שוועמל האט געשריבן: און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניוווווווווו........ הוי וועט דאס זיין א סעודה'ניו מיט אלע צוגעהערן.... ס'עט זיך גיסן 'וואסער' לרחצה, 'אייער' אלע סארט, 'פלייש' פון אלע געשעפטן, די 'סטראבעריס' געמישט מיט 'סאלאט' און 'קעשוס' וועט מען טינקן אין זאפטיגע ווארימע 'טשאקלאדע', ווישן העט מען זיך מיט די 'חמצדיגע' פעיפער טאועל און דערנאך אריינווארפן אין די טריפה'נע בעקעלעך רח"ל. דאן עט עס זיין א בחינה פון עתיד החזיר להיטהר, די ווערים די רשעים וועלן פארניכטעט ווערן ומלאה הארץ דעה את ה'.
און שיער פארגעסן... די זאל וועט זיין באצירט מיט הערליכע 'בלומען' כשושנה בין החוחים, דער 'חוקת הגוי' וועט גענצליך אויסגעראטן ווערן פון די בריאה, והיה ה' למלך על כל הארץ.
שוועמל גוט גוט.