yid האט געשריבן: Anyone that wants to move to Toms River should go there for a shabbos and discuss the area with his ruv
וואס איז טאמס ריווער אנדערש ווי גלילות קרית יואל אדער גלילות מאנסי אדער סטעטען איילענד וכדומה ? איך מיין אז אלעס איז בערך די זעלבע איידיע אז סאיז נישדא קיין עמטליכע הנהגה אדער פאר וועם מען ברויך געבן דין וחשבון ,פשוט א איד דארף אפמאכן וואס ער וויל , עס איז אין די אלע געגענטער דא פיינע רבנים וואס טיען פאר'ן כלל, איך קען מענטשן אין אלע פון די גלילות געגענטער, איך קען זאגן בפה מלא אז סאיז דא אלע סארטען און בכלל נישט אפגעמאכט אז וואינען אין די געגענטער מיינט אז עס פעלט אים עפעס אין אידישקייט , איך קען אינגעלייט אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק וואס שטייען שוואכער אין אידישקייט ווי אינגעלייט אין די גלילות געגענטער, סאיז א געמיש פון אלע סארטען אן קיין אויסנאם