בן אחר בן האט געשריבן: בא"ד ליקוטי אמרים תניא חלק א פרק כז
ולכן, אל יפול לב אדם עליו, ולא ירע לבבו מאד, גם אם יהיה כן כל ימיו במלחמה זו, כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו, לאכפיא לסטרא-אחרא תמיד.
מענין לענין, האב איך געהערט א קורצע טיפע געדאנק איבער די "מלחמת ה'" וואס א מענטש האט מיטן יצר הרע יעדן טאג אין זיין לעבן.
א סאלדאט איז ארויס געשיקט געווארן אויפן פראנט זיך צו שלאגן מיטן שונא פארן מלך. די סאלדאט האט פיבערהאפטיג געקעמפט מיטן שונא, זיך געשלאגן, און קאמאנדעוועט, אבער צום סוף איז ער דורכגעפאלן, אבער... ער איז געפאלן "אין די מלחמה פונעם קעניג", ער האט געקעמפט פארן קעניג, זיך געשלאגן פארן קעניג, און "דורכגעפאלן פארן קעניג". ווי וועט זיין אבער א סאלדאט וואס תיכף ביים אנהייב פון די מלחמה האט ער אויפגעגעבן. אזא איינער האט נישט געקעמפט פארן קעניג, און איז נישט דורכגעפאלן פארן קעניג....
א מענטש קעמפט טאג טעגליך מיטן יצר הרע, דער מענטש שלאגט זיך פארן רבוש"ע, ער קעמפט פארן רבוש"ע, ער היט זיך די אויגן פארן רבוש"ע, און אויב פאלט ער דורך, איז ער דורכגעפאלן אין "מלחמת ה', ער האט פארלוירן א מלחמה וואס ער האט לוחם געווען פארן אייבירשטען... אבער אויב די מענטש געבט גלייך אויף, האט ער קיינמאל נישט געקעמפט פארן אייבירשטען, ער האט נישט לוחם געווען מלחמת ה'...
דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פארן מענטש, אז אויב פאלט מען אמאל דורך, זאל מען וויסן אז מען קעמפט פארן רבוש"ע, און מ'איז דורכגעפאלן אין זיין מלחמה...