פון אייראפע ביז מדינת ישראל

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מכון להתבונן
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 12, 2013 12:25 pm

פון אייראפע ביז מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכון להתבונן »

קאמענטארן ביטע בלויז דא
viewtopic.php?f=63&t=19764


אל מעלת כבוד קהל הקודש.

היסטאריע איז נישט קיין זאך וועלכע מען קען פארציילן און פארשטיין שנעלערהייט, איבערהויפט ווען דער מציאות איז אז יעדע געשעהניש איז א פועל יוצא פון א גאנצע פאזל מיט געשעהנישן פון פארדעם.

מיר - די אינגע דור - זענען געבוירן געווארן צו א פאקטישע מדינת ישראל, עס עקזיסטירט! אבער פארהאן פילע וועלכע באגרייפן בכלל נישט די זעלטענהייט פון דער דור אין וועלכע מיר געפינען זיך, ווען מדינת ישראל פארנעמט די סאמע אויבנאן פון אלעס און אלעמען וואס נעמט ארום אידן איבער די וועלט, און וויפיל מען זאל פראבירן אוועקצושטיין וועט מען כסדר אריינשטויסן אין איר, ווילנדיג צו אומווילנדיג.

לית מאן דפליג והכל מודים אז מדינת ישראל איז א געשעהניש וועלכע האט נישט זיינס גלייכן אין די "גאנצע" אידישע גלות היסטאריע!

מדינת ישראל איז א זאך וועלכע קען נישט און טאר נישט איגנארירט ווערן, קיין חילוק וואו אויף די וועלט מען וואוינט. מדינת ישראל איז א נושא וועלכע מוז שטודירט ווערן דורך יעדן אשר בשם ישראל יכונה, צו פארשטיין און ארויסהאבן די היסטאריע וואס ליגט אונטער דעם, און וועלכע סארט פלאץ זי פארנעמט אין די היסטאריע פונעם עם הנבחר.

און דאן וועט אויטאמטיש פארענטפערט ווערן די שווערע שאלה וואס טאר נישט איגנארירט ווערן: איז מדינת ישראל אין איינקלאנג צו דעם וואס מיר אידן שטעלן מיט זיך פאר אדער נישט? (און לאמיר אייך נישט אנציען, די ענטפער וועט זיין א הילכיגער: ניין!)

מדינת ישראל איז נישט א מדינה וועלכע האט זיך געגרינדעט ה' אייר תש"ח! עס איז א רעזולטאט פון א גאנצע רייע פון געשעהנישן איינע נאך די צווייטע, און אייגנטליך, די באן פארט נאך! די זאכן געשעהן נאך! דער פראבלעם איז אבער אז עס איז נישטא ניטאמאל איינער וועלכע האט דורכגעלעבט די גאנצע פאר הונדערט יאר און זאל אלעס ארויסהאבן קלאר, עס ווערן געבוירן פרישע דורות צו עקזיסטירנדע פאקטן, אן קיין קלארקייט צו וואס עס האט פאסירט בעפאר זייער געבורט.

אונזער שיטה איז אז כדי ארויסצוהאבן היסטאריע מוז מען בעל כרחך אריינבליקן מיט ריינע שפאקטיוון אויך אין די זייטיגע געשעהנישן, מען מוז פארשטיין יעדע שטיקל פונעם פאזל אויך די וועלכע קוקן אויס אויבנאויף מינדערוויכטיג, מען מוז ארויסהאבן קלאר די קולטורן און שיטות וועלכע האבן זיך געבויעט אין אייראפע, און נאר אזוי וועט מען קענען פארשטיין וואס מיר אידן זענען דורך אין די לעצטע פאר הונדערט יאר, און וויאזוי מדינת ישראל איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם.

יארן חשבונות

א שטארקע שטער ארויסצוהאבן קלאר היסטאריע איז די חילוק צווישן דעם אידישן יאר און דעם גוי'שן יאר, בעת תשע"ג האט קיין שום פארבינדונג מיט 2013.

עס איז מער ווי דאס, דאס דאטירן געשעהנישן אינעם קאפ מיטן אידישן יאר, אן ארויסהאבן אז מען רעדט דא פון עכטע נומערן, לייגט א גאר שטארקע צמצום ארויסצוהאבן דעם ברייטערן בילד.

תשע"ג קריצט זיך אויס ווי נומער אין די הויכע אסטראנאמישע ציפערן, ווען עס מיינט באמת 773! זיבן הונדערט און דריי און זיבעציג. נאר די אידישע אלף בית גייט נאר ביז תי"ו דעריבער מוז מען צולייגן נאך אותיות וועלכע קען שטארק צעמישן. און מאכט היסטאריע אויסקוקן פיל ווייטער וואו עס איז באמת. אדרבה, טראכט א מינוט, איז עס א פשוט'ע זאך אין אייער מח אז תרע"ג איז געווען 673, און יעצט האלט מען 773?

דאס גרינגסטע וועג פאר'ן מח וואלט ווארשיינליך געווען זיך צו לאזן דאס אידישע יאר אומבארירט אבער וויסן אויסעווייניג וואס דאס מיינט, און דאן קען מען עס נוצן אויף אלע פריערדיגע יאר הונדערט'ס.

דאס הייסט, אז מען קריצט זיך איין דעם פאלגענדען בילד:

ת"ש איז געווען 1940, תש"י 1950, תש"כ 1960, תש"ל 1970, תש"מ 1980, תש"נ 1990, תש"ס 2000, תש"ע 2010, תש"פ 2020, תש"צ 2030.

און דאס קען איבערגענוצט ווערן אויף אלע פריערדיגע יארן, מיטן כלל גדול אז יעדעס מאל ווען דאס אידישע יאר האלט ביי "ס", (60) הייבט זיך אן א נייע הונדערט אינעם גוי'שן יאר. תר"ס איז געווארן 1900.

און זעלבסטפארשטענדליך אז די יארן צווישן איין צען און דעם צווייטן שטימען אקוראט פון 1 ביז 10, תשס"א איז געווען 2001, און תשס"ב איז געוען 2002, א.א.וו.

אייוועלט

דער שרייבער פון די שורות איז א יחיד וועלכע זעט א וויזיע פון דאקומענטירן דאס אלעס אין א הערליכע פארמאט, אבער אנהייבנדיג מיט די ארבעט האב איך זיך באגעגנט מיט אומצאליגע שטיינער אין וועג, א גרויס חלק פון זיי אומקלארקייטן וועלכע איז שווער צו געפונען אין ריינע מקורות, אבער פעלט זיך שטארק אויס צו פארשטיין דעם פאזל.

כדי דאס דורכצוקומען האב איך באשלאסן אז אייוועלט וואלט געווען א פיינע פלאץ איבערצוקומען די שוועריקייטן, סיי ווייל עס וועלן -האפענטליך - נתברר ווערן זאכן דורך די פילע חברים דא, און איך וועל נישט זיין איינע אליינס אויפן שטורעמדיגן וואסער. און סיי ווייל איך וועל שפירן א שטיקל פרעשאור צו אנגיין כסדר מיט די ווערק ביז עס וועט בעזה"י ארויסקומען א דבר השלם.

מיין בקשה איז דעריבער געוואנדן צו די חברים דא, ביטע אויב זעהט איר א פרט אדער א כלל וואס איך בין נישט גענוג באהאווענט, ביטע מאכט אויפמערקזאם דורכ'ן קאמענטירן אין א באזונדערע אשכול וואס זאל געעפנט ווערן פאר דעם צוועק. אויב באגעגנגט איר זיך מיט עמי הארצות און אומוויסנדקייט ביטע פארשטייט מיך אז דאס איז א שטיין אינעם וועג וועלכע איך ערווארט פון אייך דאס אוועקצונעמען, און נישט קיין סיבה אויפצוגעבן.

===

ביים קומענדיגן ארטיקל וועלן מיר זיך נעמען צום עצם באשרייבונג, עס וועט זיין בעזה"י א לאנגע נסיעה, וואס וועט אייך עפענען ריזיגע טויערן צו פארשטיין פילע ענינים וועלכע האבן זיך ביז יעצט נישט געלייגט אויפן שכל.
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: פון אייראפע ביז מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

מ'מעג נאכאלץ נישט קעמענטן?
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פון אייראפע ביז מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

גארנישט געווארן מיט די גאנצע מעשה?!?!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: פון אייראפע ביז מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:52 am
גארנישט געווארן מיט די גאנצע מעשה?!?!
לאמער הערן, וואס האלסטו?
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”