נייעס, נאטיצען און אינפארמאציע אין לעיקוואד און ארום
די זעלבע זאך וויל איך דא בעטן אויב עס איז דא חברים וואס וואוינען אין לעיקוואד זאלן זיי אויך באריכטען ווען זיי האבן עפעס נייעס.
די וואך שב"ק האט געוויילט דאהי הר"ר יצחק משה ערלאנגער שליט"א, ער האט געפירט אין ראכמיסטריווקא ביהמ"ד, מער פון דעם קען איך נישט באריכטען ווייל איך האב עס נישט פערזענליך מיטגעהאלטן.
דינסטאג קומט דאהי פאר פריימערי וואלן פאר די רעפובליקאנע טיקעט, און די מערסטע נאכגעפאלגטע פארמעסטען ביים היימישען ציבור איז די פארמעסט פאר סטעיט סענאטאר און אושען קאונטי שעריף, פאר סטעיט סענאטאר לויפט א היימישע איד ר' הערש הערשקאוויטש אקעגן דעם אינקאמבענט באב סינגער, אבער היות הערשקאוויטש פייט אקעגן יעדע זאך וואס ער האלט אז די טאונשיפ טוט נישט גערעכט, דער וועד האט אינדארסירט סינגער אקעגן הערשקאוויטש.
ביי די פארמעסט פון אושען קאונטי שעריף, לויפט א היימישע איד (איך געדענק נישט אויף די מינוט זיין נאמען) אקעגן די פאליס טשיף פון טאמס ריווער, (די שכינות'דיגע טאון אויף צדרום פון לעיקוואד), און דא האט די וועד אויך אינדארסירט דעם גוי א קעגן דעם איד וואס לויפט אויף אביסל א ליברעטעריען פלאטפארעם.