דארט וועט אריין לויפן אנדערע לופט וואס איז דא ארום. דאס "אריין לויפן" פון די לופט, איז ...... די ווינט! ווען עס איז דא ווינט, מיינט עס אז עס איז דא טוישונגען אין די אטמאספערע, און עס ווערט "ליידיגע" שטחים פון לופט, און דארט לויפן אריין אנדערע לופט, און דאס מאכט א ווינט.
עכ"פ צוריק צו די שטורעם. ווארימע לופט הייבט זין אויף, נאך און נאך, און דאס מאכט אז אויף דעם פלאץ איז דא ווי א וואקיום, וואס ציט אויף ארויף.
יעצט איז דא נאך אזאך.
ווען צוויי טעמפעטשער'ס אין צוויי אנדערע הויכקייטן פון די לופט פארן איינס קעגן דעם אנדערן.
למשל איין מייל העכער די ערד, פארט א ווינט מיט 70 דעגראד וועטער, פון ניו יארק - וואס איז איין עק אמעריקע - צו קאלעפארניע - וואס איז די אנדערע עק -. און א מייל און אהאלב העכער די ערד, פארט א פארקערטע ווינט פון קאלעפארניע צו ניו יארק.