מתנה פאר די אשת חיל
עני איידיע?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
עין טובה האט געשריבן: פארוואס עפענסטו א נייע ניק פארדעם?
אויב האלטסטו אז ס'איז נישט נארמאל דאן פרעג עס נישט מיט דיין אלטע ניק אויך נישט. און אויב באלאנגט עס יא דא פארוואס א נייע ניק?
צו דיין שאלה;
וואס זי וויל. וואס זי גייט אפרישיעיטן. דאס קען נאר א מאן וויסן.
עין טובה האט געשריבן: א מאן וואס קען זיין רעבעצין גוט קען צוטרעפן.
עכ"פ, דא איז זיכער נישט דאס פלאץ.
לייפציק האט געשריבן: ביי די וועי עטליכע מאל א קליינקייט ווי אייז קריעם האט אויך א ווייטגרייכענדע עפעקס, איך האב דיך אינזין.
women use a points system which few men are aware of. Each individual act gets one point, regardless of magnitude. Men, on the other hand, assign small acts, small expenditures, fewer points. Larger blocks of points (20, 30, 40 points, etc.) go to what they consider bigger expenditures.
To a woman, the emotional stroke delivered by sincere attention is inseparable from the act. The different perception of expenditure can lead to conflict when the man thinks his work has earned him, say, 20 points and deserves corresponding recognition, while the woman has assigned him only 1 point and recognizes him accordingly. The man tends to think he can do one Big Thing for her (scoring 50 points) and not do much else, assuming he has "banked" points and can afford to "coast." The woman should be satisfied with his performance, give him kudos.
Instead, the woman would rather have many little things done for her on a regular basis, because women like to think their men are thinking of them and care for them more constantly. Gray clarifies how these two perceptions of "strokes" cause conflict. He encourages talking about these issues openly.
אנעים זמירות האט געשריבן: ווען איך בין געוועהן אין אמעריקע האב איך אהיים געברענגט א שיינע בענד, און זי איז געוועהן צופרידען. [גראדע געוועהן א סעיל און איך האב עס באקומען 50% ביליגער.]
פערפיום און צירינג זענען שטענדיג גוטע מתנות.
דריידל האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן: ווען איך בין געוועהן אין אמעריקע האב איך אהיים געברענגט א שיינע בענד, און זי איז געוועהן צופרידען. [גראדע געוועהן א סעיל און איך האב עס באקומען 50% ביליגער.]
פערפיום און צירינג זענען שטענדיג גוטע מתנות.
צירינג דארף מען קענען עפארדן, און אמאל וויל מען בלויז א קליינעקייט. די פראבלעם איז וויאזוי קומט די קאץ איבערן ים - ווי קען א יונגערמאן קויפן פערפיום, און נאכדערצו אז מ'קען זיך נישט אויס מיט די מינים ממינים שונים? נישט אייביג וויל מען אריינמישן די מאמע, שוועסטער, שוויגער וכו'.
עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די פראבלעם ביז כ'האב געטראפן אין ביזנעס דירעקטארי איינער פארקויפט אינדערהיים. כ'האב אנגערופן און זי האט מיר געהייסן טשעקן די אנדערע פערפיום וואס זי פארמאגט צו דערשמעקן (תרתי משמע) וואס די ב"ב האט ליב. זי האט מיר געזאגט איך קען עס קומען אפנעמן, וכן הוי, ס'איז געווען גרייט איינגעפאקט אריין און ארויס.
נ. ב. ס'איז געווען א סוקסעס