זיך לערנען ליינען מגילה

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

זיך לערנען ליינען מגילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אז איינער פרעגט שוין אן וועגן קויפן מגילה האב איך זיך דערמאנט אז פאריאר האב איך צוגעזאגט אינדערהיים אז מער גייט מען נישט דארפן לויפן הערן מגילה און זיך שלעפן מיט די קליינווארג מיט די קרוינען און משלח מנות און גראגערס, נאר איך וועל ליינען פאר די משפחה אינדערהיים.

וויל איך פרעגן, וואו לערן איך מיך אויס ליינען? עפעס א סידי, אדער א צווייטע איידיע ווייסט איינער?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

פינטל דיין מגילה. ס'פסל'ט נישט די מגילה. אז דו שעמסט דיך קענסטו עס טון מיט א פענסיל.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ביי ובלכתך בדרך, קרן שמואל ישעי', וכדו' איז דא אן אויסוואל פון טעיפס, סידיס, זיך אויסצולערנען ליינען די מגילה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ירוחם און וואס איז מיט חרפות אין שול?

ידיד, איך גלייב די אויסוואל איז גרויס און ווען איך בין ווען א כולל אינגערמאן וואלט איך לכאורה אויסגעהערט אלע. מיין שאלה איז ווער איז באמת גוט
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

ירוחם האט געשריבן: פינטל דיין מגילה. ס'פסל'ט נישט די מגילה. אז דו שעמסט דיך קענסטו עס טון מיט א פענסיל.


נאך נישט געהערט פין די עצה, איז עס טאקע געהעריג אויסגעהאלטן?

געלעגער האט געשריבן: אז איינער פרעגט שוין אן וועגן קויפן מגילה האב איך זיך דערמאנט אז פאריאר האב איך צוגעזאגט אינדערהיים אז מער גייט מען נישט דארפן לויפן הערן מגילה און זיך שלעפן מיט די קליינווארג מיט די קרוינען און משלח מנות און גראגערס, נאר איך וועל ליינען פאר די משפחה אינדערהיים.

וויל איך פרעגן, וואו לערן איך מיך אויס ליינען? עפעס א סידי, אדער א צווייטע איידיע ווייסט איינער?


וואס הייסט די ווילסט דיר אויסלערנען? קענסט די טראפען? אויב קענסטי די טראפען מיט עברי דארפסטי סתם אריינלייגען א גיטע פאר שעה אויף א תיקון קוראים, אין עס זיך גיט אריינעמען אין קאפ.

אויב קענסטי נישט די טראפען איז עס אביסעל שווערער אבער פאר צי קענען ליינען אינדערהיים איז דא טעיפס אין סידי'ס וואס קענען אביסעל ארויסהעלפן.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מייקראסאפט האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן: פינטל דיין מגילה. ס'פסל'ט נישט די מגילה. אז דו שעמסט דיך קענסטו עס טון מיט א פענסיל.


נאך נישט געהערט פין די עצה, איז עס טאקע געהעריג אויסגעהאלטן?

בכלל נישט אזוי פשוט, מען קען זיך אנמאכן ערנסטע שאלות, אויב די פינטל קען משנה זיין די צורת אות למשל א פינטל אין א ענדע כף.
.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

באדים ליין, וואסיז טאקען די מאוסט עפפעקטיוו וועג זיך צו לערנען ליינען מגילה, הערן א טעיפ?, חזר'ן אין א תיקון קוראים?, איך האב שוין פרובירט ביידע, נישט געגאנגען.
סי פארהאן מענטשן וואס מעמארייזן גרינגער, אבער פאר די ועלעכע ס'גייט נישט אזוי גרינג העטעך געוואלט הערען א בעסערע עצה.
דרך אגב, אבי מורי שליט"א האט מיר געזאגט אז ער האט זיך איינגעחזר'ט די גאנצע מגילה אויף 'אויסענווייניג' מיט די טראפן פארשטייטזעך.
הקיצור, ווער ס'האט א גוטע עצה, ביטע זעך מעלדן, דאנקע.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געלעגער, ערשטנס פרוביר אין תיקון קוראים, האבנדיג שוין געהערט די מגילה עטליכע צענדליגע מאל זינט קינדווייז קאנסטו מן הסתם א גרויסן פראצענט פון די מגילה סייווי, דאס איבריגע ברויך מען פשוט איינ'חזר'ן, מ'לערנט אביסל הלכות לידע המעשה אשר יעשון און איר זיינט גרייט צו ליינען די מגילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

געלעגער האט געשריבן: ירוחם און וואס איז מיט חרפות אין שול?

מיט א פענסיל איז עס לייט אזוי אז נאר דער וואס איז גאר נאנט קען זען.
מייקראסאפט האט געשריבן: נאך נישט געהערט פין די עצה, איז עס טאקע געהעריג אויסגעהאלטן?

געהעריג.
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: בכלל נישט אזוי פשוט, מען קען זיך אנמאכן ערנסטע שאלות, אויב די פינטל קען משנה זיין די צורת אות למשל א פינטל אין א ענדע כף.

ערשטנס, די מגילה פארמאגט נישט א "ך" מיט א פינטל דערינען. צווייטנס, קען ער העכסטנס אויסלאזן די פינטלעך אין די אותיות און דאס וועט ער זיך איינחזרן. דריטנס, וואס איז די מקור אז א פינטל אין א ענדע כף איז א פראבלעם?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

געלעגער האט געשריבן: ידיד, איך גלייב די אויסוואל איז גרויס און ווען איך בין ווען א כולל אינגערמאן וואלט איך לכאורה אויסגעהערט אלע. מיין שאלה איז ווער איז באמת גוט

איך האב ס'מערסטע געגליכן הרב ישראל מענדל שווארץ.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

און נאר דאס האט אייך געמאכט א מגילה קורא מומחה?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ביי אונז האט מען גענומען א טעיפ אריינגעלייגט אין אויער, און אויסגעהערט בשעת ליינען! דארף מען זיך נישט מוטשענען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

[בדרך צחות גמור: איך נוץ מסכת פורים, מגילת בודאפעסט]
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: ביי אונז האט מען גענומען א טעיפ אריינגעלייגט אין אויער, און אויסגעהערט בשעת ליינען! דארף מען זיך נישט מוטשענען!

זייער גלייך. ס'דא אזוינע טעיפ'ס פון תהלים פאר-זאגער'ס פאר ווען מ'איז אויף'ן וועג בשעת'ן דרייוון לדוגמא, מ'זאל מיטזאגן מיט'ן טעיפ. וה"ה במגילה.

ווער זאגט ענק אינטער?? וועם גלייכט עטץ צו הערן בשעת מעשה הקריאה?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ירוחם האט געשריבן: ערשטנס, די מגילה פארמאגט נישט א "ך" מיט א פינטל דערינען. צווייטנס, קען ער העכסטנס אויסלאזן די פינטלעך אין די אותיות און דאס וועט ער זיך איינחזרן. דריטנס, וואס איז די מקור אז א פינטל אין א ענדע כף איז א פראבלעם?

ערשטענס - די מגילה פארמאגט יא "ך" מיט א פינטל - למשל, בכל מדינות מלכותך - והעם לעשות בו כטוב בעיניך.

צווייטענס - א שטיקל עצה

דריטנס - איז א דבר פשוט בהל' סת"ם אז די אות ך קען ווערן דארך די נקודה א "ה", און אז מען מעקט עס אויס איז עס ווייטער נישט כשר וועגן די דין פון חק תוכות, איך בין נישט קיין סופר און אפשר איז די הלכה אביסל אנדערש אבער אזוי געדענק איך.

פערדענס - די גאנצע שמיעס איז נישט נוגע, עס ווערט געהעריג אויסגעשמיעסט אין שולחן ערוך או"ח סימן תרצ"א און אין די נושאי כלים אז אויב מען האט געמאכט נקודות אין א מגילה נעמט מען אן אז בדיעבד איז די מגילה כשר.
.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

עס איז דא א טעיפ פון איינעם גוטמאן. ער איז ספעשיל גוט
מען קען עס טרעפען ביי ובלכתך אדער קרן שמואל ישי'
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אורייתא האט געשריבן: עס איז דא א טעיפ פון איינעם גוטמאן. ער איז ספעשיל גוט
מען קען עס טרעפען ביי ובלכתך אדער קרן שמואל ישי'


דאכט זיך מיר אז איך האב מיר אסאך באנוצט מיט איהם פאר רגילות, פארענדיג אין די קאר הין און צוריק פון ארבעט.

ווען איך האב מיר צום ערשט געלערנט ליינען האב איך נישט פארמאגט א תיקון קוראים, נאר געלערנט אינעווייניג טראפען פון א חומש וואס איך האב געבארגט (מיט רשות) פון ביהמ"ד, און אויסענווייניג אין א מגילה. בכדי צו הערן קלאר דעם ניגון פון יעדע טראפ האב איך געהערט א טעיפ פון מו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל (וואס בד"א פון אזא סארט טעיפ מגילה ליינען באקומט מען אן אנדערע טעם אינעם מגילה, וה"ה קריאת המגילה פון אנדערע צדיקים).

ר' ישראל מענדל שווארץ איז גאר גוט אויף צו לערנען פונטקליך מדקדק זיין, און עס איז כדאי אויסצוהערן.

עס איז ראטזאם זיך צו 'פארהערען' אריין אין א טעיפ און נאכער איבערצוהערן פון אינעווייניג, אזוי ארום זעט מען וואס דארף נאך א תיקון.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ספר בית נאמן בישראל איז זייער פיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער עיקר איז די עברי! אויב וועסטו פארפעלן א טראפ וועסטו משלים זיין מיט די וויין...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לול

בד"וו, פאר די משפחה איז נישט אזוי וויכטיג די טראפען זאלן זיין ריכטיג, דארפסט נאר ארויפציען מיט א G מיינער יעדע צוויי מינוט... און עס איז נישט מעכב להלכה

עברי איז יא מעכב

דער עיקר דארף מען געדענקען אז מגילה פאר די נשים איז נישט מדאורייתא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

שנאפס האט געשריבן: לול

בד"וו, פאר די משפחה איז נישט אזוי וויכטיג די טראפען זאלן זיין ריכטיג, דארפסט נאר ארויפציען מיט א G מיינער יעדע צוויי מינוט... און עס איז נישט מעכב להלכה

עברי איז יא מעכב

דער עיקר דארף מען געדענקען אז מגילה פאר די נשים איז נישט מדאורייתא

פאר די מענער יא?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

האסטאך יא א גוט קעפל..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פרויען זענען מחויב מיט מגילה ליינען פונקט ווי מענער (הגם יש לחלק בין שמיעה לקריאה) נישט ווי מאנכע מיינען דאס איז. נאר כמו אתרוגג בענטשען און שופר בלאזן.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א פאר יאר ציריק ווען איך האב דוסיידעד זיך צו לערנען ליינען מגילה האב איך אנגעהעיבן צו הערן די מגילה ליינען פון די רבנים פונעם פריעדיגן דור
ערשט האב איך אנגעהויבן מיט סאטמטרער רבי זי״ע נאכדעם בין איך געגאנגן צו פאפא רב און דארט האב איך מיך אפגעשטעלט, ער זאגט מיט אזא מתיקות און מיט אזא קול ערב ממש זיך צו באלעקן די פינגער יעדע טראפ אזוי הערליך! אין דאס האט מיר אויסגעלערנט ליינען , זיין מגילה איז מיר אזוי אריין אין די ביינער אז איך האב געדענקט יעדע טראפ

טעמו וראו כי טוב
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ווינקל האט געשריבן: פרויען זענען מחויב מיט מגילה ליינען פונקט ווי מענער (הגם יש לחלק בין שמיעה לקריאה) נישט ווי מאנכע מיינען דאס איז. נאר כמו אתרוגג בענטשען און שופר בלאזן.

דער טורי אבן איז מחדש אז ביי מענער איז עס א חיוב מדברי קבלה, משא"כ ביי נשים איז עס א חיוב מטעם אף הן היו באותו הנס און נאר מדרבנן, ולשיטתי' איז א שאלה צי א פרוי קען מוציא זיין א מאן .
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”