מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מולטי-טרעק רעקארדער! ווייסט איינער וואס דאס איז בכלל?

אויב יא פאר וועלכען פערפעס (א פינטעל אין ביידע פיי'ס) איז דאס באשאפן?

כעדער זאגן פארוואס איך פרעג, איך נעם קעיר אויף א בחור'ל, איך פרוביר אים אביסל צו האלטן אין די ראמען, האט ער מיר לעצטענס געבעטן איך זאל אים קויפן אזא מאשינדעל, ער האלט זיך פאר א שטיקל זינגער אין ער וויל ריקארדן זיינע זינגערייען.

לכן פאר איך גיב אויס ס'געלט, וואלט איך געוואלט עטוואס מער פארשטיין איבער אט דעם בריאה.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

א מולטי טרעק ריקארדער מיינט אז מ'קען ריקארדען איינס אויפן צווייטן אן אויסמעקן די ערשטע, און דערנאך הערט מען ביידע טרעקס אינאיינעם,
למשל דו ווילסט ריקארדען ווי דו זינגסט א ניגון מיט הארמאני, זינגסטו קודם אריין דעם ניגון גראד און דערנאך קענסטו ארויפזינגען דערויף די הארמאני, אדער אויב ווילסטו ריקארדען מוזיק געשפיעלט אויף א קיבאורד אבער דו ווילסט די מוזיק זאל זיין פילערפון וויפיל צוויי הענט קענען פראדעצירן אויפן קיבאורד, קען מען קודם ריקארדירן דעם ניגון און דערנאך קען מען אויף דעם ריקארדירן און צולייגן נאך שטיקלעך און פיל-אינס צו פארשענערן די מוזיק.

דאס איז עס אין קורצן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אויף דעם קען מען דאך נוצען א סאופטווער, דהיינו רעקארד עטליכע מאל א שטיקל, און דערנאך איז דא פרי סאופטוועיר וואס דו קענסט די אלע פיילס צוזאם שטעלן אלס איין פייל.

כווייס נישט צו איך האב איצט גערעדט צו דער זאך, סיי וויזוי, זיי עס ביטע בעסער מסביר, פארוואס דארף איך האבן א דיווייס וואס קאסט א פאר הונדערט דאלאר?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

איך האב זייער גיט פארשטאנען וואס מאן-יימר האט געענטפערט, אויב ווילסטי הערן א ריקארדינג ווי איין מענטש זינגט א ניגון אין די זאלסט הערן סיי געהעריג אין סיי הארמאני א.ד.ג. איז דאס די כלי, הקיצור עס איז געמאכט צי ריקארדען אויף א ריקארדינג.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מייקראסאפט האט געשריבן: איך האב זייער גיט פארשטאנען וואס מאן-יימר האט געענטפערט, אויב ווילסטי הערן א ריקארדינג ווי איין מענטש זינגט א ניגון אין די זאלסט הערן סיי געהעריג אין סיי הארמאני א.ד.ג. איז דאס די כלי, הקיצור עס איז געמאכט צי ריקארדען אויף א ריקארדינג.

איך האב אים אויך זייער גוט פארשטאנען, מיין שאלה איז אזוי; דאס צו מאכן קענסטו נעמען א פשוטע ריקארדער וואס דו בחורלעך דרייען זיך ארום, דו זינגסט אפ א ניגון איינמאל, געמאכט א פייל, יעצט זינגסטו עס הארמעני, געסעיווט דעם פייל, אין אזוי ווייטער, דערנאך נעמסטו אלע פיילס אין דו ברענגסט עס אריין אין די פרי סאופטווערס ווי למשל Audacity, און דו מאכסט דערפון איין פייל.
אזא מאשינקע קאסט א פאר טאללער, צו וואס דארף איך האבן א מאשין פאר דעם?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווי איך פארשטיי רעדסטו פון א בחור'ל וואס וויל עס ניצן ביי זיך אינדערהיים און זיך קענען אליין ארומשפיעלן דערמיט, ריקארדן, הערן און מעקן וויפיל זיין הארץ באגערט, דאן ברויך עס זיין פארטעבל און נישט אז יעדע מאל זאל ער דארפן צוקומען צו א קאמפיוטער און אזוי זיך ארומשפיעלן דערמיט.

וועגן די פראגרעמס פון וואס דו רעדסט, איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די אלע פראגרעמס וואס ס'איז דא, ווי אויך איז שוין דורך א לאנגע תקופה זינט איך האב זיך באנוצט מיט די סארט זאכן, ממילא וועל איך עס איבערלאזן פאר אנדערע וואס זענען מער באהאוונט דערין.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

דו קענסט נוצן דאן סאפט-ווער אויך צו ריקארדן דעם בחור אויף איין טרעק און דערנאך אויף נאך א טרעק - גראד אריין אינעם סאפט-ווער/קאמפיוטער.
דארפסט צו דעם האבן א מייק און עפעס אזא מין soundcard אדער audio interface ווי דער מייק וועט אריין.
ס'היינט דא usb מייקס וואס גייט גראד אריין אינעם קומפיוטער אזוי.

וואס דו האסט געזאגט פריערט אז מ' קען אריין זינגען אינעם קליינטשיקען mp3 recorder/player כמה פעמים און דערנאך דאס אריינברענגן אין קאמפיוטער און צאם לייגן, דאס וועט נישט ארבעטן גוט. ווייל ער קען דאך נישט זינגן דעם צווייטען מאל פינקלעך מיט דעם beat אזוי ווי דאס ערשטן מאל, וועלן זיי דאך זיין נישט צו זאמען אינעם סאפט-ווער. חוץ אויב זינגט ער צו א קי-בארד וואס שפילט עם צו יעדעס מאל. אבער דאס איז אזוי גוט ווי צו קראצען דעם רעכטן אויער מיטן לינקן האנד. איז אדער קויפט איר אזא מייק כנ"ל אדער כדי נישט זיך באנוצן מיט א טריפענע קומפיוטער פאר אן אומשולדיג בחורל קויפט מען א multi track recorder ֿ
טאקע דאס וואס איר רעדט פון
און דאס טוט געניו דאס זעלבע נאר אן דעם קאמפיוטער. עס איז כדאי, והמיבן יבין, און נישט פירן קיינעם אין שאול תחתית דורך פיינע רעיונות וואס דער בעל דבר לייגט פאר.... הצלחה
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב טאקע קיינמאל נישט געארבייט מיט א מולטי-טרעק רעקארדער, און אויב האט טאקע דער בחור א קאמפיוטער/לעפטאפ דאן מיין איך אז ער ברויך דאס נישט. איך באניץ זיך מיט Audecity שוין א שטיק צייט, ס'איז זייער גוט. א מייק האב איך א ספעציעלע סטודיאו מייק וואס ארבייט מיט א USB און איך טוה וואס מיין הארץ באגערט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ס'גוטע נייעס, צייטליך ריקארדירט זיך כסדר, אפשר שיקסטו מיר אריין עטליכע טרעקס?

עניוועי, אין ריקארדערס אליין איז דא צענדליגע ערליי סארטן, טייערע פראפעשענאל, און סתם פשוט'ע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ישר כח מא-יימר, ישר כח לעניית פאר אייער אויפריכטיגע עדווייס.

מאנ-יימער האט געשריבן: עניוועי, אין ריקארדערס אליין איז דא צענדליגע ערליי סארטן, טייערע פראפעשענאל, און סתם פשוט'ע.

האסט מיך אויס געכאפט, איך האב עס אביסל געגולט זעה איך אז עס איז דא מינים ממינים שונים, פאר פרייזן מפרייזן שונים, וואס זענען די דיפערענצען צווישן די אלע?

לוינט זיך צו גיין מיט א ביליגע מאשין?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאנ-יימער האט געשריבן: ס'גוטע נייעס, צייטליך ריקארדירט זיך כסדר, אפשר שיקסטו מיר אריין עטליכע טרעקס?

נאדער!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווייסעך וואס האט געשריבן: ישר כח מא-יימר, ישר כח לעניית פאר אייער אויפריכטיגע עדווייס.

מאנ-יימער האט געשריבן: עניוועי, אין ריקארדערס אליין איז דא צענדליגע ערליי סארטן, טייערע פראפעשענאל, און סתם פשוט'ע.

האסט מיך אויס געכאפט, איך האב עס אביסל געגולט זעה איך אז עס איז דא מינים ממינים שונים, פאר פרייזן מפרייזן שונים, וואס זענען די דיפערענצען צווישן די אלע?

לוינט זיך צו גיין מיט א ביליגע מאשין?

לדעתי וועסטו אנקומן דאס ביליגסטע מיט א tascam 8 אדער מער טרעק ריקארדער, עס איז סיי ביליג, גרינג צו נוצן, און גאנץ א גוטע קוואליטעט, עס האט אן אייגענע סידי בוירנער, סאו אויב ווילער זיך רעקארדירן א ניגון, קען ער ביז א האלבע שטונדע האבן א פערטיגע פראדוקט אלעמען צו ווייזן, און דאדורך, באלד זיין משה גרויס...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן: ס'גוטע נייעס, צייטליך ריקארדירט זיך כסדר, אפשר שיקסטו מיר אריין עטליכע טרעקס?

נאדער!

אינטערעסאנט.

דא:
https://www.box.com/s/uygt9b7v3ybhdn7iy9nt
זעהט עפעס אויס ווי דער זעלבע זאך....
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן: ס'גוטע נייעס, צייטליך ריקארדירט זיך כסדר, אפשר שיקסטו מיר אריין עטליכע טרעקס?

נאדער!

זאג מיר נישט אז די אלע קולות וואס מען הערט איז פון דעם איינעם און זעלבען מענטש.
דאס איז דאך משוגע שיין.
תכלית הידוע שלא נדע
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

שטארק זיך האט געשריבן: לדעתי וועסטו אנקומן דאס ביליגסטע מיט א tascam 8 אדער מער טרעק ריקארדער, עס איז סיי ביליג, גרינג צו נוצן, און גאנץ א גוטע קוואליטעט, עס האט אן אייגענע סידי בוירנער, סאו אויב ווילער זיך רעקארדירן א ניגון, קען ער ביז א האלבע שטונדע האבן א פערטיגע פראדוקט אלעמען צו ווייזן, און דאדורך, באלד זיין משה גרויס...

האו אבואט דעם שטיקל?

איך זע נישט אז די tascam 8 זאל קומען מיט א סי-די בורנער.
אפשר מייסטו Tascam DP-008 , דאס האט דאך אויך נישט קיין סי-די בורנער.
לעצט פארראכטן דורך ווייסעך וואס אום מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן: לדעתי וועסטו אנקומן דאס ביליגסטע מיט א tascam 8 אדער מער טרעק ריקארדער, עס איז סיי ביליג, גרינג צו נוצן, און גאנץ א גוטע קוואליטעט, עס האט אן אייגענע סידי בוירנער, סאו אויב ווילער זיך רעקארדירן א ניגון, קען ער ביז א האלבע שטונדע האבן א פערטיגע פראדוקט אלעמען צו ווייזן, און דאדורך, באלד זיין משה גרויס...

איך זע נישט אז די tascam 8 זאל קומען מיט א סי-די בורנער

http://tascam.com/product/dp-008/
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מאנ-יימער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן: לדעתי וועסטו אנקומן דאס ביליגסטע מיט א tascam 8 אדער מער טרעק ריקארדער, עס איז סיי ביליג, גרינג צו נוצן, און גאנץ א גוטע קוואליטעט, עס האט אן אייגענע סידי בוירנער, סאו אויב ווילער זיך רעקארדירן א ניגון, קען ער ביז א האלבע שטונדע האבן א פערטיגע פראדוקט אלעמען צו ווייזן, און דאדורך, באלד זיין משה גרויס...

איך זע נישט אז די tascam 8 זאל קומען מיט א סי-די בורנער

http://tascam.com/product/dp-008/

איך האב צוגעלייגט דאס צו מיין פריערדיגע תגובה. דאס האט נישט קיין סי-די פלעיר, דו מיינסט אוודאי דאס.
תכלית הידוע שלא נדע
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן: ס'גוטע נייעס, צייטליך ריקארדירט זיך כסדר, אפשר שיקסטו מיר אריין עטליכע טרעקס?

נאדער!

צייטליך איך האב עס געדאונלאדעט, עס איז געוואלדיג, איך בין זייער נייגעריג צו נאר איין מענטש זינגט דארט?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווייסעך וואס האט געשריבן: כעדער זאגן פארוואס איך פרעג, איך נעם קעיר אויף א בחור'ל, איך פרוביר אים אביסל צו האלטן אין די ראמען, האט ער מיר לעצטענס געבעטן איך זאל אים קויפן אזא מאשינדעל, ער האלט זיך פאר א שטיקל זינגער

אפשר ברענגסטו אים צום קומזיץ אזוי וועט דער עולם כאטש הנאה האבן?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מען לאזט אריין בחורים אין זאל?
תכלית הידוע שלא נדע
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

וואס איז די בעסטע מולטי טרעק רעקארדער אנליין?
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הארציגע סטרונעס האט געשריבן:
וואס איז די בעסטע מולטי טרעק רעקארדער אנליין?
יעדע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות. איך פלעג נוצן (ביז כ'האב אריבערגעטוישט צו קאמפיוטער,) zoom r8 איך בין געווען זייער צופרידן און כ'וואלט עס רואיג רעקאמענדירט.
אדער פלעג איך נוצן tascam DP24sd וועלכע האט געוויסע זאכן וואס מיין האט נישט.
איז פרעג מער ספעציפיש לויט וואס דו דארפסט, וועל איך בלי נדר ענטפערן וועלכע ס'איז די מערסטע פאסיג פאר דיין געברויך.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
קרעימיש קעיק
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעימיש קעיק »

הארציגע סטרונעס האט געשריבן:
וואס איז די בעסטע מולטי טרעק רעקארדער אנליין?
די בעסטע איז עפעל אבער די דארפסט אן עפל דעווייס
די נעקסטע איז עדאבי אודישען עס קאסט געלט

די פאלגענדע לינק איז בחנם
https://www.nch.com.au/mixpad/index.html
אוועטאר
חריינעיז
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 2:03 am

Re: מולטי-טרעק רעקארדער! אויף וואס נוצט מען עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חריינעיז »

הארציגע סטרונעס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:19 pm
וואס איז די בעסטע מולטי טרעק רעקארדער אנליין?
דאס מיינסטו daw?
א גוט מארגן שוין געדאנקט היינט??
א צווייטע מאל וועט נישט שאטן..!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”