ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן: איך האב במכוון נישט געשריבען דער וויזניצער גזע וכדומה, וויבאלד דער 'אמרי ברוך' אזוי אויך דער 'אהבת ישראל' האט געהאט ברידער וואס עס איז נישט דא קיין ספרים פון זיי.
דער בעל התניא האט געהאט דריי זוהן, נאר פון איינער איז דא,
דער צמח צדק האט געהאט אכט זוהן (אדער מער) נאר פון צוויי איז דא.
רש"ב אין געהאט בלויז א בן יחיד
רבי לוי יצחק האט געהאט דריי זוהן נאר פון איין הרמ"ש איז דא, פון זיין ברידער ר' אריה לייב איז לעצטנס ארויס געקומען א קונטרס.
וכן אודות הרבי ר' אלימלך מליזענסק האט געהאט פינעף זוהן נאר פון צוויי איז די חיבורים.
דער 'ברך משה' האט אויך צוויי זוהן זוהן 'לב אהרן' און 'שפתי צדק' אבער פון די אנדערע צוויי איז דערווייל נאך נישט דא.
ליין מיין ערשטע תגובה, דער מדובר איז ווען אלעזוהן האבען מחבר געוועהן א ספר,
דארט ווי נאר איינער האט מחבר געוועהן אדער דארט ווי איינער האט געהאט בלויז א בן יחיד, איז נישט א גרויסע חידוש.
דער חידוש איז דארט אז פון אלע (צוויי און מער) איז אויך דא א חיבור.
דער ישמח משה האט געהאט א בן יחיד און פארט רעכנסטו אים אויס, אולי ווייל דו רעכנסט אויך איידעמער.
אויב אזוי פארוואס ביים קדושת יו"ט רעכנסטו נישט די איידעמער?
דאס זעלבע ביים דברי חיים האט ער דאך אויך געהאט איידעמער וואס האבן נישט מחבר געווען ספרים
חוץ מזה ביים דברי חיים האבן אויך נישט "אלע" זון מחבר געווען ספרים.
ביים 'ישמח משה' ביסטו גערעכט, כ'האב אינזין געהאט דאס שפעטער אראפ צושטעלן הינטען דארט ביי די 'בן-יחיד'ס
איידעמערס קומען טאקע נישט דא אריין, נאר טאקע אב ובניו
פון דער צאנזער רב איז דא פון אלע זוהן א חיבור (זעה די רשימה) אויסער רבי מאיר נתן וואס איז אווער יונג