גיין צום שווער? נישט אויסגעהאלטן!

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

גיין צום שווער? נישט אויסגעהאלטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

עס קומט יעצט די יו"ט סיזן, און א גרויסע טייל שלום בית פראבלעמען ביי אינגעלייט קומט וועגן ווי גייען מיר ביי די סדרים-סעודות. וויל איך ברענגען א בפירושע משנה און רש"י אז נאר די ערשטע יו"ט איז דא וואס זיי גייען צום שווער.

הקדמה:
די גמרא איז אין מסכת פסחים דף פ"ז, די משנה רעדט אז קרבן פסח דארף מען אינזינען האבן בשעת שחיטה ווער עס גייט אלס עסן דערפון. זאגט די משנה אזוי:
האשה בזמן שהיא בבית בעלה, שחט עליה בעלה ושחט עליה אביה, תאכל משל בעלה. הלכה רגל ראשון לעשות בבית אביה, שחט עליה אביה ושחט עליה בעלה, תאכל במקום שהיא רוצה. 

איז רש"י מסביר:
רגל הראשון - כך דרך הנשואות ללכת לבית אביהן רגל הראשון שאחר הנשואין:

רש"י זאגט קלאר אז אין די ערשטע יו"ט, און נאר די ערשטע יו"ט נאך די חתונה גייט מען צום שווער. און עס איז א גרויסע נפ"מ להלכה. ווייל אויב די שווער האט זיי אינזינען געהאט ביים צווייטן יו"ט, זאגט די משנה בפירוש און אזוי ווערט גע'פסק'נט להלכה (!!) אז די סדר פון די פרויען איז "נישט" צו גיין צום שווער, במילא העלפט עס נישט!
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אויף מורין הלכה מתוך משנתן שטייט אז זיי זענען מבלי עולם, לערן עס מיט די גמרא ואכמ"ל.
און די הלכה פון חייב אדם בכבוד חמיו גייט בפירוש יא אן אויף גיין צים שווער יו"ט כפי המנהג.
עיין בשו"ת אמרי יושר ח"ב קס"ה דמצד כיבוד חייב ללכת לפרקים לחמיו כגון ברגל וכדומה, אפי' באופן שאמו גוזר בגזירת כיבוד אם שלא לילך שם.
.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

און ווען רש״י זאגט א מציאת איז דיר נישט גוט? רש״י זאגט אז די דרך פון פארהייטע זענען ״נישט״ צו גיין צום שווער נאר די ערשטע יו״ט. אבער וואס פארשטייט רש״י לשיטתך? סתם א וויין סוחר קעגן דעם אמרי יושר, נישט אזוי?
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ממי_שאמרו האט געשריבן: רש"י זאגט קלאר אז אין די ערשטע יו"ט, און נאר די ערשטע יו"ט נאך די חתונה גייט מען צום שווער.


פארוואס דרוקסטו דעם "נאר" וואו זעסטו דאס?
דאס האב איך אויך אייביג געוואוסט אז דער ערשטער יום טוב קומט ביים שווער, אבער נאכדעם איז אסור דריסת הרגל? מנין לך?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ממי_שאמרו האט געשריבן: און ווען רש״י זאגט א מציאת איז דיר נישט גוט? רש״י זאגט אז די דרך פון פארהייטע זענען ״נישט״ צו גיין צום שווער נאר די ערשטע יו״ט. אבער וואס פארשטייט רש״י לשיטתך? סתם א וויין סוחר קעגן דעם אמרי יושר, נישט אזוי?

זיי מוחל לערן די גמרא כאן ברדופה לילך כאן בשאינה רדופה.
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום מאנטאג מארטש 04, 2013 10:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: זיי מוחל לערן די גמרא כאן ברדופה לילך כאן בשאינה רדופה.

[איך פארשטיי אז דיין ענטפער איז בעיקר צו ממי_שאמרו, אבער אז דו רעדסט פון מורין הלכה מתוך משנתן, זע נישט צו געשטרויכלט ווערן אין מורין הלכה מתוך גמרא, כידוע דברי המהרש"א שהיום אין חילוק...]

מ'דארף זען זיך אויסצוקומען צווישן זיך, איך האב פונקט געזאגט איינעם וואס האט גערעדט וועגן שלום בית, דאס איז א סגולה יענץ איז א סגולה. הוספתי, אמת טאקע פיינע סגולות, אבער די בעסטע סגולה איז טאקע זען צו האבן שלום בית ודו"ק.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

וואס זאל איך טוהן אז עס איז נישט דא קיין הלכות קרבן פסח אין שולחן ערוך, אבער חייב אדם בכבוד חמיו שטייט יא אין שולחן ערוך, און פארדעם האב איך דאך געברענגט די שו"ת אמרי יושר.
.
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

פוינט וועל טעיקן. גערעכט.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן: רש"י זאגט קלאר אז אין די ערשטע יו"ט, און נאר די ערשטע יו"ט נאך די חתונה גייט מען צום שווער.


פארוואס דרוקסטו דעם "נאר" וואו זעסטו דאס?
דאס האב איך אויך אייביג געוואוסט אז דער ערשטער יום טוב קומט ביים שווער, אבער נאכדעם איז אסור דריסת הרגל? מנין לך?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ממי_שאמרו האט געשריבן: און ווען רש״י זאגט א מציאת איז דיר נישט גוט? רש״י זאגט אז די דרך פון פארהייטע זענען ״נישט״ צו גיין צום שווער נאר די ערשטע יו״ט. אבער וואס פארשטייט רש״י לשיטתך? סתם א וויין סוחר קעגן דעם אמרי יושר, נישט אזוי?

כ'רעד נישט לגופו של ענין , אבער הערה לדבריך, מן הסתם האט דער אמרי יושר אויך גקענט אפלערנען א רש"י....
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואסי פשט פון דעם באהויפטונג 'נישט אויסגעהאלטען'? אפשר איז עס טאקע נישט קיין מנהג קדום (נאר רגל הראשון), אבער פון וואו נעמסטו לאסור?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

זייער א זיסע געדאנק. אפי' עס איז נישט שייך במציאות
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

גראדע בין איך רגל הראשון געגאנען צום טאטן, לקיים מצוות חייב אדם בכבוד חמיו, ומצוות ואהבת לרעיך כמוך (מה דעלך סני..).
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ווינקל האט געשריבן: גראדע בין איך רגל הראשון געגאנען צום טאטן, לקיים מצוות חייב אדם בכבוד חמיו, ומצוות ואהבת לרעיך כמוך (מה דעלך סני..).


;l;p-
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
איז רש"י מסביר:
רגל הראשון - כך דרך הנשואות ללכת לבית אביהן רגל הראשון שאחר הנשואין:

רש"י זאגט קלאר אז אין די ערשטע יו"ט, און נאר די ערשטע יו"ט נאך די חתונה גייט מען צום שווער. !

איך זעה אז רש"י זאגט אז די ערשטע יו"ט גייט מען צום שווער, פון ווי נעמסטע אבער דאס וואס דו שרייבסט אין באלד " אז דווקא נאר די ערשטע און נישט נאכדעם"???
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווינקל האט געשריבן: גראדע בין איך רגל הראשון געגאנען צום טאטן, לקיים מצוות חייב אדם בכבוד חמיו, ומצוות ואהבת לרעיך כמוך (מה דעלך סני..).

גוט פשעטל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”