Re: פרייזן פאר מצות
יעצט באמערקט ס'נישט רש"י נאר הענד מעיד...אלץ קלוגער האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 6:32 pmיעצט געזעהן צוויי סארט רש"י מצות מיט סקווירא השגחה אין ניו סקווירא סופערמארקעט איין $23/פונט די אנדערע $27/פונטאלץ קלוגער האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 1:53 pmצי ס'די ביליגסטע ווייס איך נישט. מ'וועט עס קענען קויפן אין די גראסעריס אין סקווירא שטעטלפאראויס האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 12:39 pmאיז דאס די ביליגסטע אפציע עבודת יד (לכו''ע)?אלץ קלוגער האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:23 pmרבותי איר מוזט נישט צאלן די ריזיגע געלטער פאר די מצות! איך האב דאס יאר געקויפט מצות פון א"י מיט די סקווירא הכשר פאר גאר ביליג צוגעקויפט א בערי קראקער צו איבערווארעמען און מאכן קריספי, ס'האט גארינשט געפעהלט דערפון! מיטן נוצן די שכל אביסל און נישט נאכטאנצן עולם גולם קען מען זיך גוט שפארען אסאך געלט!
וואס קאסט דאס, און וואו קען מען דאס קויפן?
---
און מאדנע אז סקווירא פון דאהי איז גאר טייערער ווי אנדערע. פארוואס זאל א סקווירא חסיד נישט קויפן די פון א''י מיט די סקווירא הכשר viewtopic.php?p=4951733#p4951733
די מצות פון א"י האט בלויז די סקווירא הכשר אויף כשרות אבער איז פונקט ווי אנדערע בעקערייען און האט נישט בד"כ די סקווירא חומרות. א גרויס טייל פארוואס סקווירא אידן קויפן מצות פון סקווירא בעקעריי אין שטעטל איז צוליב די געשמאקע טעם וואס ס'האט בלי שום ספק, (די זעלבע סיבה פארוואס דרויסנדיגע וואס זענען נישט מקפיד אויף די סקווירא חומרות, קויפן דאס). אויך צוליב די פראפעגאנדע אז ס'די מערסט מהודר'דיג וכו' און אויך צוליב... נישט טראכטן... ס'דאך פסח מצות קאסט אסאך געלט... די אייבישטער געט אלעס צוריק עניוועי... מ'קען עס נאך אנהענגן אין חומרות פאר פסח...
רש"י ווייס איך ס'גייט זיין אין איינע פון די געשפטן אין שטעטל פאר $26 א פונט.