זמני עלות השחר לניו יארק ביום א דשבועות

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

זמני עלות השחר לניו יארק ביום א דשבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

וויבאלד לערנען בליל שבועות ביז דעם עלות השחר איז דאך נאר א מנהג לייג איך דא ארויף לטובת הרוצים לדעת א קאפי פון דעם חשוב'ען ספר פון הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס פאר זמני עלוה"ש פאר ניו יארק סיטי

פאר די וואס זענען מיד אין האלטן ביים אויף געבען אין זיך לייגען שלאפען וועט אפשר די ידיעה פון פריערדיגע זמנים זיי געבען דעם יצר טוב נאך אביסל אויף זיין און לערנען כאטש ביז איינע פון די זמנים וואס זענען דא גערכענט, דער ספר ישראל והזמנים איז אנליין אין די לינק פון די זמנים פאר שבועות דהאי שעתא

די זמנים זענען פאר סטאנדארט טיים און מע דארף צו געבען א שעה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=249

הרב הארפענעס האט נישט אריין געלייגט אין דעם לוח דעם ערשטען זמן פון ר' אברהם חיים נאה דהיינו "זמן (א)"
און ער איז דאס מסביר ווייל עס איז מופרך מכל וכל, דא איז דער לינק פאר זיין הסבר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=249

אבער לע"ד לגבי עלות פון לערנען שבועות איז דאך נישט שייך קולות אדער חומרות [לכאורה] האב איך געטראפען אז דער זמן פון 26 דעגריס הנ"ל ליום השבועות דהאי שעתא איז AM 2:34 דעילייט טיים
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

דא איז דער לוח
אטעטשמענטס
AloisShviyes1.JPG
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

שכויעך ר' יונה
א קליינע הערה נאר בדרך צחות, דער מנהג איז אויפצוזיין ביזן שפעטערן אנגענומענעם עלות (16.1°)
פאר נאך זמנים זעהט דא
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

היפאקריט האט געשריבן: שכויעך ר' יונה
א קליינע הערה נאר בדרך צחות, דער מנהג איז אויפצוזיין ביזן שפעטערן אנגענומענעם עלות (16.1°)
פאר נאך זמנים זעהט דא


דער "מנהג"? מהיכי תיתי?
די שפעט'סטע איז התאחדות 72 פאר די נץ דאס איז "נאך" 16.1
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

כעט ווען נישט מגיב געווען ווייל סיז מתחלה געווען בדרך צחות, נאר קלארצושטעלן וואס כאב געמיינט.
מהיכי תיתי? זעהר פשוט. דער "מנהג" (פון אויפזיין ביז "צופרי") קען נאר זיין געבויעט אויפן "מנהג" (ווען צופרי איז)
72 איז שפעטער? פיין, דעיס איז אויך איינע פון די "מנהגים" משא"כ 26 דעגרי איז בכלל נישט קאן מנהג. (כאב נישט געמיינט דווקא 16.1°)
סיז געווען א דרך צחות (מיט א שטיקל פוינט) אבער פאשטייטזעך אז אליבא דאמת איזעס צויי דינים און סיז לא תלוי הא בהא. נאכאמאל יישר כח רבי יונה
א פרייליכן יום טוב
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איר זענט לכאורה גערעכט.

אבער נאר אויב אז איר מאכט פון דעם עלות 72 אדער אפילו 16.1 דעגרי א "מנהג" פון חישוב עלות. אבער ביידע זמנים -כאטש לפי פשטות הגמ' בפסחים האבען זיי א קראנטע מקור - אבער וואס עס פעלט פון זיי איז טאקע דעם תואר "מנהג" [נאר אויב מ'טענה'ט אז א מנהג חדש ד'אמעריקע 72 און מנהג לפי הגרי"מ טיקוצינסקי 16.1 שאפט א 'מנהג' הגם עס איז נאנט צום מנהג המקורי אבל דרך ה'חישוב' הוא בודאי חדש] זיי האבען נישט קיין מסורה פון קהילות ישראל וואס האבען זיך אזוי געפירט מימים ימימה. כמבואר בארוכה בקובצי עץ חיים [באבוב] און אויף דעם האב איך זיך מתיחס געווען.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

ווי איך פארשטיי איז דער שמועס שוין נישט בענין תיקון ליל שבועות, פאר צוויי סיבות. 1) פשוט, ס'איז שוין נאך שבועות. 2) ווייל, נניח כדבריך איז אבער פארהאן עפעס א מנהג, ווי למשל 14.2° (מנהג איירופה?) וואס איז אסאך שפעטער ווי די 25.9° וואס הגרא"ח נאה ז"ל האט מחדש געווען.

אבער אז מ'רעדט שוין פונעם עלוה"ש וועלעך מוסיף זיין עטליכע נקודות.
א) דער זמן פון 72 מינוט סיי שוות און סיי אין דעגרי (16.1) האט נישט נאר א יסוד אין גמ' פסחים נאר אויך מקורות אין די פוסקים און טאקע במנהגי ישראל אויך.
ב) הרב טיקוצינסקי האט נישט מחדש געווען 16.1, אדרבה אין לוח א"י איז דער עלות 90 מינוט במעלות (און כמדומני האבן טאקע גדולי ישראל מעורר געווען אז סיז נאר לחומרא וויבאלד עיקר הזמן הוא ב72 שהוא כשהחמה טז מעלות מתחת לאופק). עי' בספר הזמנים בהלכה (בניש) שמביא מנהג כמה מקומות שחישבו העלוה"ש בזמן 16.1° דגרי, וכן במאמריו של הרה"ג רמ"נ לעויטא בקובצי עץ חיים.
ג) אמריקה איז נישט דער מקור אויף 72 שוות, כמבואר בספר הנפלא אוצר הזמנים שהביא הרבה מקורות לחישוב הזמנים באופן זה, וכן הוא מנהג בעלז מאז ומקדם כמובא בקובצי עץ חיים הנ"ל. (ולדעתי תואר מנהג מוז נישט זיין דווקא געבויעט אויף פוטוקאפיס פון אן אלטען לוח, אויב ס'קומט אויס מדברי הפוסקים שנקטו כן לדבר פשוט הרי שזה הי' המנהג)
ד) עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז די מאמרים בקובצי ע"ח איז בכלל נישט געשטעלט מברר זיין מקור כל מנהג ומנהג, נאר בעיקר צו פארענפערן דעם זמן וואס איז געווען שטארק מצוי באיירופה 14.2 דעגרי, וואס איז לכאורה נגד מה שנראה פשטות ההלכה. (וביאר ע"פ דרכו שתלוי במחלוקת המ"א והא"ר אם דיני היום מתחילים בעלות השחר או כשהאיר המזרח, ובספר אוצר הזמנים יש יישובים אחרים ע"ז)

עס איז דא נאך אומבאנוצטע זמנים (מיט מקורות במנהג) ווי למשל שעות זמניות, אדער 18 דעגרי, אבער דער זמן פון 26 דעגרי נתחדשה בדורות האחרונים ולא נתקבלה לא בחב"ד ולא בשאר מדינות המלך, לא בהלכה ולא במנהג, ובזמן ההוא לא יש שום התחלות או התנוצצות אורה והחושך יכסה ארץ במילואו.

היוצא לנו מזה? ס'איז דא חילוקי מנהגים? יא, האם עוד קיים מנהג? זיכער אזוי. מאכט דאס אלסדינג גלאט? אוודאי נישט
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

Re: זמני עלות השחר לניו יארק ביום א דשבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

ווען איז דער עלות השחר היי יאר אין ראקלענד קאונטי? 3:32 אדער 4:11?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2371
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: זמני עלות השחר לניו יארק ביום א דשבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פארנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 9:24 am
ווען איז דער עלות השחר היי יאר אין ראקלענד קאונטי? 3:32 אדער 4:11?
72 מינוט פארן נץ איז 4:11, לויט די מעלות - אופק איז די זמן עלות השחר 3:33, (עס איז אויך דא א פריערע זמן פון ארום 3:16,איך מיין די ערשטע איז 18 מעלות און די צווייטע 16.1)
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”