קנאפער ידען האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן: דערווייל וויל מיר קיינער נישט העלפן זעיט אויס
וויזוי, טייערע אידן, קען איך אריבערפירן מיין אינפארמאציע פון דעם סענטראו צו דעם געלעקסי.
האט רחמנות. איך בין היינט געווען אין דעם ספרינט סטאר און אין דעם ווערייזאן סטאר, ביידע זאגן אז זיי קענען נישט אריבערפירן דעם אינפאו. וואס טוט מען, וויזוי גיט מען זיך אן עצה?
יעדער וויל העלפן!! דער עולם וועיסט [מיטן סקווירא קוועטש] פשוט נישט, כ'מיין דער סענטראו איז שוין היבש לאנג אראפ פון טיש...
קודם דארפסטו זיך מסביר זיין צו מיט "אינפאו" מיינסטו נאר קאנטעקטס ווי אויבנדערמאנט, אדער מיינסטו דערמיט נאך עפעס?
אבער אז וירא בצר להם - דו דארפסט איבערטייפן אלע קאנטעקטס אליין וואס איז גארנישט אזוי גרינג, האב'ך אנגעפרעגט ביים גוגל הדור כדת מה לעשות. קודם זעה איך א ס'איז א צרת רבים, דער פראבלעם איז אז פאלם נוצט אן אנדערן פארמאט פאר זייערע קאנטעקטס ווי דער געווענדליכער ווי.סי.עף. פארמאט.
און נאכן נישטערן אהער און אהין, און דורכקוקענדיג כמה וכמה אופנים קוקט מיר אויב אז דער פשוט'סטער בעסטער און שנעלסטער וועג איז דורך א זאך וואס בלשונם רופן זיי דאס "Data Transfer Assistant" פון פאלם, וואס דארף צו אפלוידען אלע דיינע קאנטעקטס צו דיין גוגל אקאונט, וואס דאס קענסטו שטייצעך סעיניקן מיטן ענדרויד.
אבער אזויווי איך האב נישט קיין פאלם ווייס איך נישט וואס דאס איז, אפשר איז עס אזא כעין עפפ וואס מ'אינסטאלירט אויפן פאלם, אדער אפשר גאר פאר קאמפיוטער... ? איז אויב קענסטו דאס טרעפן און ערלעידיגן הרי טוב, און אויב נישט מעלד דא איין און העמיר גיין צו די אנדערע - שווערערע - עצות.
ידען, דער עיקר איז די קאנטאקטס, איך רעד פון קרוב צו דריי אלפים, די אנדערע סחורה קען איך צוביסלעך איבערטייפן עס איז נישט אזוי שרעקליך. איך האב גראדע א עס די קארטל, אבער ווען מ'לייגט עס אריבער אין דעם געלעקסי זעט ער גארנישט דארט, אויסער די בילדער, וואס ער קען אויך נישט אריבערפירן צום געלעקסי, אבער איך קען עס כאטש זען.
NO man is a failure who has friends