-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך זאל ער קומען
»
זייער באלערנד און אינפארמאטיוו. א גרויסן ישר כח פאר די טירחא עס אראפצושרייבן פאר אלע וואס האבן נישט געהאט די געלעגנהייט זיך דאס צו לערנען אויף די אייגענע בארד.
כ'האב זיך דערמאנט א מעשה וואס איז פארלאפן ביי רביה"ק בעל דבר"י זי"ע ווען ער איז געגאנען וואוינען קיין קרית יואל, און ער שוין געווען זייער אפגעשוואכט, און די שטוב-מענשטן האבן געטראכט אז ס'וואלט געווען א גוטער פלאן אריינצולייגן א פיש-טענק צוצוגעבן א רואיגע געשמאקע אטמאספערע.
מ'האט עס איינגעשטעלט מיטאג, און נאכמיטאג ווען דער רבי האט עס באמערקט, האט ער אויסגעפרעגט דעם וואס האט עס אים געוויזן פונטקליך וויאזוי די פיש קומען אן אהין, און פון וואו זיי לעבן, וויאזוי מ'געט זיי צו עסן, און ווי אפט אא"וו.
צומארגנס אינדערפרי ווען מ'האט אריינגעברענגט די קאווע פאר'ן רבי'ן, האט ער געזאגט אז עפ"י הלכה דארף מען קודם שפייזן די בעלי חי וואס מ'פארמאגט, ע"כ טאר ער נישט טריקען בעפאר מ'געט צו עסן פון די פיש…
און דער געטרייער הויז-בחור (אדער יונגערמאן - כ'געדענק ניש) וועלנדיג אז דער רבי זאל האבן כוח און טרינקען, האט זיך אנגערופן מ'האט שוין געגעבן… און דער רבי האט אנגעהויבן מאכן חקירות ודרישות, געהייסן רופן יעדן ווער ס'האט געגעבן דאס עסן פאר די פיש. נו, יעדער האט געזאגט א צווייטער, ביז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האט טאקע נישט געהאט געגעבן קיין עסן…
איין שעה דערנאך איז די פיש-טאנק פארשוואונדן געווארן פון דארט אויף אייביג….
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...