פאסיגע cream פאר 'עקזימע'
מיין קליינער ליידט גאר שטארק אויף 'עקזימע', עס רייסט שטיקער, כ'האב געהאט א קרים וואס האט געהייסן clear cream און עס האט געארבייט וואונדערליך, געשמירט און נישט געזען מער קיין זכר, ווען עס איז אביסל צוריקגעקומען האט מען ווידער געשמירט און פארגעסן דערפון, די פאביריצירער דערפון איז געווען 'היימליך' פון ארץ ישראל.
לדאבונינו האט ער עפעס פארלעצט די געזעץ און מ'האט עס מער נישט אריינגעלאזט קיין אמעריקא, און דערנאך האט מען אים אויך אפיר גענומען דארט און ישראל, (כ'מיין אז די עולה איז געווען אז ער האט אריינגעמישט אביסל 'קאריזאן' און ער האט דאס נישט איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן) און ליידער איז די אייטעם גענצליך נעלם געווארן פון די געשעפטן.
זינט דאן האב איך שוין פרובירט פאר מיין קליינעם אסאך סארטן שמירעכטץ און קיין איינס גיבט זיך נישט גוט איין.
וואס טוט מען דא?
כ'האב שוין ארומגעזיכט אויב מ'רעדט דא דערפון און צו מיין גרויס וואונדער 'האב איך גארנישט געפינען