אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ים רויבער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן: פונקט די וואך האט מיר א אינגערמאן דערציילט אז זיין אינגעל ווערט דריי יאר צוויי טאג נאך ל"ג בעומר אין ער האט געפרעגט ר' לייבוש פר"מ דומ"ץ סאטמאר ראדני וועגן אפשערען ל"ג בעומר האט ער אים גענטפערט אז ער זאל אפשערען בו ביום, זאגענדיג אז זיין טאטע פלעגט אייביג אזוי פסק'ענען וכן הורה הרמ"א פריינד זצ"ל


פון רמ"א איז נ ישט קיין ראיה ווייל אין ארץ ישראל פירט מען זיך צו שערן ל"ג בעומר אפילו פאר דער צייט. פאר מיין טאטע האט דער פריערדיגע באבובער רב זצ"ל געהייסען נישט שערן איידער דער קינד ווערט דריי, און אזוי איז ער געוועהן רגיל צו פסק'ענען פאר מענטשען.

זעהט אויס אז איך האב מיר נישט קלאר אויסגעדריקט
ער האט גע'פסק'ענט אפצושערען בו ביום דהיינו צוויי טעג נאך ל"ג בעומר


איר האט זיך גוט אויסגעדרוקט, איך האב נישט גוט געליינט. ייש"כ פאר איבערזאגען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחר בן »

מגיני ארץ האט געשריבן: וואס ווייסט דער עולם איבער א קינד וואס ווערט 3 יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אפ, פאר דעם, נאך דעם, אדער אינעם טאג אליינס?


עיין עוד בספר נטעי גבריאל
אטעטשמענטס
Hebrewbooks_org_46552[1].pdf
(153.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 114 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

א איד האט מיר פארציילט אז זיין טאטע איז געגאנגען צום רבי'ן זצ"ל, אינאיינעם מיט נאך א איד וואס האט געהאט די שאלה, פאר איינעם האט דער רבי זצ"ל געהייסן שערן אין די דריי וואכן, און פאר איינעם האט ער געהייסן נאכדעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס טוט זיך מיט ראש חודש?
אי"ה מיין יונגעל ווערט דריי ראש חודש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שאינו יודע האט געשריבן: וואס טוט זיך מיט ראש חודש?
אי"ה מיין יונגעל ווערט דריי ראש חודש

א חשש סכנה (צוואת ר"י) א נייע נושא
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז דא פלאץ אין די אלטע אויך...

דאכט זיך מיר אז מען שערט נישט ראש חודש כה"ג, ווארט מען אויף נאך ראש חודש.


איין זון האב איך אפגעשוירן אום חול המועד, גערופן דעם מלמד אהיים, און מען האט געלערענט, און געזאגט די אל"ף בי"ת אונדערהיים, נאך פסח, בין איך געגאנגען אין חדר, אויף יוצא צו זיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דא האסט די אדרעססען ווי מען
רעדט דערפין
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מיין זוהן נ"י איז היינט געווארען דריי לאוי"ט, ועפ"י הוראת אדמו"ר (מהרמ"ד מבאבוב) שליט"א וועל איך איהם בעזה"י אנטוהן א קאפל מיט ציצית, אבער אפשערן און לערנען א"ב (חדר פירען) וועל איך הערשט י' באב נאך חצות (אויסער אויב משיח קומט פריער).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מזל טוב אנעים אסאך אידיש נחת זאל וואקסן א גרויסע ת"ח וכו'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוראפ האט געשריבן: מזל טוב אנעים אסאך אידיש נחת זאל וואקסן א גרויסע ת"ח וכו'

מזל טוב אסאך אידיש נחת און פרייד.

די קינדערלעך מיט די לאנגע האר און די קאפעלעך און ציצית, האבן א באזונדערע חן, עס דערמאנט פון ר' שמעון און ל"ג העומר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מזל טוב אנעים, השי"ת זאל העלפן אז דו זאלסט זען אסאך נחת פון אים גרינגערהייט, געזונטערהייט, מיט אלע צוגעהערן.


בנוגע די ציצית פאר דריי יאר איז דא כמה מנהגים.

לערנען איז נתפשט על פי רוב אז מען לערענט נישט פאר מען שערט אפ די האר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מזל טוב אנעים, זאל דיר דער בוית"ש בענטשען זאלסט האבן נחת דקדושה פון דער קינד און פון אלע קינדער, מיט א פרייליך הארץ, במנוחת ובשלוות הנפש, מגדל זיין לתורה ועבודה ביראת ד' טהורה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

לחיים לחיים, דער אויבערשטער זאל אייך שענקן טאנען נחת מיט הרחבת הדעת ביינאזאם, ביז די צוויי הינדערט און צוואנציג געזונטערהייט!!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מזל טוב אנעים זמירות! אסאך נחת פון דעם צדיק'ל און פון אלע צדיקים וצדקניות דיינע.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אמן והמברכים יתברכו.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

טייבעלע האט געשריבן: מזל טוב אנעים, זאל דיר דער בוית"ש בענטשען זאלסט האבן נחת דקדושה פון דער קינד און פון אלע קינדער, מיט א פרייליך הארץ, במנוחת ובשלוות הנפש, מגדל זיין לתורה ועבודה ביראת ד' טהורה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מזל טוב אנעים זמירות זאלסטו זעהן אסאך יודיש נחת געזונטערהייט

דריי יאר ארום אי"ה ר"ח אב אויב ח"ו אונז העמיר נאך זיין דא אין גלות אמעריקא גיימיר האבן די זעלבען שאלה, העלמיר דעמאלטס זיך נאכפרעגן,
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אנעים זמירות האט געשריבן: אמן והמברכים יתברכו.


----
מזל טוב ר' יענקל
תזכה להכניסו בבריתו של אאע"ה בעתו ובזמנו, ולגדלו לתורה לחופה ולמעש"ט.

וואו איז דער זכר?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אמן

איך טראכט אז מיין קאך טיש מיט די פיר בענקלעך העט זיין פונקט גענוג פלאץ פאר די פאר מענטשן וואס גייען מיר טוהן א טובה און קומען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יענקל, מז"ט נאכאמאל, נחת פול גרינגערהייט און געזונטערהייט מיט די ב"ב ביינעזאם.

האלט איין בענקל פאר מיר און צוויי פאר מיינע בנים..

---

אנעים, מזל טוב! א באנטש נחת .

--

מיין רבי האט מיר געזאגט אין א ר"ח אפשערן, קיין קאפל און ציצית ביזן שערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מזל טוב אנעים; אסאך אידיש נחת בטוב ובנעימי"ם.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

היינט געשוירען ב"ה און מיין טאטע זז"ג האט געלערנט מיט איהם א"ב. א געשוויסטער קינד וואס איז הערשט געקומען וואוינען דאהי פון א"י האט מיר פארציילט אז ביי זיין זוהן נ"י האט מען איהם געוואונטשען יה"ר אז דער קומענדיגע מאל מען פירט איהם אין א טלית זאל ער זיין אזוי ריין מן החטא ווי יעצט. עפעס א מין יזכיר לו ברכה...
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אנעים זמירות האט געשריבן: היינט געשוירען ב"ה און מיין טאטע זז"ג האט געלערנט מיט איהם א"ב. א געשוויסטער קינד וואס איז הערשט געקומען וואוינען דאהי פון א"י האט מיר פארציילט אז ביי זיין זוהן נ"י האט מען איהם געוואונטשען יה"ר אז דער קומענדיגע מאל מען פירט איהם אין א טלית זאל ער זיין אזוי ריין מן החטא ווי יעצט. עפעס א מין יזכיר לו ברכה...


מז"ט מז"ט וכ', וכ' ביי ענק זענען די חדרים אויך אויף SUMMER SCHEDULE
נ"מ זענען שוין די קינדער על נאות דשא?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אנעים זמירות, זאלסטו זעהן אסאך נחת ביז די הינדערט דריי און צוואנציג,
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

ללבוש כיפה ביום הולדת הג' אפי' אם עדיין לא עשה תגלחת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בין איך געוואר געווארן, אז .... וואס פלאנט צו אפשערן ל"ג בעומר אין חו"ל, האט נישט אנגעטוהן א קאפל פאר זיין אינגל וואס איז געווארן דריי פארגאנגענעם חוה"מ פסח,
ווייס איך אבער אז די ירושלימ'ער טוהן אן א קאפל מיט ציצית גלייך ווען מ'ווערט דריי, אפי' אויב מ'שערט אפ ערשט אין אפאר חדשים ביום ל"ג בעומר

און אפי' חדר פירן טוט מען ביום היותו בן שלש,

פון וואו נעמט זיך דאס נישט אנטהון א קאפל פארן אפשערן (אומוויסנדיג / קאלטקייט / אדער גאר קפידה)???
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”