עלעקטרא-מאגנעטיק ספעקטרום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

עלעקטרא-מאגנעטיק ספעקטרום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(דאס האמער געשריבן דא און דא
ריק פערי האט געשריבן: מ'לייגט טאקע צו יעדע שטיקל צייט נאך אביסל ספעקטרום פאר מאביל באנוץ, מ'קען אבער צולייגן נאר די חלק וואס הקב"ה האט דעזיגנירט פאר ראדיא באנוץ, עס איז קאמפליצירט מסביר צו זיין - דאס לאז איך פאר לכתחילה -
......

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אה דאס איז א זייער שיינע שמועס, וועגן דעם ספעקטרום, כ'האב שוין א צייט געוואלט שרייבן איבער דעם, וועגן א געוויסע ערפינדונג, אי"ה כ'האף כ'וועל האבן צייט, און געדילד אין די נעקסטע פאר טאג.

וועל איך פראבירן יעצט צו זיין אביסעל מרחיב בדיבור)

יעדע צומח חי און מדבר אין די באשאף, געט ארויס געוויסע כוחות. דאס איז זייער גרינג צו פארשטיין מיט א משל.

למשל א פייער, יעדער וואס גייט נאענט דערצו, שפירט א "היץ ", דאס איז א "כח" וואס איר קענט "שפירן", אבער נישט זעהן, און נישט הערן.

און אז עס איז דא א פייער אין א טינקעלע שטיב, זעהט יעדער אז עס גיט ארויס אויך ליכטיקייט, דאס איז אזאך וואס איר קענט "זעהן", אבער איר קענט עס נישט שפירן, און נישט הערן.

דאן קענט איר נעמען א האמער, געבן א האק אויף א אייזענעם טאפ, און איר קענט "הערן", אבער נישט שפירן, און נישט זעהן.

אז איר וועט נעמען צוויי מאגנעטען, און לייגען איינס נעבן דעם צווייטען, זעהט איר אז עס געט ארויס עפעס א כח, וואס איר קענט נישט זעהן, נישט שפירן, און נישט הערן, אבער עס איז עפעס דא דארט.

די אלע כוחות קענט איר אנקוקען ווי "שפראכען", איינער וואס קען נישט קיין ענגליש, וועט נישט "פארשטיין" ווען איינער רעדט ענגליש, און איינער וואס קען נישט קיין כינעזיש, וועט נישט פארשטיין ווען איינער רעדט כינעזיש. פארוואס? פשוט, ער האט נישט די "כלים" עס מקבל צו זיין.

מען קען עס פארשטיין נאך אביסל שטערקער. אז איר האט א לעכעריגע כלי, און איר לייגט אריין שטיינער (גרעסער ווי די לעכער) וועט עס בלייבן אין די כלי, אבער אז איר וועט אריין לייגען "וואסער", וועט עס "אדורך גיין" און נישט בלייבן אין די כלי. און אז איר וועט האבן א דורכזיכטיגע כלי אבער אן קיין לעכער, וואס וועט יא האלטען וואסער, אבער אז איר וועט שיינען דעראויף מיט א לעקטער וועט די ליכטיקייט יא אריבער גיין!

קיינער וועט נישט האבן קיין טענות פארוואס וואסער גייט "דורך" א לעכעריגע כלי, און פארוואס לעכטיקייט גייט דורך אפי' א נישט לעכעריגע כלי.

די זעלבע איז מיט אלע כוחות, למשל א "קול", קען נישט ווערן "אויפגעכאפט" מיט די אויגן, נאר מיט די אוירען, און ליכטיקייט, קען נישט ווערן אויפגעכאפט מיט די אוירן, נאר מיט די אויג.

איז ווי פריער דערמאנט, איז דא פארשידענע כוחות, וואס א מענשט האט פארשידענע כלים, ווי אזוי צו מקבל זיין די כוחות.

דערנאך איז דא כוחות – ווי די מאגנעט – וואס דער מענטש האט נישט די כלים מקבל צו זיין די כח, מיר ווייסען נאר אז עס איז דארט, ווייל מיר זעהן די עפעקט, וואס עס האט אויף עפעס אנדערשט.

יעצט די גאנצע בריאה איז פיל מיט די אלע כוחות. למשל די זין, זי געט ארויס "ליכטיקייט", "ווארעמקייט" (און נאך פארשידענע כוחות, צו וואס מיר וועלן שפעטער צוריק קומען) און זיי "קומען פון די זון ביז די וועלט, און איבעראל ארום, כסדר אן א אויפהער.

די אלע כוחות, קומען נישט צו אונז – ווי מיר וואלטען זיך אליינס פארגעשטעלט - אין א גלייכע ליניע, נאר עס קומט אזוי ווי וואלען, "ארויף אראפ, ארויף אראפ, ארויף אראפ", נאכאמאל אין נאכאמאל, ביז זי קומט אן צו אונז. (זעה סוף תגובה א בילד #1, ווי עס פארט די וואלען) (דאס איז עפעס וואס מען קען אויפווייזען, אבער נישט דאס איז יעצט די שמועס יעצט), דאס ווערט אנגערופען אין פיזיקס, "עלעקטראמאגנעטיק וועיווס", "וועיווס" איז פשוט, ווייל עס פארט אזוי ווי וואלען, און "עלעקטראמאגנעטיק", ווייל יעדע פון די כוחות איז צוזאם געשטעלט פון עלעקטעריק, און מאגנעט (עס איז נישט וויכטיג עס צו פארשטיין יעצט, נאר אויף אזוי פיל צו וויסען אז עס איז אזוי צוזאם געשטעלט, און אזוי הייסט עס).

יעצט ווי אפט, גייט יעדע פון די כוחות – די וואלען - ארויף און אראפ? און ווי ווייט איז איין "ארויף", ביז די צווייטע "ארויף", און אנדערע ווערטער, ווי לאנג געדורט פאר די כח, וואס פארט אין ארויף און אראפ, צו מאכן "איין סייקעל" פון ארויף, און אראפ, און צוריק ארויף צו די זעלבע הויכקייט ווי עס איז געווען פריער? דאס איז וואס מען רופן אין סייענס "פריקווענסי", און "וועיוולענגט".

יעצט מיט מער דיטעיל.

וועיוולענגט :

ווי ווייט איז פון איין "וואל" ביזן צווייטען, אין אנדערע ווערטער לאמיר טראכטען פון וואסער, עס פארט ארויף און אראפ, און דאן צוריק ארויף, אבער די גאנצע צייט פארט עס נישט נאר ארויף און אראפ, עס פארט אויך אין די ברייט, למשל, אז א שיף פארט צען מייל פון די בארטען, און עס האט גורם געווען אז די וואסער זאל ווערן וואלען, און די וואלען פארן יעצט צום בארטען, פארן זיי "ארויף, אראפ" אבער אין די זעלבע צייט פארען זיי אויך צום בארטען.

איז וויפיל שטח, טוט די וואל "דעקען" אויפן וועג צום בארטען, דאס הייסט ווען א מענטש וואס באטראכט די וואל, און ער זעהט עס גיין ארויף , דערנאך אראפ, און צוריק ארויף, וויפיל נענטער צום בארטען איז די צווייטע ארויף ווי די ערשטע? למשל אז עס וועט "דעקען" 10 פוס, דאס הייסט אז די צווייטע מאל וואס די וואסער גייט "ארויף" איז שוין די וואל 10 פוס נענטער צום בארטען, האט די כח א "וועיוו לענגט" פון 10 פוס. דאס ווערט גערופען "וועיוו לענגט"!

פריקווענסי:

איז די "אפטקייט" אין א סקונדע, וואס אזא וואל ווערט, לאמיר ווייטער טראכטען פון וואסער, דו שטייסט און די קוקסט אויף די וואלען, און די וואלען פארן ארויף און אראפ, ווי אפט גייט עס אזוי ארויף און אראפ, דו קוקסט אויף א זייגער און די זעסט אז אין איין מינוט, גייען די וואלען ארויף און אראפ 60 מאל, מיינט דאס אז עס האט א פריקווענסי פון "איינס", ווייל עס איז געגאנגען איין "ארויף אראפ", א סקונדע, אז עס איז דא 120 "ארויף אראפ'ס", אין א מינוט, האסטו א "פריקווענסי" פון "צוויי" אא"וו.

(פאר מ'גייט ווייטער, דארף מען וויסען, אז די אלע נומערען וואס מיר ניצן דא זענען זייער ווייט פון ריכטיג, ווייל די "וואלען" ווערען גערעכענט מיט "פיצעלע" שטחים וואס זיי דעקען ביי יעדע "ארויף אראפ", און אסאך מאל אין א סקונדע, כ'האב נאר געשריבן די נומערען לסבר את האוזן.)

יעצט וועלמער זאגן נאך א יסוד, (מען דארף אויך נישט פארשטיין פארוואס עס איז אזוי, אבער דאס איז די מציאות) אלע פון די כוחות פארן מיט א שנעלקייט, פון "ספיד אוו לייט".

דאס הייסט אזוי: עס איז דא א ספיד ווילאנג עס געדורט פאר "לעכטיקייט" אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטען, ווען די צונדסט אן א לעקטער, ווערט נישט גלייך ליכטיג, נאר עס געדורט אביסל. נאר ביי דיר אין שטוב וועסטו נישט קענען זעהן אז עס געדורט ווייל עס געדורט אזוי שנעל, אז די מענטשליכע מח קען נישט אויפכאפן די פארשפעטערונג. אבער אז מ'מעסט פון די זון ביז די ערד, וואס איז א ווייטקייט, פון בערך 93 מיליאן מייל, געדאורט עס בערך 8 מינוט, אנצוקומען פאר די ליכטיקייט וואס די זון געט ארויס, פון די זון ביז די וועלט, דאס ווערט גערופען "ספיד אוו לייט".

יעצט אלע די כוחות פארן אין די ספיד אוו לייט, ממילא מוז זיין, אז די צוויי כוחות " פריקווענסי" און "וועיוו לענגט", ארבייטען איינס "קעגן" די אנדערע, און ווי העכער עס איז די פריקווענסי, דאס הייסט ווי אפטער אין א געוויסע צייט עס מאכט איין "ארויף אראפ", אלס א קלענערע "וועיוו לענגט", האט עס, דאס הייסט אז ביי יעדעס מאל וואס עס גייט "ארויף אראפ" דעקט עס ווייניגער שטח!

פארוואס? אט הערט!

ווייל אז עס גייט לאמיר זאגן, איין מאל ארויף אראפ אין איין סקונדע, און עס דעקט אין די צייט 100 פוס, און דאן וועט אויסקומען אז עס וועט פארן די ספיד אוו לייט (דאס הייסט אז אויב עס טוט דאס, וועט עס אנקומען צום ציל, אין די ספיד אוו לייט, ווידער דאס איז נאר א משל, און נישט די ריכטיגע נומערן), יעצט אז מען וועט הייבן די "פריקווענסי" און מאכן עס פארט צוויי מאל ארויף אראפ אין א סקונדע, און עס בלייבט דעקען די זעלבע שטח פון 100 פוס, קומט אויס אז עס האט געדורט דאפעלט צייט אנצוקומען צו 100 פוס, יא? 2 סקונדעס פאר 100 פוס, אנשטאט 1 סקונדע פאר הונדערט פוס, האסטו געשניטן די "ספיד" אויף האלב, און דאס קען נישט זיין, ווייל עס מוז פארן "ספיד אוו לייט", און ספיד אוו לייט איז 1 סקונדע פאר 100 פוס.

לאמיר קוקען פארקערט, אז מיר זאגן אז עפעס האט א פריקווענסי פון איינס (מייענדיג אז עס מאכט איין ארויף אראפ א סקונדע), און עס דעקט א שטח פון 100 פוס, ווי פריער דערמאנט, און דאס איז די ספיד אוו לייט, יעצט אז כ'וועל פארגרעסערען די "וועיוו לענגט", און זאגן אז אין די סקונדע וואס עס מאכט איין איין ארויף אראפ, זאל עס דעקען 200 פוס, אנשטאט 100, קומט אויס אז עס פארט יעצט צוויי מאל די ספיד אוו לייט! און דאס קען נישט זיין.

ממילא איז אזוי, ווי מער עס איז הויך די " פריקווענסי", אלס קלענער איז די "וועיוו לענגט", און אזוי "אייניגט זיך אויס" אז סוף כל סוף, זאל עס פארן "ספיד אוו לייט" זעה סוף ארטיקל בילד #2 וואס ווייזען די פארשידענע "וואלען" וואס האבן אנדערע פריקווענסי'ס און אנדערע וועיוו לענגט'ס.

אין די פארשידענע זאכן וואס מיר האבן ביז יעצט גערופען "כוחות" האבן די סייענטיסטען צוזאם גענומען עטליכע סארטן פון די "כוחות", און צוזאם געשטעלט אין וואס זיי רופן "עלעקטראמאגנעטיג ספעקטראם".

דאס איז א צוזאמנעם פון פארשידענע כוחות, וואס הצד השוה שמהם, זיי אלע פארן ארום אין די וועלט, אדער צו די וועלט, אדער פון די וועלט, אדער אין די וועלט פון איין פלאץ צום צווייטען, און זיי פארען יעדע איינער אין וואלען, "וועיווס", אין פארשידענע "פריקווענסיס" און "וועיוולענגט'ס", יעדער איינער אויף א אנדערע מדריגה, און יעדע פון די כוחות האט אין זיך אליינס אויך פארשידענע מדריגות.

לאמיר זאגן אז די "ספעקטרום" איז איינגעטיילט פון 1 ביז 100, און עס זענען דא צען כוחות, וואס יעדע פון די צען כוחות באשטייט פון 10 חלקים פונעם ספעקטרום, קומט אויס אז למשל כח נומער צוויי, ציט זיך פון 10 ביז 20, אבער נאכאלס 11 און 19 זענען נישט די זעלבע, כאטש זיי זענען די זעלבע מין כח, איז עס נאך אלס, ביי די צוויי עקסטרעמע עקן פון די כח.

יעצט פארוואס זענען די כוחות איינגעטיילט אין עקסטערע חלקים פונעם ספעקטרום? און וואס איז טאקע די חילוק פון די אפטיילונגען? און ווי אזוי איז יעדע חלק פונעם ספעקטרום אנדערשט אין איר עפפעקט אויף די בריאה, פון די אנדערע?

דאס אלס אין חלק ב' אי"ה

פאר כ'גיי ווייטער ברענג איך א שטיקל וואס כ'האב שוין געשריבן א צווייטע מאל, און עס איז בערך די זעלבע ענין (מיר וועלן נאך צוריקומען צום איבריגען תגובה דארט) און וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אין א צווייטע מאל, איז עס אביסעל אנדערשט, און קען זיין ס'קען העלפן בעסער פארשטיין)

פון דא:

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די גאנצע וועלט איז צוזאם געשטעלט פון אטאמען (די יסוד פון די בריאה, די כח היולי בלשון הרמב"ן) די אטאמען שטעלען צוזאם פארטעקעלס, און דאס איז די בריאה.

לעכטיקייט איז אבער אביסל אנדערשט, אנשטאט עס זאל זיין עקסטערע פארטעקעלס, צוזאם געשטעלט אויף א אופן וואס עס מאכט ליכטיג, איז עס א wave, דאס הייסט ווי א ספיידער גיט ארויס א וועב, איז עס א לאנגע המשך פון די מאטריאל, אזוי אויך ליכטיקייט, איז אזא wave וואס פארט פון די זין ביז אונזער וועלטעל, אגאנצען צייט אן א אויפהער, און דאס מאכט לעכטיג, אין די שנעלקייט וואס עס קומט פון די זין ביז אינזער וועלטעל איז די "ספיד אוו לייט", דאס הייסט אזוי די זון איז כמעט 93,000,000 מייל פון די וועלט, און עס נעמט לאמיר זאגן פינעף מינוט ווילאנג די לעכטיקייט וואס איז יעצט ארויס פון די זין, אנצוקומען צו אינז, סא איז 93,000,000 אין פינעף מינוט די "ספיד אוו לייט", דאס הייסט, אזוי שנעל פארט עס.

סא, למשל א שטיק האלץ איז צוזאם געשטעלט פון ביליאנען פארטיקעלס, וואס יעדע פון זיי איז צוזאם געשטעלט פון מיליאנען אטאמען, אויף א אויפן וואס צוזאמען איז עס א האלץ, דאס איז איין מין גוש אין די בריה, און די צווייטע מין זאך, איז אזא לאנגע בלי הפסק'דיגע וואל, דאס הייסט אז די אטאמען זענען אזוי ווי א שיינע שורה, איינס אינטער די אנדערע, אנשטאט עטליכע אזוי צוזאמען ווי א באלי, וואס דאס איז די צווייטע מין גוש אין די בריה. אויף צו א טראפעלע בעסער פארשטיין, לאמיר פון איינס טראכטען ווי א באל, וואס איז צוזאם געשטעלט פון ביליאנען פיצעלע שטילאך, און די אנדערע ווי א שטריק צוזאם געשטעלט פון ביליאנען פיצעלע שטילאך.

די ליכטיקייט, פארט אזוי פון די זון ביז אינז ווי א וואל, דאס הייסט נישט ווי א גראדע שטריק, נאר ענדערשט, ווי א וואל, ארויף און אראפ, ארויף און אראפ, אזוי ווי די בילד וואס גוגל האט געשטעלט, וואס הרב שנאפס האט געברענגט, ביז אס קומט אן צו אינז.

דאס אז לעכטיקייט, איז א מסודר'דיגע וואל, מאכט אז די לעכטיקייט, קען ווערן אויפגעכאפט דורך די אויג, ווייל עס גרייכט די אויג פון די זין, ווען עס זאל זיין סתם צוווארפן וואלט עס נישט געווען אייניג די גאנצע צייט, נאר עס וואלט געווען א מינט לעכטיג און א מינוט טינקעל.

א הערה וואס שוועמעל האט דאן געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: למען הפונקליכטקייט, די ריכטיגע צייט איז 8:22 מינוט פון די זון ביזן ערד, ווען די שטראל ווארימט דיך אן איז עס געווען אויפן זון פאר 8.22 מינוט צוריק.
הא לך החשבון, א LY איז 186,000 פער סעקונדע - 11.16 מיליון פער מינוט - דיוויידעד ביי 93 מיליון = 8.34 [8:22 פארמעטעד צו מינוטן].

שנאפס האט געשריבן: בילד נומער איינס:
בילד


בילד נומער צוויי:
אטעטשמענטס
260px-Sine_waves_different_frequencies_svg.png
260px-Sine_waves_different_frequencies_svg.png (10.72 KiB) געזען 5891 מאל
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

WOW

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אזא ארטיקל לאזט מיר מיט אן אפענעם מויל פאר בערך 0.000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000005222 ליכט יאר!!!!!!!!

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

ווער ווערט נישט משוגע תוך כדי אויסשרייען "מה רבו מעשיך ה'"

BTW, ווער קען אנצייגן דאס אמעראצעס און מיין ערשטן זאץ??? (אפענעם רמז: ליכט יאר איז נישט מדידת זמן)
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איז דא א סייענטיפישע הסבר וויזוי א בו"ד וואס איז נהנה פון אזלכע טיפזיניגע ארטיקלען קען אויך נהנה זיין פון שפיאנען פארזעצונגען?:|:|:|:|
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ. אויב איך מעג וויל איך עטוואס איבערשרייבען אייניגע נקודות אויף מיין שטייגער, בלויז עס זאל פאר מיר אליין קלארער ווערן.

וואלען וואס גיין ארויף און אראפ פארמאגען שפיצען (שפיץ בערג) און טאלען. wavelength ווערט געמאסטען בד"כ אדער פון איין 'שפיץ' ביזען אנדערען, אדער פון איין 'טיפקייט' ביזען אנדערען.

פריקווענץ ווערט געמאסטען וויפיהל מאל פער סעקונדע דער שפיץ הייבט זיך ביי איין געוויסען ארט. דער מאס הייסט הערץ. איין הערץ מיינט איינמאל פער סעקונדע. א khz (קילאהערץ) מיינט טויזענט מאל פער סעקונדע און א mhz (מעגאהערץ) איז מיליאן מאל פער סעקונדע.

דער וואל אליין איז א געוויסע ענערגיע וואס מאכט א שטערונג (disturbance) אינעם סביבה (medium) וואו עס געפונט זיך. צ.ב.ש. ביי כוואליעס פונעם ים טוט זיך נישט רוקען דער וואסער פון אינמיטען ים ביזען יבשה, נאר עס פארט אן ענערגיע דורכאויס דעם וואסער ביז עס קומט אהן צום יבשה. דער וואסער איז דער medium און דער כוואליע איז דער disturbance דורכאויס.

טאמער וועלן מיר באטראכטען דער wavelength ווי א בלאק, און דער וואל ווי א קאר וואס פארט שטענדיג לויט א געוויסע שנעלקייט ארום דער בלאק וועט קלאר ווערן דער פארהעלטעניס (relationship) צווישען דער wavelength אונעם פריקווענץ.

טאמער דער בלאק (wavelength) איז א קליינע (אזוי ווי א בארא פארק בלאק) קען דער קאר עספיען ארומצופארען 60 מאל א שעה, דהיינו דער פריקווענץ איז זעכציג מאל א שעה (איך רעכן נישט די רויט לייטס). משא"כ טאמער איז דער בלאק (wavelength) א גרעסערע (צ.ב.ש. א מענהעטען בלאק) וועט דער קאר בלויז עספיען צו פארען 40 מאל א שעה, דהיינו דער פריקווענץ וועט זיין 40 פער שעה (איך רעכן נישט דעם טרעפיק).

קומט אויס ווי קערצער איז דער wavelength אלץ גרעסער איז דער צאל פונעם פריקווענץ, וכן איפכא.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אנעים

מיין קאפ האט אקארשט געענדיגט ספינען אויף 1600 GHZ...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן: ייש"כ. אויב איך מעג וויל איך עטוואס איבערשרייבען אייניגע נקודות אויף מיין שטייגער, בלויז עס זאל פאר מיר אליין קלארער ווערן.

........

קומט אויס ווי קערצער איז דער wavelength אלץ גרעסער איז דער צאל פונעם פריקווענץ, וכן איפכא.

ישר כח.

שרייבסט זייער גוט, אבער אביסל "סאפיסטעקירט" מיט אביסל פרעמדע ווערטער, און פאר איינעם וואס פאנגט אן פיזיקס די ערשטע מאל, איז ווי פשוטער אלס גרינגער.

סא אז איינער פון די ליינער ווערן צומישט, ווערט נישט פארלוירן, אנעים שרייבט די זעלבע וואס איך האב געשריבן, נאר מער מסודר, און אויף א עטוואס העכערן מדריגה. אז איר וועט אי"ה ענדיגען ליינען וואס כ'פלאן צו שרייבן אי"ה, און פארשטיין, וועט איר קענען צוריק קומען צו די תגובה פון אנעים, און פארשטיין פונקטליך וואס ער זאגט, און דורך דעם זיין קלארער און וואס איך האב געשריבן.

אגב יעצט טראכט איך אז למעשה קען זיין אז געוויסע וועלן פארשטיין די וועג גרינגער, סוף כל סוף איז דאך אין דעתן שוות. בכל אופן ישר כח.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די "ספעקטראם" באשטייט פון 8 עקסטערע חלקים.

1) "גאמע רעיס"
2) "עס-רעיס"
3) "אלטרעוויילעט"
4) "וויזיבל"
5) "אינפערעד"
6) "טערא הערץ"
7) "מייקראוועיוו"
8) "ראדיאו וועיווס"

געמע רעיס האבן די העכסטע "פריקווענסי", און די קלענסטע "וועיוו לענגט", און ראדיא וועיוו'ס האבן די נידריגסטע "פריקווענסי", און די גרעסטע "וועיוו לענגט", און אלע אינצווישען האבן נומערען געוואונדען לויט די פלאץ אינעם ספעקטרום.

(מיר וועלן גיין צוביסלאך דעם גאנצען ספעקטרוים, מיט געדולד, קודם גייען מיר צו איין חלק)

יעצט פון די אלע מדרגות אינעם ספעקטרום, איז נאר די נומער 4 וואס אונזערע אויגן קענען זעהן. (די אנדערע חלקים קען מען נישט "זעהן" עכ"פ נישט מיט די פשוטע אויגן) דאס הייסט אזוי:

דאס וואס מיר רופן "זעהן" איז באמת דאס וואס ליכטיקייט, וואס קומט פון די זון, אדער א לעקטער, אדער סיי וואספארא סארט ליכט, באגעגענט זיך מיט א חפץ, אדער סיי וואס אויף וואס מיר "קוקען", און די ליכטיקייט "קראכט אריין אין די זאך, און קען נישט "דורך גיין" ממילא "באונסט עס אראפ" פון די חפץ צוריק צו די אויגן, און פון דעם מאכט זיך א בילד אינעם מח און וואלא ....... האסט עס געזעהן!!

אבער דאס איז נישט אזוי פשוט, ווייל ווי אזוי זעהט מען קאלירן? און פארוואס איז דא זאכן וואס זענען דורכזיכטיג?

איז אזוי:

אונז גיימיר רעדן פון איין חלק פונעם ספעקטרום, באמת נאר א קליינע חלק. ווייל די ספעקטרום איז נישט אייניג צוטיילט אין 8, נאר געוויסע חלקים דערפון זענען גרעסער און געוויסע קלענער, און אין פאקט איז די חלק וואס מיר גייער צום ערשט רעדן - # 4 – ד קלענסטע חלק פון אלע, עס פארנעמט נאר א זייער קליינעם חלק פונעם ספעקטרום, אבער א ריזן חלק אינעם מענטשליכען לעבן.

די חלק איז "וויזיבל" :

לאמיר ארבייטען מיטן זון, ווייל די זון איז די סטאבילסטע ארויסגעבער פון ליכטיקייט. די זון געט ארויס א ליכטיקייט, וואס זעהט זיך ווייס, אבער באמת איז עס איינגעטיילט אין 6 אנדערע קאלירן. זיי זענען:

רויט, אראנדזש, געל, גרין, בלוי, אינדיגא (וואס מיר וואלטן גערופן "גרין-בלוי"), און וויילעט (וואס מיר רופן "פערפיל").

פון די קאלירן, זענען צוזאם געשטעלט אלע אנדער קאלירן וואס מיר האבן. עטליכע איז פשוט, רויט און ווייס איז פינק, און שווארץ און ווייס איז גרעי. אבער באמת זענען א חלק פון די "ארגינעלע" קאלירן אויך צוזאם געשטעלט, למשל בלוי און געל, איז גרין, רויט און געל איז אראנדזש, אא"וו. סא בעצם איז נאר דא דריי קאלירן, רויט, געל און בלוי, און אינצווישען רויט, געל, ווערט אראנדזש, ווייל ווען עס גייט איבער פון רויט און געל, פאר עס ווערט אינגאנצען געל, ווערן זיי צוזאם געמישט און עס ווערט אראנדזש, און די זעלבע איז צווישען געל און בלוי, ווערט אינצווישען גרין.

(איר זעהט למעשה זיבן קאלירן, אבער עס איז א מחלוקה צו "אינדיגא" און "וויילעט" זענען צוויי קאלירן, רוב האלטן אז נישט.)

און די אלע קאלירן זענען באהאלטען אין די איין "שיין" וואס עס קומט פונעם זין.

עס צו זעהן אליינס, איז דא א זייער פשוטער עקספערימענט, מען נעמט א דרייעקיגע גלאז, מען לאזט אריין זון ליכט אין איין עק (נישט פון אויבן אדער אינטען, נאר ביי די "ברייט"), און עס קומט ארויס ביי די אנדערע עק, צוטיילט אין די פריער דערמאנטע קאלירן. (איך וועל לייגן א בילד פון דעם) דאס אז די שיין "בייגט זיך" איין, האט צוטאן מיט די "שהעפ" פונעם גלאז, און עס איז נישט נוגע פאר די יעצטיגע מאמר, נאר אויף אזויפיל צו זעהן אז אין ליכטיקיין איז באמת באהאלטען אלע קאלירן.

דאס איז אויך וואס מען זעהט ביי א רעגן בויגן! ווייל די זין שטראלען גייען אריין אין איין זייט פון די "רעגען טראפן", און קומען ארוס פון די אנדערע זייט צוטיילט אויף די קאלירן.

וועגן דעם קען נאר זיין א רעגען בויגן ווען עס איז רעגענדיג, אדער א נעפל, אבער אין געוויסע פלעצער שיינט די זון ארויס, ווייל מען דארף האבן די וואסער אין די לופט, און די זון זאל דורך שיינען.

אגב דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס זענען דא וואס זאגן, אז אונזער רעגען בויגן איז נישט דאס וואס דער הייליגער באשעפער האט גערעדט, נאכן מבול, ווייל עס איז א בטבע'דיגע ערשיינונג. אבער אנדערע טענה'ן אז ניין, יעדע טבע איז מעשה הקב"ה, און די טבע פון א רעגן בויגן איז צו ווייזען אז מען דארף תשובה. (ביטע נישט מאכן יעצט די שמועס איבער דעם דא, ישר כח).

ביז דא איז חלק ב'

דא לייג איך א בילד פונעם קעספערימענט.
אטעטשמענטס
1265539855Pgfuko.jpg
1265539855Pgfuko.jpg (11.47 KiB) געזען 5801 מאל
300PX-~1.JPG
300PX-~1.JPG (8.49 KiB) געזען 5805 מאל
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לכתחילה. אויב פאר אזא קארפן קאפ ווי מיר האט די ארטיקל געלאכטן דאן זאלסטו וויסן אז יעדער וועט עס פארשטיין. עס בלייבט מיר נאר איבער דיך צו דערמאנען אז דו דארפסט אפדעיטן דיין אשכול פון געלונגענע ארטיקלן... הערליך איז אן אנדער סטעיטמענט דא
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן: לכתחילה. אויב פאר אזא קארפן קאפ ווי מיר האט די ארטיקל געלאכטן דאן זאלסטו וויסן אז יעדער וועט עס פארשטיין. עס בלייבט מיר נאר איבער דיך צו דערמאנען אז דו דארפסט אפדעיטן דיין אשכול פון געלונגענע ארטיקלן... הערליך איז אן אנדער סטעיטמענט דא

סארא מדרגה אין עניוות אונזער חשובער אחראי! אזא קאפ וואלטן זיך אסאך געווינטשען!

וועגן אפדעטן, עס איז נאך נישט פערטיג אי"ה דאן וועט מען עס אריישרייבן מיט א פאסיגע בילד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט די סדר ווי איך האב געשריבן די קאלירן, אזוי זענען זיי אינעם ספעקטראם, דאס הייסט אזוי, מיר האבן געשמועסט אז עס איז דא א ספעקטראם, און עס גייט אין חלקים, און יעדע חלק איז אויך איינגעטיילט, סא די חלק פון "וויזיבל" נעמליך "זעהבאר" איז איינגעטיילט אין די 6 קאלירן.

און די קאלירן האבן אויך א חילוק אין "פריקווענסי, און וועיבלענגסט", וויילוט האט די העכסטע פריקווענסי און די קלענסטע וועיוולענגט, פון דעם חלק ספעקטרום. און רויט, האט די קלענסטע פריקווענסי, און די גרעסטע וועיוולענגט, פון דעם חלק ספעקטרום.

יעצט וואס געשעט איז אזוי:

די זון שיקט ארויס שטראלען, און עס פארט אזוי (מיט א וואל) ביז עס "האקט" אן אויף עפעס. דאן ווענט זיך וואס דאס איז. אויב איז עס למשל א "בלעטעל" פון א בוים, וועלן אלע קאלירן "אריבערגיין", און נאר געל און בלוי וועלען בלייבן "סטאק", ווייל די צוזאם שטעל פונעם בלעטעל איז אזוי, אז עס טוט איינזאפען אלע קאלירן, חוץ די צוויי, דאס האט מיט די פריקווענסי, און וועיוולענגט, אז די בלעטעל איז געבויט אזוי אז עס פארנעמט נישט די פריקווענסי, און וועיוולענגט, פון די קאלירן, און ער ווארפט זיי צוריק.

ממילא וועלן א געמיש פון די צוויי צוריק קומען צו די אויגן, וואס איז באמת נאר א "לענס" ווי אין א קעמרע, עס שיקט די "בילד" צום מח, און די מח טייטשט עס איבער עס "דיוועלעפט" עס אין א פארטיגע בילד איסגעפארימט ווי די פארים פון די בלעטען און .... וואלא! דו "זעסט א בלעטעל"!! אגב די זהעסט נישט אין די אויגן, די זעסט אין מח!

אזוי ארבייט "זעהן"! איז עס נישט וואונדערבאר???? אהה מה רבו מעשך השם!

יעצט איז אזוי. באמת זענען דא נאך אסאך וועיווס וואס קלאפן אן אינעם זעלבען בלעטעל, געוויסע נידריגער אינעם ספעקטרום ווי "וויזיבעל", און געוויסע העכער אינעם ספעקטרום. און עס האט א השפעה אויף די בלעטעל, פונקט ווי די שטראלן פון די זון, אבער מיר קענען דאס נישט זעהן, ווייל אונזערע אויגען זענען אזוי געבויט, אז אונזער מח וואס נעמט אריין וואס מיר "זעהן מיט די אויגן, קען נאר "איבערטייטשען" צווישען די "פריקווענסי, און וועיווו לענגט" פון "וויילוט, ביז רויט", אלס העכער דעם אדער אונטער דעם, קען די מח נישט איבערטייטשען, ממילא "זעהסטו עס נישט! אבער נישט אז עס איז נישט דארט, עס איז דארט, נאר דיינע אויגן קענען עס נישט "זעהן" ליין "דיין מח קען עס נישט איבערטייטשען".

מען קען עס פארשטיין מיט א אלטמאדישע "בלעק ענד ווייט" קעמרע, וואס האט נאר געקענט אויפכאפן "ווייס" און שווארץ". מיינט עס אז די איבריגע קאלירן זענען נישט דארט? זעכער נישט, והא ראיה אז מיט די אויגן זעהסטו עס יא, און והא ראיה אז מיט די צייט אז עס איז שוין דא בעסערע קעמרעס, קענסטו עס יא "אויפכאפן", איז פשט אז די אלטע קעמרע, האט פשוט נישט געקענט "איבערטייטשען" די אנדערע קאלירן!

אזוי קענען אונזערע אויגן, נישט איבער טיישטען אינעם ספעקטרום, "אינדרויסען" פון די "וויזיבעל" חלק, נישט נידריגער, און נישט העכער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן ווען עס קומט צו די סארט ענינים, איך האב ניטאמאל גענוג קוראזש אנצוהייבן ליינען מיט א צל צילו פון א ספק אז כולי האי ואולי וועט מען דזשעלי זיך אנהאנקערן דערין און עס וועט בלייבן דערויף שיריים. אבער ווי קען מען ווייטער גיין פון אזא אשכול אן זיך באדאנקן פאר דעם נאבעלן טאט פון לכתחילה-אריבער וואס שפענדעט אזויפיל טייערע צייט צו ערקלערן פאר די היזיגע בירגער די באדייטן פון זאכן וואס פאראינטערסירן דעם עולם? א דאנק איז אן אונטערזאץ.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן: איך בין אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן ווען עס קומט צו די סארט ענינים, איך האב ניטאמאל גענוג קוראזש אנצוהייבן ליינען מיט א צל צילו פון א ספק אז כולי האי ואולי וועט מען דזשעלי זיך אנהאנקערן דערין און עס וועט בלייבן דערויף שיריים. אבער ווי קען מען ווייטער גיין פון אזא אשכול אן זיך באדאנקן פאר דעם נאבעלן טאט פון לכתחילה-אריבער וואס שפענדעט אזויפיל טייערע צייט צו ערקלערן פאר די היזיגע בירגער די באדייטן פון זאכן וואס פאראינטערסירן דעם עולם? א דאנק איז אן אונטערזאץ.

אינגערמאן! ס'איז נישטא אזא זאך אז דו קענסט עס נישט פארשטיין, דארפסט נאר טרעפען די לערער מיט די ריכטיגע הסברה! כ'מיין אז כ'בין עס גענוג גוט מסביר, און אז דו כאפסט נישט די ערשטע מאל, ווער נישט מיד, קוק איבער צוויי דריי מאל, און דו וועסט עס כמעט זיכער פארשטיין.

איין זאך איז וויכטיג צו געדענקען, יעדער כאפט א אנדערע חלק גרינגער, און מען קען אויף אסאך פלעצער טרעפען די שפאלט אריין, מען דארף ליינען די גאנצע חלק אןיף אמאל, און אמאל א ווארט סוף ארטיקל איז די וועג אריין, און ווען מען קוקט עס איבער די צווייטע מאל, פארשטייט מען שוין נאך חלקים, אא"וו ביז מען פארשטייט.

ביסטעך נישט קיין שוואכע קאפ, נאר עס איז פרעמד, אלזא פראביר, און אז דו אדער איינער אנדערשט וויל אביסל מער הסבר אויף עפעס ספעסיפיש, קען ער איבער פרעגען, און כ'וועל זייער גערן ענטפערען.

עס איז דאך א בפי' גמ' "יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווי נישט ווי האט לכתחילה אונז שוין באגאסן מיט א שיינע פאר אזאנע טיפזיניגע ידיעות אין פיזיקס אפשר מאכט מען א באזונדערע סוב פארום פאר אזאנע סארט ידיעות. נישט עס זאל ווערן אויסגעמישט מיט די אנדערע היימישע קרעטשמע אשכולות. וואס זאגט דער עולם?
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

לכתחלה
דיינע ארטיקלן זענען געוואלדיג.
איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא קאמפליצירטע נושא אזוי שייין צענומען און אראפגעברענגט פאר די סתם עמך (ליין: מיר...)
האלט אן, מיר ווייסן אז עס קאסט אסאאאך צייט, אבער עס לוינט!
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

פשי הא!! וואס דער האט דא צאמגעווארפן!!!
זייער שיין און קלאר!
באמת א ריזיגען שכח פאר דעם ארטיקל און אלע דיינע ארטיקלן!
כה לחי!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW איז נישט דאס ווארט!!!

דאס איז א זעלטענהייט פון א כח ההסברה, יישר כח לכתחילה!!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

בלי מילים, יישר כח
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א גרויסען דאנק דיר לכתחילה, דער ארטיקעל איז לכתחילה פיין און גוט געשריבן, קלאר און דייטליך,
עס איז א פארגענוגען צו ליינען, געשריבן מיט א געוואלדיגע משקל הדבר, קאפ און מח אריינגעלייגט.

יישר כחכם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

א גרויסע ישר כוח!!!!!!!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12733
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה, א ריזן ריזן ריזן דאנק. מיר האבן הנאה פון יעדע אות וואס איר שרייבט.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בלויז אייניגע נקודות בקיצור:
1. ליכט ארבעט סיי ווי א וואל און סיי ווי א שטיק (שטעלט אייך פאר פליענדע 'ארבעס' פון ליכטיגקייט) הנקרא photon, ובאמת דאס איז איינס פון די פלאי האור אז עס פארמאגט סיי די אייגענשאפטען פון וואלען און סיי פון שטיקלעך, וואס לכאורה וואלט נישט געוועהן מעגליך.

2. דער זון שיקט ארויס א גאנצע רייע וואלען, פון וועלכע מיר קענען טאקע נאר זעהן טיילץ מיר קענען אבער מרגיש זיין אויך אנדערע, ווייל דער היץ קומט פון די אינפרא-רויט וואלען.

3. וואלען קענען צו-מאל בייטען זייערע פריקווענץ און וואל-לענג פאר העכערע אדער קלענערע, אבער עס איז נאר א צייטווייליגע זאך. פלארעסענט פארבען טוהן ארייננעמען אלטראוויילעט און אויסשפייען זעהבארע ליכט (בד"א די פעולה רופט זיך טאקע flourescence).

4. ווען מען רעדט פון די שעדליכקייט פון ארויסגיין אין א ברענעדיגען זון אהנע שוץ, מיינט מען בעיקר צוליב די נישט-זעהבארע וואלען.

5. זיי הייסען עלעקטרא-מאגנעטישע וואלען, ווייל עס ווערט אינטעמיטיערנדע 'פעלדער' פון עלעקטריק און מאגנעט. נעמליך די עלעקטריק גבולות פונעם עלעקטרישען פעלד זענען מאגנעטיש, און די גבולות פון מאגנעטישען פעלד זענען עלעקטריש, וכן הלאה עד סוף כל האורות.

עס איז דא נאך פיהל צו רעדן איבער עלקטרא-מאגנעט, גענוג פאר לכתחילה, אני הקטן און נאך אנדערע להתגדר בו, נאר בנתיים האב איך געוואלט אריינווארפען עטליכע ראזשינקעס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

געוואלדיג!! לכתחילה'ס פשטות'דיגע קלארע הסבר אין אזאלכע טיפזיניגע סייענטיפישע ענינים מיט אנעים'ס סאפיסטעקירטע קרישקעלעך וועלן פארפולקאמען דעם פיקטשער!!!
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן: בלויז אייניגע נקודות בקיצור:
...

אנעים דו זאגסט זייער טייערע רייד, אבער ווי געשריבן אויבן, איז עס צו סאפיסטעקירט. איך פראביר דא צו שרייבן אויף א אופן וואס איינער וואס קען גאננישט קיין פיזיקס, זאל אויך קענען פארשטיין, איך בין זיכער אז איינער וואס קען נישט קיין פיזיקס, האט נישט פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן. דאס איז נישט קיין חיסרון אין דיר ח"ו, אדער אין דיינע רייד, נאר פשוט עס איז ווילד פרעמדע ענינים.

אזוי אויך זענען געוויסע זאכן וואס דו שרייבסט 10 מדריגות ווייטער ווי דאס וואס כ'שרייב יעצט, און איך וויל צוקומען דערצו צוביסלעך.

איי וואס שטערט מיר אז דו שרייבסט? פשוט, די ענינים זענען גענוג שווער אזוי אויך און "שרעקעדיג", און אז איינער וויל עס פארשטיין, וועט ער נאכן ליינען וואס דו שרייבסט ווערן מיואש, ווייל עס איז צו הויך.

איז בעצם קענסטו שרייבן ווייטער, און ווי נישט ווי פאלט אריין ווערטער, וואס אפשר געוויסע קענען פון דעם ארויס נעמען עפעס, אפי' זיי פארשטייען נאכנישט די עמקות הדברים, כ'האב נאר געוואלט אזויפיל אז איינער וואס פארשטייט נישט, זאל נישט ווערן פארלוירן, מ'וועט נאך אנקומען אי"ה צו די אלע זאכן וואס אונזער טייערער אנעים שרייבט, און מ'וועט אלס פארשטיין דייטליך.

דערווייל פאוואליע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

געלעגער האט געשריבן: ווי נישט ווי האט לכתחילה אונז שוין באגאסן מיט א שיינע פאר אזאנע טיפזיניגע ידיעות אין פיזיקס אפשר מאכט מען א באזונדערע סוב פארום פאר אזאנע סארט ידיעות. נישט עס זאל ווערן אויסגעמישט מיט די אנדערע היימישע קרעטשמע אשכולות. וואס זאגט דער עולם?

100%
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(דאס איז באמת א שמועס פאר זיך און אפי' איינער וואס איז נישט אינטערעסירט ביז דא, איז די חלק אליינס אינטערעסאנט).

פאר מ'גייט ווייטער, דארף מען א מינוט זיך אפשטעלען און שמועסען אביסעל פון די וועג ווי כמעט די גאנצע וועלט רעכענט זאכען ווי למשל "שטח" "וואג" אא"וו.

די גאנצע וועלט כמעט - חוץ אמעריקע, בורמע, און לייביריע - ניצן די "מעטריק סעסטעם". אמעריקע, בורמע, און ליביריע ניצן אנדערע "סיסטעמ'ס".
בורמא האט א אייגענע סיסטעם. לייביריע ניצט די "אימפיריעל סיסטעם" (די "אימפיריעל סיסטעם" איז אויך נאך גענוצט אומאפיציעל אין נאך לענדער, ווי ענגלאנד, קענעדע ועוד). און אמעריקע האט א סיסטעם וואס מען רופט "יונייטעד סטעיטס קאסטעמערי יונעטס", און עס איז זייער ענדליך צו די "אימפיריעל סיסטעם".

(עס איז דא קליינע חילוקים צווישען די אמעריקאנע סיסטעם, און די "אימפיריעל סיסטעם". ווייל די "אמעריקאנער סיסטעם" שטאמט פון די פארגייער פונעם "אימפיריעל סיסטעם", די "ענגליש יוניט'ס סיסטעם", וואס מען האט גענוצט אין ענגלאנד, פאר מען האט "סטענדערטייזד" די "ענגליש יוניט'ס סיסטעם" אויף די "אימפיריעל סיסטעם".

"סטענדערטייזד", מיינט ווען עטליכע מדינות מיט זייער ענדליכע רעכענונג סיסטעמען קומען זיך צוזאם, און פאר פראקטישקייט, טוישט יעדער זייערערע סיסטעמען, אז עס זאל זיין אייניג, וואס איז זייער פראקטיש פאר אזעלעכע מדינות וואס נוצען סיי ווי זייער ענדליכע סיסטעמען. און דאס איז געווען די פאל מיט די "ענגליש יוניט'ס סיסטעם", וואס עטליכע מדינות האבן גענוצט – מיט עטוואס חילוקים – און מען האט עס סטענדערטייזד פאר די "אימפיריעל סיסטעם". למעשה איז ענגלאנד שפעטער אריבער צו די "מעטריק סיסטעם". און אמעריקע'ס סיסטעם איז פונקט ווי די "אימפיריעל סיסטעם" וואס מען האט גענוצט אין ענגלאנד, פאר מען האט עס סטענדערטייזד).

איז לאמיר רעדען פון אמעריקע.

אויף שטח: אינטשעס, פוס, יארד, מייל וכו'.

אויף וואג: אונס, פונט, טאן וכדו', ביי טרוקענע זאכן, און ביי רינעדיגע זאכן: אונס, קווארט, פיינט, גאלאן וכדו'.

אין כמעט די גאנצע וועלט איז דא די "מעטריק סיסטעם":

אויף שטח: מילימיטער, סענטעמיטער, מיטער, קילעמיטער וכו'.

אויף וואג: גראם קילאגראם וכו' פאר טריקענע זאכן, און ליטער וכו' פאר רינעדיגע זאכן.

אבער אין סייענס, אפי' אין אמעריקע ניצט מען יא די מעטריק סיסטעם געווענדליך, די סיבה איז עטליכע. איינס ווייל זייער אסאך פראפעסארן זענען פון אויסלאנד.

אבער דאס איז זייער אויבערפלעכליך, עס האט א טיפערע און מער אמת'ע סיבה.

אונזער סיסטעם איז – מילד גערעדט – פארדרייט! אן קיין געהעריגע פשט! א פון איז צוועלעף אינטשעס. פארוואס צוועלעף? און וואס איז א פוס? און פארוואס איז דריי פוס חשוב אז עס איז א יארד וכו' וכו'? די תירוץ אויף דעם איז, אז אמאל האט מען גערעכענט לויט די אברים פון א מענטש! און א פוס איז פשוט א .... פוס! וואס איז בערך דאס וואס מיר רופן א פוס אין רעכענונג.

די ברייטקייט פון די גראבע פינגער – ביי די אונטערשטע חלק פון די נאגל, (דאס הייסט די נאטסטע חלק צום גוף) איז אין עוורעדזש א ... אינטש, און עס גייען אריין אין די פריער דערמאנטע פוס 12 אזעלעכע, איז דא א נייע ווארט "אינטש" וואס שטאמט פון א אלט ווארט וואס מיינט א צוועלעפטעל. אויפו "יארד" איז שוין דא חילוקי דעות אין איין גרס' איז אס דאס איז די ווייטקייט פון די שפיץ פונעם גראבען פינגער, ביז די שפיץ נאז, פון דעם ענגלישען קעניג "הענרי דער ערשטער"!

איר פארשטייט ווי פארדרייט דאס איז?

(און די זעלבע איז מיט די וואג, גוט פארדרייט)

יעצט לאמיר זעהן די "מעטריק סיסטעם":

די יסוד איז א "מעטער", דאס האט לכתחילה, געמיינט א 10 מיליאנסטעל, פון די ווייטקייט פון די "נארט פאול" דאס איז די סאמע שפיץ פון די וועלט, און די "עקוועיטער" דאס אזי וויאזוי מען רופט די פלאץ ,פונקט אינמיטן וועלט, דארט ווי עס איז די ברייטסטע. די וועלט איז דאך א באלי (כמעט, באמת איז עס ווי א איי, אויך נישט ממש אזוי "פערפארשענעל" שארף, ערגץ אינצווישען א באלי און א איי, אבער נישט דאס איז די שמעוס יעצט) איז פון די שפיץ, באל, ביז די ברייסטע פלאץ.

איז זעסטו שוין אז מען האט עס געמאכט מיט א סדר. א צען מיליאנסטעל! דאס איז א "גאנצע נומער" וואס קען ווערן צוטיילט אין קלענערע אייניגע חלקים.

(מיר גייען א רגע אוועק פון די מיטער, און מיר קומען שוין צוריק, איר וועט שוין זעהן פארוואס)

לאמיר רעדען פון א "מילימעטער". א "מילימעטער" איז א טויזענסטעל פון א מיטער. א "סענטימעטער" איז א הונדערסטעל פון א מיטער, א "דעסימעטער" איז א צענטעל מעטער, (דעסימעטער ווערט למעשה זייער ווייניג גענוצט) דאן א מעטער (פון א מעטער האמער שוין גערעדט, יעצט קומט גרעסער ווי א מעטער) "דעסעמעטער" צען מעטער, "העקטעמעטער", הונדערט מעטער (העקטעמעטער און דעסעמעטער ווערן למעשה זייער ווייניג גענוצט) און "קילאמעטער" איז טויזענט מעטער.

עס איז דא קלענערע מעסטונגען ווי דעם, און מעטריק, און גרעסערע, אזוי אויך איז דא מעסטונגען "צווישען" די וואס מען האט יעצט אויסגערעכענט, מיר וועלן פון דעם רעדען אין א מינוט, ווייל עס איז נוגע, און צו דעם וויל איך צוקומען, אבער קודם האבעך געוואלט ווייזען די פראקטישקייט פון דעם רעכענונג סיסטעם, אלס גייט מיט גאנצע נומערען! די מעטער, 10 מאל אזוי סאך, איז די דעסעמעטער, צען דעסעמעטער, איז א העקטעמעטער, צען העקטעמעטער, איז א קילאמעטער, און אזוי אויך אויף אראפ ווייניגער ווי א מעטער.

(און ביי וואג, איז אויך די נעמען איינגעטיילט אין "גאנצע נומערען", אז עס איז סאאך גרינגער צו ניצן)

יעצט פארוואס זאל מען ניצן א סאפיסטעקירטע סיסטעם אין סייענס? מילא די פאדרייטע אמעריקאנע מיט זייערע טראדיציעס, ניצן דעם אלטען סיסטעם, אבער סייענס איז פראקטיש, האבן זיי געשלאגען כפרות מיטן אלטן סיסטעם, און אנגעהויבן ניצן מעטריק.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער מיר פאנגען אן מיט מעטער.

מיר האבן שוין געהאט קלענער ווי א מעטער: דעסימעטער, סענטימעטער, מילימעטער. אבער באמת איז דא נאך קלענער. "מייקראמעטער" איז א מיליאנסטעל מעטער, א "נענאמעטער" איז א ביליאנסטעל מעטער, "פיקאמעטער" א טריליאנסטעל מעטער, און ווייטער "פעמטאמעטער" א מיליאנסטען "נענאמעטער", "אטטאמעטער", א טויזענסטעל "פעמטאמעטער", "זעפטאמעטער" א טויזענסטעל " אטטאמעטער", און "יאקטאמעטער" א טויזענסטעל " זעפטאמעטער ".

יעצט אויף ארויף, העכער א מעטער, האמער געהאט "דעקעמעטער" צען מעטער, "העקטעמעטער" הונדערט מעטער, "קילאמעטער" טויזענט מעטער. גיימער ווייטער "מעגעמעטער" א מיליאן מעטער, "גיגעמעטער" א ביליאן מעטער, "טערעמעטער" א טריליאן מעטער, "פעטעמעטער" א קוואדריליאן מעטער, "עקסעמעטער" קוואנטיליאן מעטער, "זעטעמעטער" סעקסטיליאן מעטער, און "יאטאמעטער" סעפטיליאן מעטער.

סא ס'גייט אזוי:

יאקטאמעטער, זעפטאמעטער, אטטאמעטער, פעמטאמעטער, פיקאמעטער, נענאמעטער, מייקראמעטער, מילימעטער, סענטימעטער, דעסימעטער, מעטער, דעקעמעטער, העקטעמעטער, קילאמעטער, מעגעמעטער, גיגעמעטער, טערעמעטער, פעטעמעטער, עקסעמעטער, זעטעמעטער, יאטאמעטער.

(אז איר זעהט אז געוויסע נעמען בעיקר די גרעסער ווי א מעטער איז אייך באקאנט, איז די סיבה א פשוטע. מיר האבן שוין געשמועסט דא און דא אז "העקטע, קילא, מעגע, גיגע, טערע, פעטע, עקסע, זעטעט און יאטא" זענען פשוט "נעמען" פאר נומערען, און ווי מען זאל עס נאר נישט ניצן, צו דארט ביים מעסטען די גרויסקייט פון א קומפיוטער'ס מעמערי, צו דא די גרויסקייט פון שטח, אנשטאט שרייבן 100 זיראס, אדער מער, שרייבט מען עס מיט א נאמען)
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”