ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

מיט די סכום פון $1.90 גייט מען אויפהאלטן די מקום מנוחת קדשו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל »

איך זעה אז דו האסט נישט ארויס וואס די סגולה איז .
די הייליגע ראדאשיצער האט געהייסען געבן 19 פרוטת וואס איז בגטרי' "גוי" אין זאגן כי גוי אובד עצות " ער האט נישט געהייסן געבן פאר זיין נאמען... אין נישט פאר זיין מוסד ... אין נישט 19 דאללער...
נאר 19 פרוטת פאר סיי וואספארא צוועק !!!
אין דעס וואס די פרעגסט צו פאר 1.90 קען מען אויפהאלטען די מקום קדוש? אין פאר 19 דאללער קען מען אויפהאלטן די טאהשע ישיבה פארשטייסטו יא??? נאר אזוי ווי איך האב געשריבן ער האט געהייסען געבן 19 פרוטות!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קען מען צוזאגן $1.90 און $19 און זאגן די פסוק "כי אין לו חלק ונחלה עמך" אז עס זאל דא זיין שלום ושלוה?
knows all
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 20, 2013 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knows all »

דניאל האט געשריבן: איך זעה אז דו האסט נישט ארויס וואס די סגולה איז .
די הייליגע ראדאשיצער האט געהייסען געבן 19 פרוטת וואס איז בגטרי' "גוי" אין זאגן כי גוי אובד עצות " ער האט נישט געהייסן געבן פאר זיין נאמען... אין נישט פאר זיין מוסד ... אין נישט 19 דאללער...
נאר 19 פרוטת פאר סיי וואספארא צוועק !!!
אין דעס וואס די פרעגסט צו פאר 1.90 קען מען אויפהאלטען די מקום קדוש? אין פאר 19 דאללער קען מען אויפהאלטן די טאהשע ישיבה פארשטייסטו יא???נאר אזוי ווי איך האב געשריבן ער האט געהייסען געבן 19 פרוטות!


ווי קומט דא אריין די טאהשער ישיבה?

אין די סכום איז 19 - נישט קיין חילק וואס.
אוועטאר
לחיים אידן
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2013 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים אידן »

דניאל האט געשריבן: די הייליגע ראדאשיצער האט געהייסען געבן 19 פרוטת וואס איז בגטרי' "גוי" אין זאגן כי גוי אובד עצות " ער האט נישט געהייסן געבן פאר זיין נאמען... אין נישט פאר זיין מוסד ...אין נישט 19 דאללער...
נאר 19 פרוטת פאר סיי וואספארא צוועק !!!


ווייל פאר די בית החיים האט ער יא געזאגט אז מען זאל געבן?

די סגולה איז נישט סתם אז מגעט צדקה.
סאיז אז מהעלפט ארויס די ראדישיצער מיט א מקום תורה
איך וועל באלד ברענגן די מקור..
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

א געוואלדיגע ישיבה, פרזענליך באקאנט.
knows all
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 20, 2013 10:43 pm

וועלכע ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knows all »

הערליך האט געשריבן: א געוואלדיגע ישיבה, פרזענליך באקאנט.

וועלכע ישיבה, די טאהשער ישיבה? אדער ראדישיצער ישיבה?
עפעס האט "דניאל" פריער געשריבן אז דא רעדט זיך פון די טאהשער ישיבה

דניאל האט געשריבן:
אין דעס וואס די פרעגסט צו פאר 1.90 קען מען אויפהאלטען די מקום קדוש? אין פאר 19 דאללער קען מען אויפהאלטן די טאהשע ישיבה פארשטייסטו יא??? נאר אזוי ווי איך האב געשריבן ער האט געהייסען געבן 19 פרוטות!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איך רעד פון די ראדעשיצע ישיבה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

למעלה-משבעים

ווילאנג עס איז ניק'לעך מיט ווינציגער פון 19 תגובות צו זייער נשמה, לאז זיי רעדן צווישן זיך.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

סתם טשעפענען, איך גלייב עס נישט פון דיר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך האט געשריבן: סתם טשעפענען, איך גלייב עס נישט פון דיר

רעדסט צו מיר?
איך האב נישט געמיינט צו טשעפענען ח"ו. בלויז געזאגט פארן מנהל ער זאל זיך נישט נעמען צום הארצן די מחלוקה'לע, ווייל עס איז בין יום היה ובין לילה אבד, דיזע חברה האבן זיך נארוואס געמאכט ניקלעך צוליב דעם איינעם סיבה, און ווי נאר בטלה דבר בטלה תגובה.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

זייער אסאך ניקס זענען געווארן צילוב א טאפיק, אסאך מאל קען מען שפעטער דערפון שטארק הנאה האבן, פון סתם גיבן אזוי א רייס אריין וועט קיינער נישט הנאה האבן.
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

איך פיל איך מוז דא מאכן א שטיקל קלעריפיקעשיאן איך האב אויך היינט געזעהן די עד און די דבר יום ביומו וואס דניאל האט צוגעברענגט האט עס מיר געקאסט א שטיקעל לאך ער שרייבט אינעם עד אז די סכום פון 19 איז 1.90
אין ער נעמט צוזאם געלט צו קענען צוענדיגען די בוי פונעם נייעם גדר און שטאט ראדאשיץ מקום מנוחתו פון הרה"ק מראדאשיץ בעט ער אז מ'זאל אים גיבן 1.90 איי עם ריעלי סארי אבער א שוואכע פאנדריעזער

אבער שפעטער ליינענדיג אייוועלט זעה איך אז עס טוט זיך טאקע מיט דעם 19 האב איך מיך נישט געפוילט אין אנגעהויבן מאכן ריסורסש איבער דעם 19 ובזה החלי

19 איז געווען די סכום וואס הרה"ק מראדאשיץ פלעגט אלס הייסן צו גיעבן
אמאל 19 זלאטעס
אמאל 190 זלאטעס און צומאל 19.000 זלאטעס

אבער דעם כי גוי אובד עצות איז א באזונדערע מעשה איינער האט אמאל געהאט א שווערע קארט קעיס מיט א גוי איז ער געקומען צו הייליגען ראדאשיצער זצוק"ל נאך א ברכה האט אים דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט הער מיר אויס איך בין זייער א טייערע אדוואקאט און זאגט אים מניה וביה ער זאל מנדב זיין 1900 זלאטעס דער איד עפענט אפאר אויגן מאי האי ?
ערקלערט אים דער סבא קדישא אן אדוואקאט נעמט איבער קיעס א קליינע קעיס א קליינע באלוינונג !
א גרויסע קעיס א גרויסע באלוינונג! די האסט א גרויסע קעיס ממילא איז א גרויסע באלאוינונג,
דער איז האט געזעהן אז עס איז א שעת הכושר האט א פרעג געטון דעם רבין וואס איז אבער דער חשבון פון 19?
האט אים דער סבא קדישא געזאגט די האסט דאך צוטאן מיט א גוי און גוי באטרעפט 19
ווי עס שטייט גוי אובד עצות און ער האט דעם איד געזעגענט ע"כ המעשה,

בדרך אגב האב איך געהערט אויך וועגן די ישיבה הק' ע"ש ועל זכרו פונעם הייליגען ראדאשיצער זצ"ל
דער ישיבה איז יחיד במינו הלואי וואלט געווען נאך 200 אזאלכע ישיבות וואס מ'גיט זיך אפ מיט די בחורים ווי אייגענע קינדער
און ב"ה גדלו ועשו פרי דעם פריעדיגען ווינטער זענען עטליכע בחורים פון די ישיבה חתנים געווארן מיט גאר שיינע שידוכים,
און אזוי ווי איך קען איינע פון די חתנים קען איך מעיד זיין דער הייליגער ראדאשיצער שטייט דארט צו די האנט,
און איך בין בטוח ווער עס וועט שטיצען דעם מקום תורה זאל זיין 19 אדער 190 אדער 1900 אדער 190000 וכל המרבה הרי זה משובח וועט דער הייליגער ראדאשיצער זצוק"ל לויפן און אלע עולמות אים א טובה צו טוען
לעצט פארראכטן דורך אתרוג אום דינסטאג מאי 21, 2013 11:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

מיט א צייט צוריק האב איך געזען ערגעץ אין א ספר [אפשר וועל איך זיך שפעטער דערמאנען] א סגולה ניצול צו ווערן ווען מ'האט צוטון מיט א גוי, צו גיבן 19 פרוטות לצדקה לע"נ ר' ישכר בער מראדישיץ זצ"ל.
אין יענע צייט האב איך עטליכע מאל געזען אז כ'האב געהאט [איך געדענק נישט פונקט די פרטים ס'איז געווען קלייניקייטן] עפעס צו דארפן אזא סגולה, און געזאגט און געטאן, ס'האט עושה רושם געווען ב"ה.
אגב, איך האב נישט געוואוסט צי די סגולה איז שייך דירעקט אויף אנדערע זאכן, האב איך עס נישט פרובירט כדאי נישט מזלזל צו זיין דערין, אבער אויף הנ"ל בין איך געווען סמוך לבו בטוח, והועיל ב"ה.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אתרוג האט אריין געשמיסן א תגובה... ששששששש
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע:100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

רבותי, הרב אברהם מאיר שווארץ, מאכט א נסיעה פון זונטאג ביז דינסטאג נאכט ווער עס וויל פארן-אנשולדיגט- ווער עס וויל פליען, קען זיך נאך מיטכאפן.

לגבי די ישיבה תורת אמת דראדישיץ, כ׳האב געמאכט העווי ריסערטש, און געוואויר געווארן אומגלויבלעכע פאקטן, די בחורים פירו זיך אויף בקדושה ובטהרה, מען לערנט זיי אויס צו זיין א ״מענטש״ מידות איז נאמבער וואן! דרך ארץ קדמה, ווי די גבאים און טאהש געבן איבער, ווען זייער ראש הישיבה הרב גליקמאן (אליינס א שטארק מקורב צום רבין שליט״א) קומט זיך געזעגענען מיט די בחורים, שטעלט זיך אפ די גאנצע שורה פונעם עולם. יעדער דארף ווארט ביז די בחורים גייען אריין און קומען ארויס הערשט דערנאך גייט די ליין ווייטער!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פאר אדווערטייזמענטס אויף אידישע וועלט, פירקלט ווייטער
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע:100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

איינער האט נאך א מעשה?
שערי שמים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 29, 2013 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי שמים »

הרה"ק רבי יצחק'ל פינקלער אבד"ק ראדשיץ זי"ע, חדב"נ פונעם הייליגן ראדשיצער זי"ע, האט אמאל דערציילט, אז אנפאנג נאך זיין חתונה איז ער נאכנישט געווען קיין חסיד פון זיין שווער, אדרבה ער האט נוטה געווען צו אן
אנדערער דרך החסידות ועבודת ה'.
אמאל איז זיין רעביצין אוועקגעפארן פון שטוב אויף אפאר טעג, האט ער זיך אריינגעצויגן ביים שווער אין שטוב. איין נאכט אינמיטן טיפן שלאף, דערוועקט ער זיך פילנדיג ווי עמיצער שלעפט אים, צום ערשט האט ער
געמיינט אז ס'איז איינע פון די קינדער, און ער האט יענעם אנגעשריגן. האט ער זיך צוריקגעלייגט שלאפן, און נאכאמאל שפירט ער ווי עמיצער שלעפט אים מיט אלע כוחות, האט ער זיך אויפגעשטעלט און אראפגעגאנגען פון
בעט, זעט ער ווי עס שטייען ארום שרעקעדיגע מענטשן אנגעטאן מיט ווייסע בגדים פון קאפ ביז פיס. ער האט זיך זייער דערשראקן און אנגעהויבן שרייען מיט אלע כוחות,
און ער איז באלד געפאלן אין חלשות. הערנדיג די קולות, איז דער שווער דער סבא קדישא געקומען צו לויפן און האט אים דערמונטערט. ווער ער איז געקומען צו זיך, האט אים דער שווער געפרעגט "וואס האט פאסירט,
פארוואס האסטו זיך דערשראקן?", האט ער דערציילט די גאנצע מעשה. פרעגט אים דער שווער "יעצט וועסטו נאך מחולק זיין מיט מיר?", האט ער געענטפערט "פון יעצט גלייב איך שוין, אז דער שווער איז אחד מגדוליהצדיקים
וועלכער איז מתקן נשמות, ווייל אפען צוצוזען אזא זאך, דערצו דערצו אז איך זאל מיך אזוי דערשרעקן, אין א צייט ווען כ'בין בטבע נישט קיין פחדן, איז א ראי' אז ס'איז נישט קיין נאטורליכע זאכן".
האט דער הייליגער ראדשיצער געזאגט: "אויב דו גלייבסט שוין, קענסטו שלאפן רואיג אן קיין פחד".
זי"ע
ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יצחק »

אינטערעסאנט אז salt האט זיך נאכנישט געלאזט הערן דא, עכ"פ מיט דעם ניקל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די אשכול איז אינטערעסאנט ווי לאנג מ'האלט זיך צום נושא. איינמאל עס ווערט אן עדווערטייזמענט בולעטין וועט מען עס שפארן און נאר עפנען ווען די טשעק קלערט.

יישר כח
שערי שמים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 29, 2013 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי שמים »

אין שטאט שידלאווצא האט געוואוינט א איד וואס האט געארבעט ביי זיין שווער אין די ביזנעס. איינמאל מעלדט אים זיין שכן, אן ערלית, אז זי האט געהערט פון זיין שווער'ס קינדער, אז זיי פלאנען אים צו פארשיקן פון
די ביזנעס נאכדעם וואס זיין שווער וועט נפטר ווערן. האט זי אים צוגערעדט און גע'עצה'ט, אז אזוי ווי ער איז א גרעסערער אומן פון זיי, זאל ער אפקויפן איר הויז און דארט אויפשטעלן אן אייגענעם פאבריק.
נאכ'ן אפקויפן דאס הויז האט ער געזען אז מ'דארף דאס אינגאנצן פאררעכטן, וואס דארף אפקאסטן אסאך מער וויפיל ער האט געצאלט פאר'ן הויז, און ער האט נישט די מעגליכקייט דערצו.
איז ער געפארן קיין ראדשיץ זיך אויסרעדן און מקבל זיין ברכות קדשו פונעם הייליגן צדיק.
האט אים דער הייליגער ראדשיצער געזאגט, אז ווען ער קומט אן אהיים זאל ער בארגן צוויי הונדערטער זהובים און דאס אויפטוישן אויף קליין געלט. די געלט זאל ער אריינלייגן אין א קליין קעסטלע און דאס באהאלטן אין א שאנק, וואס זאל זיין גוט פארמאכט אז קיינער זאל נישט קענען אנקומען דערצו, און ווען ער וועט דארפן געלט זאל ער אריינשטעקן דאס האנט און ארויסנעמען וויפיל ער ברויך, אבער נישט אריינקוקן אינעם קעסטל.
האט דער איד זיך געוואונדערט: "ווער וועט מיך בארגן געלט?" האט זיך דער ראדשיצער צעלאכט, זאגנדיג: "וועסט שוין זען, אז דו וועסט טרעפן פון וועם צו בארגן".
אויפצומארגנס ווען דער איד גייט אין גאס, טרעפט ער ווי א מענטש בארגט געלט אויף ריבית, און יענער רופט אים צו. צוקומענדיג, פרעגט אים דער מענטש "פארוואס ביזטו טרויעריג?" פארציילט ער די גאנצע מעשה
בתמימות, האט אים דער מלווה געזאגט: "אויב שרייבסטו מיר אונטער א שטר הלוואה, בין איך דיר גרייט צו בארגן צוויי הונדערט זהובים".
דער איד האט נישט אזוי ערנסט אנגענומען די ווערטער, און ער איז זיך ווייטער געגאנגען. שפעטער אין טאג, האט ער ווידערמאל געטראפן דעם מלווה, גיט אים יענער א פרעג "פארוואס האסטו מיר נישט געברענגט קיין
שטר"? האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט געמיינט אז ער זאגט עס בדרך צחוק, האט אים יענער געזאגט אז ער מיינט עס זייער אמת'דיג, און אויב ער ברענגט אים שוין א שטר, בארגט ער אים תיכף דאס געלט.
כך הוה, ער האט אים געברענגט א שטר הלוואה, און באקומען דאס געלט. דערנאך האט ער גענומען דעם סכום און אויפגעטוישט אויף קליין געלט, אזוי ווי דער ראדשיצער האט געזאגט. פון די געלט האט ער זיך
געקויפט האלץ און אנדערע כלי הבנין, און זיך געמאכט אליינס געשעפטן.
ווען ס'איז געקומען דער זמן הפרעון האט ער באצאלט פונעם קעסטלע אין שאנק, און ער האט מער נישט געדארפט צוריקגיין צו זיין שווער'ס ביזנעס, זייענדיג אליינס א שיינער פארדינער. זי"ע
שערי שמים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 29, 2013 3:00 pm

מתולדותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי שמים »

דער צדיק רבי ישכר בער זי"ע איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ה און איז נפטר געווארן ח"י סיון תר"ג.

זיין פאטער רבי יצחק זצ"ל איז געווען דער משמש פונעם הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע. עס איז באקאנט אז דער מעזריטשער מגיד האט אויפגעהאדעוועט ביי זיך אין שטוב א יתומה, ווען זי איז עלטער געווארן האט דער מגיד געבעטן פאר זיין משמש רבי יצחק זאל זיך מיט אירמשדך זיין און איר נעמען פאר א פרוי. פאר ר' יצחק האט נישט אזוי געפאלן וואס זיין רבי האט אים געבעטן. "רבי, איך האב אייביג אויסגעהערט וואס דער רבי האט מיר געבעטן צו טוהן, אבער וויאזוי קען איך חתונה האבן מיט אן ארימע מיידל א יתומה, דאס וועט דאך זיין א גרויסער בושה פאר מיר?" האט דער הייליגע מגיד געענטפערט: "איך זאג דיר אז זי איז גאר א ספעציעלער פרוי, וואס דו דארפסט זיך בכלל נישט שעמען חתונה צו האבן מיט איר, און אויסער דעם זאג איך דער צו, אז אויב וועסטו מיט איר חתונה האבן וועט איר זוכה זיין צו א זון וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט, און דו זאלסט אים א נאמען געבן נאך מיר". דער זון איז געווען דער הייליגער ישכר בער פון ראדשיץ זי"ע!

שוין אלס יונג קינד האט זיך אנגעזען אויף דעם קליינעם ישכר בער אז ער באזיסט גאר א הויכע נשמה, שוין אזוי יונג ווי 7 יאר איז ער יעדן פארטאגס געגאנגען צום קאלטן טייך אין זיך גע'טובל'ט אין מקוה, אכטונג געבענדיג אז קיינער זאל נישט געוואויר ווערן פון זיין מנהג און ער פלעגט מיט גיין מיט זיינס א חבר יעדן צופרי זיך טובל'ען אין טייך. איינמאל איז געווען גאר א קאלטער וועטער און דאס וואסער איז געווען אייז קאלט, וויפיל ר' ישכר בער האט געבעטן פונעם חבר זאל זיך נישט טובל'ן ווייל עס קען אים שאטן צום געזונט האט עס נישט געהאלפן, און ער האט זיך יא גע'טובל'ט און דער חבר איז טאקע שטערבליך קראנק געווארן דערפון. ווען ר' ישכר בער האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעשפארט אין א צימער, און אנגעהויבן צו וויינען און בעטן ביים באשעפער זאל אויסהיילן זיין חבר, נאך א לענגערע וויילע האט ער אנגעפילט א גאנצער טעלער פון טרערן וואס ער האט געלאזט פאלן בשעת'ן וויינען, און דאס האט ער געגעבן צו טרינקן פאר זיין חבר וועלכער איז תיכף דערנאך גענצליך געזונט געווארן! דער הייליגער תפארת שלמה פון ראדאמסק פלעגט רופן דעם ראדשיצער מיטן טיטל "דער צווייטער בעל שם טוב". ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, דער קאזניצער מגיד זי"ע, דער אפטער רב זי"ע, רבי משה לייב מסאסוב, דער יוד הקדוש פון פשיסחא זי"ע, און רבי מנחם מנדל מרימינוב. איינער פון די צדיקים האבן עדות געזאגט אויפן ראדשיצער אז "ער האט דער כח מחיה מתים צו זיין!".
מערסטנס טייל פון זיין לעבן איז דער צדיק געווארן דער אב בית דין אינעם שטאט ראדשיץ.

ער איז ברייט באקאנט געווען מיט זיין אוסטערלישע בקיאות און חריפות וגאונות בכל התורה כולה. עטליכע יאר נאכ'ן ווערן רב אין שטאט ראדשיץ האט ער באקומען א פארשלאג פון א גרויסער קהלה פונעם שטאט ניישטאדט צו קומען איבערנעמען דאס רבנות שטול אין שטאט. די ראשי הקהילה האבן אים פארגעשלאגן א גרויסער געהאלט, ער זאל נישט האבן קיין שום דאגת פרנסה, דאס איז אויסער דער פאקט אז עס איז פיל א גרעסערע קהילה וואו ער וועט פיל מער קענען אויפטוהן. דער ראדאשיצער זצ"ל האט אנגעפרעגט ביי זיין רבי'ן וואס צו טוהן, און ער האט אים באפוילן "שב ועל תעשה עדיף" – "דיין ליכטיגקייט וועט שיינען דווקא פון ראדשיץ". און אויפן נאמען פון דעם שטאט "ראדשיץ" איז זיין נאמען טאקע איבערגעבליבן עד היום הזה.

דער הייליגער ראדשיצער זי"ע איז געווען באוואוסט אינעם גאנצן לאנד אלס גרויסער פועל ישועות ווען טויזנטער האבן געשטראמט צו זיין טיר פאר כל מיני ישועות ורפואות. יעדער איד האט ביי דעם צדיק געטראפן אן אפענעם טיר, און יעדער איז ארויס א געהאלפענער. אויסער זיין מעגליכקייט צו זען זאכן וואס דער געווענליכע פליישיגע אויג האט נישט געקענט זען און פשוט'ע מח האט נישט געקענט באגרייפן, איז ער געווען באקאנט מיטן מענטש'ס מצב, און אזוי ארום האט ער טאקע געקענט העלפן אזויפיל אידן.
עס איז באקאנט אז דער הייליגער ראדשיצער זי"ע האט אסאך עוסק געווען אין מקרב זיין פארבלאנדשעטע נשמות לאביהם שבשמים, און געווידמעט א גרויסער טייל פון זיין לעבן דערפאר, ווי אויך פלעגט ער פראווענען אסאך אפענע מופתים נאר כדי צו איבערצייגן אזעלכע אידן עס איז פארהאן א באשעפער אויף די וועלט, און ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר דעם.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
אוועטאר
לחיים אידן
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2013 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים אידן »

א בריוו וואס ראש ישיבת ראדשיץ שליט"א האט ארויסגעגעבען למען הבית החיים אין ראדשיץ....
בילד
דאס קומט פון דא:
http://www.radashits.com/tzion
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גייט קומען נייעס נאך די קורצע... איים סארי לאנגע עדווערטייזמענט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שערי שמים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 29, 2013 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי שמים »

דעם ראדשיצער'ס איידעם הרה"ק רבי יצחק זי"ע האט אויך אמאל דערציילט, אז איינמאל איז געשטאנען א עולם צו געבן שלום פאר זיין שווער.
צווישן דעם ציבור, איז געווען איין יונגערמאן וואס איז דעמאלטס די ערשטע מאל אנגעקומען קיין ראדשיץ, ווי נאר ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט דער סבא קדישא זיך אנגערופן פאר רבי יצחק'ל: "דער יונגערמאן איז א שוחט, און ער האט ליידער עטליכע מאל פוגם געווען אין זיין שחיטה"...
זייענדיג דאן נאכנישט קיין חסיד פון זיין שווער, און נישט גלויבענדיג אז דאס איז רוח הקודש, איז ער נאכגעלאפן דעם יונגערמאן און געכאפט מיט אים א שמועס. שמועסנדיג איז ער טאקע געוואויר געווארן, אז יענער איז א שוחט, און ס'איז שוין עטליכע מאל ארויסגעקומען א מכשול פון זיין שחיטה. זעענדיג ווי זיין שווער איז טאקע גערעכט, איז ער באלד צוריקגעלאפן און געפרעגט זיין שווער מיט וואונדער: "פון וואו האט דאס דער שווער געוואוסט?" האט דער סבא קדישא געענטפערט, אז ווען דער יונגערמאן האט אויסגעשטרעקט זיין האנט שלום צו געבן, האט ער גלייך געשפירט א ווייטאג אויף די סימנים אין האלז, אויפ'ן פלאץ וואו מען שעכט א בהמה, האט ער פארשטאנען, אז ער איז א שוחט און ער האט פוגם געווען אין די שחיטה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”