Gevald Geshrigen האט געשריבן:
עס איז דא א ביכעלע ויהי בימי אימפרי׳ הפרסית וואס האט אסאך חומר אויף שושן הבירה פרס ומדי . עילם איז א חלק פונעם היינטיגען איראן ווי געברענגט. אויב סוסא אדער שוש אדער גאר אן אנדער פלאץ ? גיי ווייס. שמעתי בלי מקור אז דער איראנישער שטאט האמאדאן איז א נאמען נאך המן
אפשר איז דאס שושן ? KASHAN, דאס איז קוקט טאקע אויס א גרעסערע שטאט פון דאס וואס למדן וצדיק האט געברענגט, https://www.google.com/maps/place/Kasha ... 60598c6612 געזעהן און געשעפט לעצטנ'ס א ספר ואלה דברי ימי ירמי' מיט בילדער מפות און נאך סשטייט דארט מחבר ספר ויהי בימי אימפרי' הפרסית, נאמען פון מחבר שטייט יודא לנדי, מער פון דעהם ווייס איך נישט,
יציאת מצרים איז געווען ב' אלפים תמ"ח איז ער ביי מתן תורה געווען א מינימומ פון 2 חדשים אלט און בערך 30 יאר וואס האט ער נישט מקבל געווען אז ער זאל הייסען א מקבל פון משה רבינו ? און 440 יאר האט ער נישט געטראפען א רבי ביז שמוא' אדער דוד המלך
די דעמארנטע סדר הדורות איז געבויט אויפן רמב"ם ועיין בית יוסף שם, דאס וואס סשטייט קטן בימי משה נישט יעדער נעמט קלאר אן אזוי [עס איז דא וואס האלטן ער איז געוועהן מער ווי זעכציג] און ס'מיינט נישט צו זאגן לכאורה אז ער איז ממש געוועהן א קטן נאר פחות מעשרים צו זיין חייב מיתה, אויך איז דא א יש אומרים אז סקען זיין אז ער איז יא געוועהן צווישן צוואנציג און זעכציג און וויבאלד ער איז געוועהן א לוי איז ער נישט געוועהן פון די מתי מדבר,
און יעצט צו די שאלה אז ער האט נישט געטראפן א רבי פאר 400 יאר, קטן בימי משה מיינט קלאר אז ער איז יא געוועהן ביי קבלת התורה און איז א מקבל תורה מסיני, אוןאין די אלע יארן איז ער נאר נישט אריינגערעכנט אונעם מסורות התורה,און פארדעם ווערט ער ערשט דעמאלטס גערעכנט מבית דינו של דוד און שפעטער רבו של אליהו הנביא, גראדע מיט די לשון תלמיד ווערט ער טאקע פארדעהם בכלל נישט אנגערופן, אפילו פון דוד המלך, הגם ער הייסט א מקבל פון שמואל וואס דאס איז לכאורה און נביאה איז דאך דא א יש אומרים וואס האלטן אז בימי פינחס והזקנים איז ער אויך געוועהן פון די זקנים וואס זיי זענעך דאך אויך [חלקם] געוועהן נביאים וצ"ע,[קען זיין אז ער האט במשך די יארן אויך געוועהן א תלמיד און גענומען שימוש ביי אנדרע שופטים וכדומה נאר וויבאלד עס איז נישט געוועהן נוגע סיי ווייל די רבי'ס זענען נישט געוועהן די איש מסוים ווי דוד המלך אז עס זאל שטיין און סיי די תלמידים, און אויך איז ער נישט געוועהן די נביא כללי און דעהם דור אזוי ווי און די זמן פון ירבעם בן נבט ואכמל"ב כל כך]און עכ"ז שטימט דאך עס אויך נישט, וועל איך דיר זאגן אז ס'דא אזא זאך אז א גדול בישראל אפילו מען האלט פון איהם זייער גרויס גייט אסאך מאל אריבער די הנהגה פון איין דור צום צווייטען אפילו ווען ער איז שוין א זקן ויושב בישיבה במקומם, און ערשט גאר שפעטער נעמט מען איהם אויף אלס מנהיג, זייענדיג די זקן המורים, אבער עכ"ז ווייס איך נישט אז די נושא זאל זיין צופיל קלארער.
און די וואכן ווייסען מיר אלע פון בצלא' בן אורי בן חור, אויך ווייסן אונז פון אנדרע מקומות אז חור בנה של מרים וואס איז געוועהן חתונה געהאט צו כלב קומט אויס פשוט אז חור איז געוועהן א זוהן פון כלב, איז דא א שטיקל שמועס און די מפרשים פארוואס שטייט ביז חור, אבער די שאלה יעצט איז בעיקר: אז חור איז געהארגט געווארן ביי די מעשה העגל, קומט אויס אז ווען בצלא' איז למעשה מציוה געווארן [וכש"כ בהקמתו] אויף צו בויען די משכן האט חור שוין נישט געלעבט, איז די שאלה כלב האט נאך יא געלעבט ? נאר מען רעדט נישט פון איהם, און אויך אור דער טאטע פון בצלא' טרעפט מען נישט בכלל מען זאל רעדן פון איהם ווייסט איינער מ"מ איבער דעהם, און בכלליות אויף אלע פיהר דורות, א ש'כח פאר ווער עס קען עפעס צו צייכנען !
א שאלה דאס... דער אייבערשטער זאגט דאך ועבדי כלב עקב היתה רוח אחרת עימו וימלא אחרי והביאותיו אל הארץ אשר בא שמה ער וועט יא אריין אין ארץ ישראל, 45 יאר שפעטער טענה'ט כלב פאר יהושע אז יעצט בין איך שוין 85 יאר אלט און ער איז נאך פונקט אזוי פריש ווי דעמאלט ביי די מרגלים. אגב שטייט דארט אין יהושע שילה, לכאורה איז מען נאך געווען אין גלגל וזה יש ליישב, עפעס אנדערש דארף מען פארשטיין די חשבון, די גמרא אין זבחים קיח לערנט ארויס ז שנות כיבוש פון דעם, די מעשה פון מרגלים איז געווען תשעה באב שנה השנית, כמעט 39 יאר שפעטער איז מען אריין אין ארץ ישראל, זיבן יאר איז געווען כיבוש, קומט אויס באלד 46 יאר ביז התחלת החלוקה, די גמרא זאגט אס ער איז געווען לח ביים ירדן
ש'כח פאר די תגובות - אבער, אנטשולדיגט ! כ'האב זיך נישט ריכטיג מסביר געוועהן, (די שאלה [האט געדאפט זיין] איז געוועהן בלשון בתמיה - כלב האטיך דאך געלבעבט ?) פארשטייט זיך כלב האט געלעבט - די שאלה איז פארוואס רעדט מען בכלל נישט פון איהם כאילו ער וואלט שוין נישט געלעבט משא"כ לויט ווי די מפרשים זאגן אז חור איז דערמאנט געווארן וויבאלד ער איז געהארגט געווארן - איז דאך און ויקהל - פקודי שוין געוועהן נאכדעם וואס ער האט נישט געלעבט, איז פארוואס איז די יחוס די זעלבע ? הגם ס'איז דא א שטיקל שמועס וועגן אין מוקדם ומאוחר וואס איז שוין יא געוועהן און וואס נישט, אבער אויף וואס איז קלאר - איז קלאר, איז די שאלה די סיבה התייחסות צו חור נאכדעהם וואס ער לעבט שוין נישט און נישט צו כלב וואס לעבט נאך יא - און איז געוועהן מגדולי הדור, ?
אויף וואס למדן שרייבט א מ"מ בדברי הימים פארשטיי איך פשוט אז דארט ווערט ער אויסגערעכנט אבער פרטים אויף איהם האב איך נישט געטראפן, וואס פשוט אז ער איז געוועהן א גדול א זוהן פון חור אייניקל פון כלב, טאטע פון בצלאל די גרעסטע פון די גרעסטע און דעהם דור דעה אין די מדבר, וואס איז פשט ? און צו ווערט ערגערץ יא איבערגעשמועסט דעהם ענין ?
דאס איז נישט קיין קשיא, די תורה פארציילט נאר מעשיות וואס איז אונז נוגע, עס זענען אין יענע צייטן פארגעקומען אסאך דראמאטישע געשעענישן ווי מ׳קען זעהן אין סדר הדורות און עס איז נישטא קיין זכר פון דעם אין די תורה, אויך האט משה רבינו און יהושע געהאט זיבעציג זקנים וואס זענען אודאי אויך געווען פון די גרעסטע שבגרעסטע און זייערע נעמען ווערן בכלל נישט דערמאנט אין תנ״ך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)