מ'קען זיך געזעגענען פין סטראבעריס
- אטעטשמענטס
-
- kosher 003.JPG (85.71 KiB) געזען 6116 מאל
-
- kosher 002.jpg (73.54 KiB) געזען 6117 מאל
-
- kosher 001.jpg (55.44 KiB) געזען 6117 מאל
-
- Copy of kosher 001.jpg (72.83 KiB) געזען 6117 מאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
לחיים ולברכה האט געשריבן: איך האב געפרעגט א שאלה אויף אן אייסקריעם פון צומאלענע פראוזן סטראבעריס, מ'האט מיר גע'פסק'נט אז כ'מעג דאס עסן. אויך אויף געקאכטע פראוזן סטראבעריס האט מען מיר גע'פסק'נט אז מ'מעג דאס עסן.
אגב, שוין א לאנגע צייט וואס כ'פלעג מקפיד זיין צו קויפן נאר מהדרין פראוזן סטראבעריס וועגן צוויי טעמים. איינס ווייל ס'איז ביליגער, און צווייטנס ווייל כ'האב שוין לאנג געהערט אז מ'טרעפט ווערים אין בודק סטראבעריס. און אזוי ווי ס'איז נישט אלץ געווען צו באקומען מהדרין, האט מען געווארט ווען ס'איז יא געווען און מ'האט זיך איינגעקויפט א באנטש....
איצטע עמיר זיי אלע אריינווארפן אין מיסט וואו די ווערים וועלן זיך טרעפן מיט זייערע קאלעגן - די קאקאראטשן.
דיזע ערצעלונג האט געשריבן: ס'געפערליך. איך שטעל זיך אבסאלוט דערקעגן. יעדן צווייטן טאג אויפקומען מיט א פרישן אויפדעקונג, נאר ווייל איינער האט אביסל צופיל צייט.
היינט איז עס סטראבעריס, מארגן איז עס באנענעס.
וויפיל איז דער שיעור?
גענוג איז גענוג, זאל משיח שוין קומען און פארטיג.
לאקשען ברעט האט געשריבן: דיזער, זיי נישט ברוגז , ס'נישט געפערליך ס'דא גענוג וואס צו עסען מער פין וואס דיינע זיידעס האבען געהאט
משיח דארף טאקע קומען, אבער נישט כדי מען זאל קענען עסען סטראבעריס, ס'דא אנדערע זאכען וואס ס'טויג נישט אין גלות
,,עניוועי מען דארך אביסעל אכטונג געבען וואס מען עסט , נישט אלעס וואס קומט אין די הענט דארף גלייך גיין אין מויל אזוי ווי א קליין קינד ,
ערנסטער האט געשריבן:דיזע ערצעלונג האט געשריבן: ס'געפערליך. איך שטעל זיך אבסאלוט דערקעגן. יעדן צווייטן טאג אויפקומען מיט א פרישן אויפדעקונג, נאר ווייל איינער האט אביסל צופיל צייט.
היינט איז עס סטראבעריס, מארגן איז עס באנענעס.
הונדערטער און טויזנטער יאר האבן נאיווע און תמימות'דיקע אידן געגסן כל מיני פירות און שאר ירקות, יאגעדעס און כל מטעמים...
ביז'ן טאג ווען איז געקומען ר' מיקרא-שקאפ וואס האט גע'אסר'ט ס'אלץ.
סאו דו האלסט אז טאמער זעט מען מיט א מיקרא-שקאפ ווערים זאל מען עס יא מעגן עסן ?
וויפיל איז דער שיעור?
ס'טייטש, וויפל? ליוט דעם שיעור הגדלה פונעם מיקראסקאפ לענז.
גענוג איז גענוג, זאל משיח שוין קומען און פארטיג.
אמן ואמן!