ערשטע זאך איז צו נוצן א גוטע אנטי וויירוס, און כסדר אפדעיטן די קאמפיוטער, מייקראסאפט גיט ארויס אפדעיטס און עס איז וויכטיג אז איר זאלט זיי אינסטאלן.

דא האט איר א ליסטע פון אומזינסטע אנטי וויירוס פראגראמס:
Ad-Aware Panda Microsoft Security Essentials Avast AVGFree Avira

פארשטייט זיך אז די באצאלטע ווערסיעס זענען אסאךבעסער, אבער דאך זענען די אומזינסטע ווערסיעס נישט אונטערשטעליג און זיי טויגן גאנץ פיין.

דא האט איר א ליסטע פון באצאלטע אנטי וויירוס:
Kaspersky BitDefender Panda Norton ESET NOD32 Avast Pro Avira Premium AVG

וואס איז א קאמפיוטער וויירוס?
א וויירוס איז קאוד וואס מאכט טוישונגען צו א קאמפיוטער אן רשות פון דער באנוצער, אפילו עס מאכט נישט קיין שאדן. די נאמען וויירוס ווערט אפטמאל בטעות גענוצט אלס א שם כללי פאר אלע סארט מעלווער (Malware),טראצדעם וואס טעכניש זענען זיי אנדערש - א וויירוס קען זיך נישט אליין פארשפרייטן, אבער א ווארעם קען יא.

באקאנטע סארט וויירוסעס
Worm:
א ווארעם איז א פראגרעם וואס פארשפרייט זיך פון זיך אליין דורך לעכער אינעם קאמפיוטער, עס מאכט קאפיעס פון זיך אויף יעדע כלי וואס ווערט אריינגעשטעקט אין קאמפיוטער, ער קלעבט זיך צו אימעילס וואס ווערן געשיקט, און סיי וועלכע וועג ער קען וועט ער זיך קאפיען און פארמערן.
געווענליך וועט א ווארעם נישט ארבעטן אליין, ער וועט איבערלאזן אדער דאונלאודן א וויירוס איבעראל וואו ער גייט.

Trojan Horse:
א טרויענע פערד איז א פראגרעם וואס זעהט אויס צו זיין אומשולדיג אדער גאר א גוטע און נוצליכע פראגרעם, און וועט אפילו מאכן אויסזעהן ווי ער טוט טאקע דאס וואס ער דארף, אבער שטילערהייט טוט ער גאר אנדערע זאכן, ער קען איבעגעבן קאנטראל פונעם קאמפיוטער צו א העקער, אויסמעקן פיילס, אדער גנב'נען אינפארמאציע.

צומאל קומען די טרויענע פערד פארשטעלט ווי וויירוס קלינערס אדער ענליכע טולס, און זיי טוען אנבאטן אומזינסטע סקענס פאר עררארס וכדו'. געדענקט! אויב איז עס צו גוט צו זיין אמת, דאן איז עס ווארשיינליך ליגענט.

[אגב, ווי קומט א פערד צום קאמפיוטער? איז אזוי, מיט הונדערטער יארן צוריק האבן די גריכן געפירט א מלחמה מיט טרוי, און זיי האבן נישט געקענט בייקומען די שטאט. נאך עטליכע יאר באלאגערן די שטאט זענען זיי אויפגעקומען מיט אן וואזשנע איינפאל, זיי האבן אויפגעבויעט פון האלץ א ריזיגן פערד און געשיקט שליחים צו די מענטשן פון טרוי, זאגענדיג אז זיי ווילן מאכן שלום מיט זיי. די טרויענע האבן אנגענומען דעם אנבאט מיט ביידע הענט און ס'איז געקומען צו א שלום, דאן האט דער פארשטייער פון די גריכן זיך אנגערופן אז אלס א צייכן פון פרידן טוט ער זיי אוועקשענקן דעם ריזיגן פערד.

מיט גרויס פאראדע האבן די מענטשן פון טרוי אריינגעברענגט דאס פערד, און עס אוועקגעשטעלט אויף א חשוב'ן פלאץ אין צענטער פון שטאט.

עס איז שא שטיל אינמיטן די נאכט, די גאנצע שטאט שלאפט, ווען פלוצלינג עפענט זיך אויף די בויך פונעם פערד און עס הייבן אן ארויסצוקומען פון דארט גאנצע מחנות סאלדאטן, איינס צוויי זענען זיי בייגעקומען די וועכטער פון די מויערן, געפענט די טויערן פון שטאט און אריינגעלאזט די גריכישע מיליטער, פארשטייט זיך אז די גריכן האבן געוואונען די מלחמה.]


Rootkit:
א Rootkit איז א סארט וויירוס וואס כאפט זיך אריין אין די MBR פונעם הארד דרייוו, (MBR איז די מעמארי פון ווי די הארד דרייוו/קאמפיוטער צינדט זיך אן) און ווי נאר די קאמפיוטער ווערט אנגעצינדן אקטיוויזירט זיך דער וויירוס און ער נעמט קאנטראל אויפן גאנצן סיסטעם. די סארט וויירוסעס זענען די שווערסטע צו טרעפן און אויסקלינען, רוב מאל דארף מען פארמעטן דעם הארד דרייוו און ריאינסטאלן דעם אפערעיטינג סיסטעם.

Logic Bombs:
דאס זענען אזעלכע וויירוסעס וואס וועקן זיך אויף געוויסע טעג אין יאר, לדוגמא עס איז דא א וויירוס ווואס וועט אויסמעקן אלע בילדער פונעם הארד דרייוו אויף א ספעציפישן דעיט (October 31).

Spyware:
דאס זענען פראגראמס וואס וועלן נאכקוקן (אן אייער רשות) וועלכע סייטס איר באזוכט און וויפיל שעה איר זיינט אנליין, אדער וועלכע סוירטש ענדזשען איר נוצט מער וכדו'. צומאל וועלן ספייווער אויך אינסטאלן אומגעבעטענע טולבארס און סאפטוועיר.

Backdoors:
א הונטערטירל איז א פראגראם וואס קען אינסטאלירט ווערן צוזאמען מיט א וויירוס אזוי אז אפילו די וויירוס ווערט אויסגעקלינט וועט דער העקער זיך לייכט קענען צוריק ארייינברעכן אינעם סיסטעם.

Macro viruses:
מעקרא וויירוסעס ווערן געשריבן אין VBA אדער אנדערע מעקרא שפראכן און ווערן אקטיוויזירט ווען די ווארד,עקסעל, אדער עקסעס פייל וואס ענטהאלט די וויירוס ווערט געפענט. די נייערע ווערסיעס פון מייקראסאפט אפיס עפענען פיילס אין א "Protected Mode" אפצוהיטן פון מעקרא וויירוסעס.

Retrovirus:
די סארט וויירוס אטאקירט די אנטי וויירוס פון די קאמפיוטער, דער וויירוס ארבעט נישט אליין ער האט געווענליך מיט זיך נאך חברים, אויב הערט אייער אנטי וויירוס אויף צו ארבעטן, איז א סימן אז עפעס טוט זיך הונטער די קוליסן און מען ברויך עס אויסטשעקן.

סימנים אז איר האט מעגליך א וויירוס

• די קאמפיוטער הייבט פלוצלינג אן צו גיין שטייט
• אייער מייזל רוקט זיך פון זיך אליין
• די קאמפיוטער קראכט אדער פריזט אן קיין שום סיבה
• פראגרעמס עפענען זיך נישט
• מען קען נישט אינסטאלן נייע פראגרעמס
• די אינטערנעט ווערט אפגעהאקט אדער גאר שטייט
• איר קענט נישט אריינגיין צו לעגיטימע וועבסייטס
• דער אויסזעהן פון די דעסקטאפ טוישט זיך פון זיך אליינס (בעקגראונד, קאליר וכדו')
• איר קענט נישט עפענען געוויסע פיילס אדער פאלדערס
• פיילס און פאלדערס ווערן אויסגעמעקט אן אייער וויסן
• די הארד דרייוו ווערט אנגעפילט
• פאלשע pop-ups אז איר האט א וויירוס און קליקט דא עס צו קלינען

וויאזוי זיך אפצוהיטן פון די אלע חברה
אויב האט איר א פילטער אדער א ווייטליסט דארפט איר זיכער מאכן אז אייערע בראוזער, אנטי וויירוס און ווינדאוס קענען זיך אפדעיטן
• מאכט זיכער אז אייערע אנטי וויירוס איז אפדעיטעד (בעסער אויב עס אפדעיט זיך אויטאמאטיש, איר מעגט עס אבער טשעקן פון מאל צו מאל)
• מאכט זיכער אז אייערע בראוזערס (IE קראום, פייערפאקס, אפערע...) זענען אפדעיטעד
מייקראסאפט גיט כסדר ארויס אפדעיטס פאר אפיס און ווינדאוס, און ס'איז וויכטיג אז איר זאלט זיי אינסטאלן. (אמאל נערווירט עס, יא איך ווייס)
• נישט קליקן אויף אדווערטייזמענטס אנליין, נוצט א גוטע עד בלאקער
• נישט ענטפערן ספעם אימעילס
• נישט דאונלאודן אדער נוצן גע'גנב'טע פראגרעמס וכו'
• נישט קליקן אויף פארדעכטיגטע לינקס אין אימעילס, אז פעיפעל שיקט אייך אן אימעיל, גייט צו זייער וועבסייט
• הערט גוט צו, די באנק וועט אייך קיינמאלנישט שיקן אן אימעיל אז אייער אקאונט איז געהעקט געווארן, אויב באקומט איר אזא אימעיל, שיקט עס אין גארבידזש ווי שנעלער
• אויב שמעקט עפעס נישט גוט מיט א לינק זאלט איר עס טעסטן ביי איינע פון די פאלגענדע סייטס:
- http://www.urlvoid.com
- http://sitecheck.sucuri.net/scanner
- https://www.avg.com.au/resources/web-page-scanner
- http://wepawet.iseclab.org/index.php
- http://urlquery.net
- http://scanurl.net
- http://www.mywot.com
- http://www.malwareurl.com/listing-urls.php
- http://www.siteadvisor.com
- http://safeweb.norton.com
- http://zulu.zscaler.com
- http://onlinelinkscan.com

לערנט אייך אויס צו דערקענען ספעם אימעילס און phishing וועבזייטלעך.

• איר קענט אויך נוצן גוגל'ס סעיפ בראוזינג טול

קאוד: וועל אויס אלע

 http://safebrowsing.clients.google.com/safebrowsing/diagnostic?site=your-site-here.com 
• קליקט נישט אויף די אומזינסטע סקען'ס און טול עדס (אפילו אויף פארלעסליכע סייטס)
• גיט אכט אויף עטעטשמענטס וואס איר באקומט אין אימעילס
• אז א פייל זעהט אויס פארדעכטיגט זאלט איר עס טעסטן ביי איינע פון די אנליין פייל סקענערס:
- https://www.metascan-online.com
- http://www.virscan.org
- http://www.viruschief.com
- https://www.virustotal.com
- http://virusscan.jotti.org/en
- http://vscan.novirusthanks.org
- http://www.kasperskyasia.com/scanforvirus
- http://onlinescan.avast.com
- http://vms.drweb.com/online/?lng=en
- צו סקענען ענדרויד עפפס (.apk פיילס) גייט צו http://scan.netqin.com/en

• אויב האט איר א פארדעכטיגטן exe. אדער apk. פייל, און איר ווילט וויסן וואס עס טוט קענט איר עס סקענען ביי http://anubis.iseclab.org
• אויב האט איר א Flash ,PDF, אדער JavaScript פייל, און איר ווילט וויסן וואס עס טוט קענט איר עס סקענען ביי http://wepawet.iseclab.org
• אויב האט איר א פארדעכטיגטן פייל אדער פראגראם און איר ווילט עס נוצן אדער טעסטן אויך אייער קאמפיוטער דאן נוצט Sandboxie

וואס צו טון ווען איר האט שוין א וויירוס

בעצם ווענדט זיך וועלכע סארט וויירוס איר האט, און לויט דעם דארף מען ארבעטן עס אויסצוקלינען, עס איז נישט דא איין וועג וואס ארבעט, מען דארף אלעס פרובירן.

1) דיסקאנעקט פון די אינטערנעט (ווען איר דארפט נישט וויכטיג זיין אנליין)
2) סקענט די קאמפיוטער מיט א גוטע אנטי וויירוס.
3) צו זיין זיכער אז עס בלייבט גארנישט איבער פונעם וויירוס אינסטאלט אפאר פון די טולס אויסגערעכנט דא (איינס אויפאמאל)
- Malwarebytes
- SuperAntiSpyware
- Search & Destroy
- TDSSKiller
- RougeKiller
- Rkill
- Dr.Web CureIt
- Comodo Cleaning Essentials
- Norton Power Eraser
- אויך איז כדאי צו נוצן Ccleaner (הגם עס קלינט נישט קיין וויירוסעס, אבער עס וועט אויסמעקן אלע אומוויכטיגע פיילס און דזשאנק פונעם קאמפיוטער)

4) אויב די וויירוס לאזט אייך נישט אינסטאלן די פראגראם, דאן טוישט די נאמען פון די אינסטאלער פייל (נישט די עקסטענטשן)


נאכן קלינען: פארעכטן די נאכווייען פון די וויירוס

1) עפענט די קאמפיוטער אין סעיף מאוד, [סעיף מאוד איז א סארט וועג אנצוצינדן דעם קאמפיוטער מיט נאר די וויכטיגע חלקים כדי ס'זאל ארבעטן, למשל די סאונד וועט נישט ארבעטן אין סעיף מאוד, ווייל ס'איז נישט וויכטיג און די קאמפיוטער קען רוהיגערהייט ארבעטן אן דעם.]
2) איינמאל די קאמפיוטער איז אין סעיף מאוד,נוצט דעם סיסטעם פייל טשעקער צו טשעקן די סיסטעם פיילס.
3) דאס צו טון, עפענט אויף א קאמענד פראמפט ווינדאו (Command Prompt - CMD),דורך דרוקן דעם סטארט קנעפל, און אריינשרייבן CMD, און דאן רייט קליקן און סעלעקטן "Run As Administrator".
4) אויב פרעגט די קאמפיוטער פאר רשות, קליקט "Yes"
5) איינמאל CMD איז אפן, טייפט אריין SFC /scannow (מאכט זיכער צו לייגן א ספעיס צווישן"SFC" און די "/"), און דאן דרוקט ענטער.
6) ווארטס ביז עס ענדיגט. דאס וועט טשעקן אלע סיסטעם פיילס צו זיי זענען געטוישט אדער קארופטירט געווארן, און די טול וועט עס אויטאמאטיש פארעכטן (אויף XP קען ער צומאל בעטן די ווינדאוס אינסטאלעישן דיסק, אויב ער דארף א נייע קאפיע פון א פייל).

באמערקונג:אויב די טול גייט שנעל, ד.ה. ער ענדיגט סקענען אין ווייניגער ווי א מינוט, איז דא א מעגליכקייט אז די טול אליין איז אינפעקטירט און דאן זאלט איר גיין צו א טעקנישן.

פארעכט עררארס אויפן הארד דרייוו מיט CHKDSK

CHKDSK וועט אנאליזירן די פייל אויסשטעל פונעם הארד דרייוו און וועט אויפזוכן עררארס און זיי פרובירן צו פארעכטן.

1) עפענט My Computer, און סעלעקט די דרייוו וועלכע איר ווילט סקענען און קליקט Properties
2) קליקט די טולס טעב, און סעלעקט Check Errors Now
3) עס וועט זיך עפענען א ווינדאו, דריקט Start,
4) וויבאלד די לאקאל דרייוו איז אקטיוו וועט די קאמפיוטער עס נישט קענען סקענען, אבער ס'וועט עס סקענען ביים נעקסטן ריסאטארט
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:09 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויב בלייבט ווערטער אין מויל זיך צו באדאנקעו ווילסטו עס דא אדער אין פריוואט?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אה זייער שיין! ענדליך לייגט שוין איינער א געהעריגע גייד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

יש"כ זייער קלאר, א דאנק אייך פאר די מיה פון דאס אראפשרייבן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3293
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

WOW
ישרכח
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

א גרויסן יישר כח! זייער שיין און קלאר!!
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

ווער האט זיך גע'חלומ'ט וואספארא 'לב טוב' עס ליגט באהאלטן הונטער א ניק ?!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29814
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הנאה געהאט פון דעם טרויענעם פערד באדייט.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

לכאורה האט געשריבן: הנאה געהאט פון דעם טרויענעם פערד באדייט.

א טראדזשען הארס האבעך שוין לאנג געוויסט וואס ס'איז' אבער א טרויענעם פערד דאס איז נייעס...
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

גם אני מצטרף!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

אטא דאס מאכט זיך מפעם לפעם, אוי וויי...
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

שרייב אזעכע ארטיקלעך אפטער שכח.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

שיין און קלאר אראפגעלייגט, ייש"כ.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א גרויסן יישר כח !!
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

שכוח, זייער קלאר אראפגעלייגט.

אויב איינער וויל וויסן, MBR מיינט Master Boot Record
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

גאר נוצבאר. יישר כח.
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

תודה רבה!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12732
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר כח!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

כ'ווייס נישט וואו עס צושרייבן, שרייב איך עס דא,

מיין עוועסט אנטי וויירוס טאנצט אויף אסאך מאל די לעצטע פאר טעג אז זיי האבן מיר אפגעהאלטן פון א וויירוס, מיט די פאלגענדע מעסעדזש

Infection Details
URL: http://sp.cwfservice.net/1/N/K95247DB84/.. .
Process: C:\Program Files\Blue Coat K9 Web Protec...
Infection: URL:Mal


וואס קען איך טון דערצו?
כ'האב געסקענט מיין קאמפיוטער און סאיז קלין,
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

WOW האסטו אראפגעלייגט א ארבעט דא! און פשוט לשם מצוה!

דער זכות 'וועט' דיר ביישטיין!!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס איז נישט געבליבן נאר דיר צו דאנקען.

און אזוי ווי דו האסט באמיהט און צוגעשטעלט פאר אונז די ווערק בלב טוב ובמדה רחבה,
זאל דיר דער אויברשטער באצאלען מיט מדה כנגד מדה און דיר צושטעלען אלעס וואס דו
דארפסט ברווחות וברחבות, מיט נחת און פרייד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

אנבעליוועבל!!! אזוי שיין, קלאר און דייטליך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א דאנק פאר דיין שווערע ארבעט, אפרישיעט איט.

אגב האסט נישט דערמאנט ComboFix וואס דארף צו הייסן א גאר גוטע ווירוס קלינער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

Combofix איז זייער אן עדווענסד טול און אויב ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן קען מען צוברעכן דעם קאמפיוטער דעריבער האב איך עס אויסגעלאזט - אי"ה אויב די צייט וועט ערלויבן וועט מען אנקומען צו דעם און נאך זאכן, ווי למשל HiJackThis
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

אסאך מאל פעלט עס אויס צו מאכן זיכער אז קיינער האלט נישט מיט וואס טוט זיך אין דיין קאמפיוטער..
הגם מיט סי פארט קען מען אויך נאכקוקן יעדע פארט, איז ער נאכאלץ גאר שטארק דערפאר.

--
א דאנק פארן אראפלייגן אזא ווערדפולע תגובה, איטס היילי אפרישיעטעד.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”