אריינברענגען טרענסעקשאנס פון עקסעל צו קוויק-בוקס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

אריינברענגען טרענסעקשאנס פון עקסעל צו קוויק-בוקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

(געעפענט אין ידיעות התורה, ווייל מיין פילטער האט נישט געלאזט אין אנדערע פארומס. מנהלים, ביטע פלאצירן אין ריכטיגן ארט.)

אין קוויק-בוקס קען מען נישט אריין פעיסטן פון אנדערע פיילס ווי עקסעל בלויז אינפארמאציע, אבער נישט קיין טרענסעקשאנס. צום ביישפיל איך האב אן עקסעל פייל מיט א גאנצע ליסטע פון אלע מיינע קאסטומערס און א טשארדזש וואס איך וויל זיי טשארדזשען, מוז איך גיין אריינלייגן פאר יעדן א נייע אינוואויס, מען קען נישט אריינברענגען דעם עקסעל פייל און עס זאל זיך אליין קריעטן אן אינוואויס פאר יעדן קאסטומער.

איך האב אמאל געהערט אז עס איז פאראן א פראגראם וואס קען דאס יא אריינברענגען אין קוויקבוקס. איינער ווייסט דערפון?

יישר כח
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

לכאורה איז די וועג צו מאכן א 'איטואיט אינטערטשעינדזש פארמעט' פייל (YourFile.iif) און עס אימפארטען.
דא האסטו א זיפ פייל מיט עקזעמפלס ווי אזוי צו מאכן פארשידענע IIF פיילס, אדער איז דא קאמפאניס ( ביג רעד , בעי סטעיט ) וועלכע האבן פראגרעמס צו אליינס קאנווערטן דיין עקסעל פייל צו IIF, וועלכע קאסטן געלט, אבער פאר איינמאליגע באנוץ איז גוט די טרייעל ווערסיע , (נאכדעם קענסטו עפענען די פייל וואס זיי האבן קריעיטעד, ומשם תלמדנו וויאזוי עס צו מאכן אליינס).

איז דאס וואס דו דארפסט???
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איינער האט מיר געשיקט א לינק
http://marketplace.intuit.com/AppID-2681-FAQS.aspx
איינער ווייסט אינפארמאציע אויף דעם פראגראם אויב עס איז גוט, און צי עס איז פאראן אזא פראגראם אומזיסט?

--- דעת זקנים האקט

יישר כח
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דעת זקנים האט געשריבן: לכאורה איז די וועג צו מאכן א 'איטואיט אינטערטשעינדזש פארמעט' פייל (YourFile.iif) און עס אימפארטען.
דא האסטו א זיפ פייל מיט עקזעמפלס ווי אזוי צו מאכן פארשידענע IIF פיילס, אדער איז דא קאמפאניס ( ביג רעד , בעי סטעיט ) וועלכע האבן פראגרעמס צו אליינס קאנווערטן דיין עקסעל פייל צו IIF, וועלכע קאסטן געלט, אבער פאר איינמאליגע באנוץ איז גוט די טרייעל ווערסיע , (נאכדעם קענסטו עפענען די פייל וואס זיי האבן קריעיטעד, ומשם תלמדנו וויאזוי עס צו מאכן אליינס).

איז דאס וואס דו דארפסט???

א גרויסן יישר כח!

יא פון דעם רעד איך.

די זיפ פייל וואס דו האסט מיר געשיקט שטייט 2007 און שפעטער אבער עס עפענט זיך נישט אין 2012. איך גלייב מען קען מאכן אזעלכע פיילס פון קוויק-בוקס זעלבסט, איך ווייס אבער נישט וויאזוי, אויב מעגליך גיב מיר עטוואס אנווייזונגען.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

וואס הייסט ס'עפנט זיך נישט? האסט עס פרובירט צו אימפארטן? יענע זענען נאר עקזעמפל פיילס.

מ'דארף עס עפענען אין א נאוטפעד עדיטאר, קאפי די גאנצע און פעיסט עס אריין אין עקסעל וואו דו קענסט עס ענעלייזן זיך צו לערנען ווי אזוי אריינצולייגן דיינע אייגענע אינפארמעישאן.
ווען ביסט פארטיג, סעלעקט אלל, פעיסט עס אריין אין א ליידיגע טעקסט דאקומענט, סעיוו די דאקומענט צו FileName.iif (מאך זיכער אז די עקסטענשן איז iif און נישט File.iif.txt), דערנאך אין קוויקבוקס גיי צו פייל > יוטיליטיס > אימפארט > IIF Files...

איך פערזענליך בין נישט קלאר באהאווענט דערין פאר טרענזעקשאנס, דערווייל האב איך עס נאר געניצט פאר אינוועטארי פארטס, גרופ אייטעמס, טשעקס וכדו'
אויב ביזטו נישט קלאר דערין, איז אפשר בעסער זאלסט קודם פרובירן מיט איינע פון די טרייעל ווערסיעס וועלכע טוען א האלבע ארבעט פאר דיר.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האב פרובירט די טרייעל ווערסיעס, און בעי סטעיט קוקט אויס בעסער.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

מאכט סענס, ווען איך האב עס אריגינאל געזוכט האט אינטואיט נאר געלינקט צו ביג רעד, בעי סטעיט האב איך יעצט געטראפן זוכענדיג קאמפליעט אינפאו.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א גרויסן יישר כח פאר דיין הילף.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

מיי פלעזשור.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ווי געשריבן ניץ איך טרענסעקשאן אימפארטער פון "בעי סטעיט", און עס איז טאקע זייער גוט, איך האב נאר איין פראבלעם, ווען איך וויל אריינלייגן א אינוואויס מיט עטליכע אייטעמס, איך זע נישט וויאזוי מען קען דאס מאכן, איינער האט עפעס עקספיריענס דערמיט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אקעי א יוד געט זיך אן עצה, איך האב יעצט אויסגעפיגערט וויאזוי מען מאכט עס. איך האב נישט קיין צייט איצט צו שרייבן, אז איינער וויל אמאל וויסן, זאל מיך קאנטעקטן אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “קוויקבוקס”