איך גיי אראפ פון זינען, פון די גוטהארצגיקייט וואס האט ארומגענומען חברי אייוועלט! ראה ה' והביטה, מענטשן טוען דא גמילת חסדים עם החיים והמתים, צודרייט צו ווערן!
אקח מועד וחברו מיוראפ, עטס זענט רוחות שאינם מצוים! האלטס ווייטער אן, ותהי משכורתכם שלימה מעם ה'
עס איז נישט איינער לויפער פון קרית יואל, און עס איז נישט פאר טאמטאם. הרה"ח ר' ליפא בן ר' שלום ע"ה חתן ר' יחזקאל לויפער האט א גיפיעס וואס ארבעט מיט IGO סיסטעם, און דארט האט ער (כמעט) אלע בתי חיים פון יוראפ, ארץ ישראל.
איך מיז דא איבערגעבען א פערזענדליכע יישר כח פאר הרב יוראפ פארן אהער ברענגען די אלע קברים אויף אונזער וועלטל. קודם קען איך זען וואס עס טוט זיך מיט די קברים מעבר לים, והשנית קען איך שוין מתפלל זיין ביי די ציונים זיצענדיג ביי מיר אין אפיס.
זאל אייך טאקע דער אייבישטער העלפן אז די נשמות זאלן מתפלל זיין פאר אייך וימלא ה' משאלות לבך לטובה
ראש הקהל האט געשריבן:
קען איינער דא מאכען א ליסטע פון אלע בתי חיים'ס וואס "אבותינו" האט איבערגעמאכט? ווייסט איינער אויב אבותינו בכלל געט ארויס בילדער פון מציבות וכדומה?