דאס איז וואר..., אז מען קען זיך אלץ לערנען פון א צווייטן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

דאס איז וואר..., אז מען קען זיך אלץ לערנען פון א צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

בס"ד

די וואך לערנען מיר די מעשה פונעם עגל, וואס כאטש מיר האבן קיין השגה דערין, דאך זאגן אונז חז"ל, אז די גאנצע מעשה איז געווען להורות תשובה לרבים.

איין'ס פון די זאכן וואס מ'קען זיך לערנען פון די פרשה, איז, אז ביי א יעדן פאל, דארף מען קוקן אויף די ערליכע אידן, וויזוי א ערליכע איד פאסט אויף א זאך. זקני ת"ח כל זמן שמזקינים דעתם מתישבת עליהן, לוויים איז א לשון באהעפטן, די לווים פון אלע דורות, קען אויך ארויף גיין אויף די ערליכע אידן. אונזער אויפגאבע איז, זיך צו 'באהעפטן' צו זיי.

וויפיל ערליכע אידן קענט איר טרעפן ביי אייך אין ביהמ"ד, און איר ווייסט אז ביי יענעם איז די מצב גארנישט אזוי פויגעלדיג, ס'פעלט אים נישט קיין שברי לב, און דאך, זענען זיי ערליך מיט תמימות, זיי ווערן נישט געפאלן פון די פגעי הזמן, מיר דארפן ארויף-קוקן אויף אזאנע אידן! נישט סתם, נאר מיט קנאה! (נישט אויף זייערע צרות ח"ו), נאר אויף די דרייסטקייט זייערע, און זיך לערנען פון זיי.

אין אמת'ן אריין קען מען זיך לערנען ס'גוטס, און מ'קען מחוזק ווערן פון יעדן איד. ווער איז דען נישט פארפלאגט, זה בכה וזה בכה, ווי מ'זאגט 'לייוו איז נ א ט איזי', און דאך האלט מען אן אין עבדות השם. קען זיין אז דאס איז דער ענין פון 'מחצית השקל'', זיך צו לערנען ס'אנדערע האלב, פון דיין חבר.

***

די פאלגענדע משל האב איך ארויפגעלייגט אויף די ''בלעטל'' ניגון, פון ר' משה גאלדמאן ז"ל. דער 'בלעטל ניגון' פארזיך אליין איז א שטיק לב, דורך געווייקט מיט תוכן, די פזמון איז דאס זעלביגע, נאר מיט א אנדערן משל/ונמשל, ליינט און האט הנאה.



דאס-איז וואר אין יעדן דור
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר

דאס-איז וואר אין יעדן דור
מען טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר


-אין שיינעם מארק פיל מיט בוימער
שפאנצירט זיך א מענטשל אריין
ער בעט זיך דארטן ביים שומר
צייג מיר אלץ וואס-איז-דא פארהאן

דער שומר נעמט אים ביי די הענט
דודי ירד לגנו
צייגט אים א פלענט נאך א פלענט
פון בלעטער-בלומען אלעס על כנו

=דער שומר דעם קונה באטראכט
ער זעעט נישט אויס צופרידן
וואס קוקט איר עפעס מיט פארדאכט
זעעסטו דען נישט פלאנצונגען פארשידן

ניין, מיין פריינט ניין
אלע זענען גאר שיין
אבער כ'בעט דיך לאמיר גיין
צו די ביימעלעך וואס זענען נאך גאר קליין

*גיב-מיר עטליכע פון זיי
איך וועל זיי פלעגן אזוי געטריי
ביי מיר אין גארטן איך וועל זיי ערציען
ווילאנג זיי וועלן זיך צובליען

אין א עציץ נקוב פון די ערד זיין יונק
כ'וועל שעפן פון זיי גאר א סך עונג
צו מיר אין הויז-ווען זיי וועלן ווערן גרויס
ווי גרויס וועט זיין מיין חדוה ועוז

דאס-איז וואר אין יעדן דור
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר

דאס-איז וואר אין יעדן דור
מען טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר


-דער מענטש האט זיך אויסגעקליבן
שיינע ביימעלעך האט ער באשטעלט
אהיים געברענגט אלע זיבן
אריין געפלאנצט ביי זיך אין פעלד

די ביימעלעך ווערן שוין גרויס
צו איז אלעס על מכונם
אין גארטן שפאנצירט-ער, לראות
הפרחה הגפן הנצו הרימונים

=ער שטייט דארט מיט פרייד און ער קוקט
צו זיין שמחה קיין גרעניץ נישט-דא
באלד ווערן זיי פון דא ארויסגעשיקט
צו זיך אהיים אין א מזל'דיגע שעה

פלוצים מיט זיין שארפן חוש
א בוימעלע, דארט געשטאנען
די בלעטעלעך נישט אזוי פריש
ער הויבט זיך אן מיט איר צו טענה'ן

*ביימעלע, כ'טוה צערענען
פארוואס האסטו זיך נישט געטוהן אפלערענען
דיין געשוויסטער אויך געשטאנען קעגן ווינטן און רעגן
און דאך געטוהן אזוי שיין פלעגן

אוי ביימעלע איך האב דיר אויך ליב
איך וויל דיך אויך אריין-נעמען אין שטוב
את שלומך אני דורש
קער'זשע זיך צוריק צום שורש


דאס-איז וואר אין יעדן דור
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר

דאס-איז וואר אין יעדן דור
מען טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר


-זיצט זיך א איד ר' חיים
נאר וואס אהיים פון געשעפט
ויעדת כי שלום אהלו וויל-ער זיין מקיים
זיין געטרייע ווייב וויינענדיג ער טרעפט

ווער האט דען כח צו וויינען
ווען דער מח, מיט דאגות מלא
פאר א צעבראכענע מאמע צו ערשיינען
הושענא נפש מבהלה

=ר' חיים ווייסט גאנץ גוט דערפון
וואס זיין ווייבל ס'דרוקט
ס'איז שלמהל'ה, זייער טייערע זון
ביי אים אין מח, אויך עס ליגט

אויף-געוואקסן מיט אלע קינדערליך צעזאמען
א גרויסע נארישקייט איז ער באגאנגען
געווען קלוגער פון טאטן און מאמען
אין יצר'ס נץ אריינגעפאנגן

*מיין טייערע קינד שלמה
על כן לבי הומה
קוק אויף דיינע ברודער קוק אויף דיינע שוועסטער
צו וויינסטו דען נישט בהסתר

קוק אויף די שיינע משפחות
סך פון זיי האבן אויך צרות ואנחות
אבער זיי לאכן פון די שוועריקייטן אין פנים אריין
צו איז דען שענער'ס פארהאן

*שלומי מיין טייער קינד
דריי זיך צוריק געשווינד
איידער עס ווערט שוין צו שפעט
מיין קינד הער דיין טאטענס געבעט

דער באשעפער האלט אויך פון די שיטה
כי ימינך פשוטה
כ'ליב דיך אזוי, ס'איז א דבר מפורש
קער זיך צירוק צום שורש.


דאס-איז וואר אין יעדן דור
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר

דאס-איז וואר אין יעדן דור
מען טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר


-תשע"ג
ממש ביים שוועל פון די טיר
האריקען סענדי מאכט א טומל
זייעט אן א חורבן אן א שיעור

דערמאנט אייך נאר דעם גרויסן שפאס
מ'האט בלויז א רעש געהערט
אפי' זייענדיג אויף די גאס
פון קיין נאכ-ווייען ווער האט דען געקלערט

=ס'איז אבער אנדערש געשען
א רוח שאינו מצוי'
כאטש מ'האט גארנישט געזען
אבער דער שאדן איז געווען במילואה

ס'הערשט היינט א שרעקליכע ווינט
כאטש מ'האט ליידער קיין הרגשה
אבער דער באשעפער זאגט מיין טייער קינד
הערזשע צו מיין בקשה

*לאז זיך נישט פאלן א-נידער
קוק ארויף אויף דיינע ברודער
כאטשיג מ'לעבט אין שווערע נסיונות
דאך מאכט מען נישט קיין נארישע חשבונות

אדרבה
דאס איז אונזער אויפגאבע
שנראה מעלות חבירנו ולא חסרונם
לעשות רצון קונם

*לאמיר דאס נעמען אינזינען
דאס גוטס ביים חבר געפונען
קנאת סופרים טוט חכמה פארמערן
פארן באשעפער דאווען, תורה לערן

לאמיר נישט זיין געפאלן
נאר קעמפפען ווי העלדישע גענעראלן
ווייל מיר זענען דעם באשעפערס איינציגסטע יורש
לאמיר זיך האלטן צום שורש


דאס-איז וואר אין יעדן דור
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר

דאס-איז וואר אין יעדן דור
מען טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור
עץ-חיים הוא למחזיקים בה
ותומכיה מאושר
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

א געוואלדיגן יישר כח פאר די שיינע און שטארקע דברי חיזוק.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

הערליך! יישר כח!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

הערליך שיין! מלא תוכן!
יישר כח וואסערפאל.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זייער שיין א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער שיין? הערליך שיין!
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

געוואלדיג!
דער משל, דער נמשל, דעם לימוד, דאס ווארט, דער געדאנק, דער איידיע, די גראמען, דער "סאנג סעלעקשאן", אלעס, ממש אלעס.
ווען גייט מען שוין פראקלאמירן וו"פ אלס דער אפציעלער געווינער פונעם פארלאפענעם פארמעסט??
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מורא'דיג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12648
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויסערגעווענליך!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער, זייער שיין. דאס מאל ביזטו זיך אליין איבערגעשטיגען מיט דיינע גראמען. אלע שורות מער-ווייניגער אייניג, און עס קלאפט מיטען פשט נישט נאר דעם גראם - און געוויס דער געדאנק אליין איז אויך גאר צום זאך.

-----
וואס מיינט 'פלעגן' (צ.ב.ש. איך וועל זיי פלעגן אזוי געטריי)?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

יא.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

מלא חיזוק, זייער שיין!
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אנעים זמירות האט געשריבן: זייער, זייער שיין. דאס מאל ביזטו זיך אליין איבערגעשטיגען מיט דיינע גראמען. אלע שורות מער-ווייניגער אייניג, און עס קלאפט מיטען פשט נישט נאר דעם גראם - און געוויס דער געדאנק אליין איז אויך גאר צום זאך.

-----
וואס מיינט 'פלעגן' (צ.ב.ש. איך וועל זיי פלעגן אזוי געטריי)?

יש"כ ר' אנעים, און פאר אייך אלע.

'פלעגן' מיינט אויפהאדעווען, און צושטעלן אלע נויטיגע 'נארישמענטס' פאר א קינד, אדער בוימעלע זיך צו אנטוויקלען גוט און געזונט. די 'ענגלישע' אפטייטש פון פלעגן איז pampering.
על מי מנוחות ינהלנו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”