ווי אזוי ארבעט א פיש טענק?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

ווי אזוי ארבעט א פיש טענק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

איי וועט איר פרעגן, וואס איז שוין די גרויסע גדולה, מען לייגט אריין וואסער אין א טאנק, "א פילטער" מיט עטליכע פיש, מיט א שיינע לייט, און עטליכע טשאטשקעלעך פאר שיינקייט, א בּאבּל מאשין, און א ספעציעלע פיש וואס "קלינט" די טאנק, און שלום על ישראל!!

אבער..." אוי וויי" עס גייט אדורך עטליכע טעג און די וואסער פאנגט אן צו ווערן "פארוואלקענט" די פיש לעבן נישט לאנג, מען לויפט קויפן אלע מינים "טראפן און טאבלעטן" און עס העלפט גארנישט!!!!! מען ליידיגט אויס די "שמוציגע וואסער" און מען פילט עס אן נאכאמאל מיט "ריינע געפילטערטע" וואסער, און דערצו גייט מען אריין און געשעפט און דאסמאל קויפט מען שוין איין "טייערע פישעלעך" וואס ליגט שוין ביים סטאר אייגענטומער אין טאנק פאר 3 חדשים, און ער "זאגט צו" אז די פיש וועלן שוין לעבן לאנג!, אבער.... חוזר חלילה, די וואסער ווערט נאכאמאל אומקלאר, פיש שטארבן, און איר ווערט שוין ארויס פון די כלים, און איר פרעגט איין קשיא: "וואס גייט דא פאָר? פארוואס אין געשעפט איז די וואסער אלעס אזוי שיין קריסטאל קלאר, און נאר ביי מיר וואס איך האב שוין די בעסטע פילטערס. פארוואס איז מיין טאנק א דיזעסטער??"

אלזא. זעצט אייך אראפ, און מאכט אייך באקוועם. און לערענט אייך אויס וויאזוי "איר" קענט האלטן א פיש טענק מיט סוקסעס.

לאמיר זעהן וואס א פיש דארף האבן צום לעבן? און דערנאך וויאזוי מיר קענען דאס צושטעלן אין א טאנק?

א פיש דארף האבן:

1) "אַקְסִידְשׁען" (לופט) צום אטעמען. * אין ים. - * אין א טאנק.
2) "וואסער" צום שווימען. * אין ים. - * אין א טאנק.
3) "עסן" * אין ים. - * אין א טאנק.
4) ארויסגעבן אפפאל * אין ים. - * אין א טאנק.
5) נייע טאנק סייקל TANK BRAKE IN
6) פילטערס
7) פלאץ צו וואוינען. * אין ים. - * אין א טאנק.
8) פריינטליכע שכנים. * אין ים. - * אין א טאנק.
9) ליכטיגקייט און טונקעלקייט. * אין ים. - *אין א טאנק.
10) FRESH WATER , SALTWATER
11) WATER TESTING KIT
12) וואס צו טוהן אויב א פיש ווערט קראנק

"אַקְסִידְשֶׁען" (לופט) צום אטעמען.

מיר מענטשעלעך דארפן אויך די אלע זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכענט, און פונקט ווי השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו שטעלט אונז טאקע צו אלע אונזערע באדערפענישן "אויף דער ערד". אזוי אויך שטעלט השי"ת אט די באדערפענישן פאר אלע פיש "אין ים"

אויף די יבשה געפונט זיך "לופט" און די לופט קען מען נישט זעהן מיט די אויגן. אין די לופט איז דא א חלק וואס איז אקסידשען, וואס מיר דארפן אויף צום לעבן. ווי מער אקסידשען עס איז דא אין די לופט, אלץ מער געזונטער און פרישער וועט זיך דער מענטש שפירן.

ווען א מענטש אטעמט אריין פרישע לופט, נעמט די "לונגען" ארויס נאָר די אקסידשען חלק פין די לופט. און די קערפער לייגט אריין אנשטאט "קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד". און מען אטעמט די לופט צוריק ארויס.
(פונקטליך וואס איז אקסידשען, און קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד איז אן ארטיקל פאר זיך. ואין כאן מקום להאריך)

ווען די קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד-לופט קומט ארויס פין דער מענטש, צוריק אין גאַס האט די באשעפער אריינגעלייגט און די בריאה, אז די שעדליכע קארבאן-מאנאקסייד ווערט איבערגעדרייט דורך די ביימער און בלעטער, און עס ווערט צוריק אקסידשען! צוליב דעם וועט זיך א מענטש שפירן אסאך מער אין די כלים ווען ער איז אין א מקום ווי עס געפונט זיך אסאך ביימער (ווי למשל קאנטרי א.ד.ג.)

חברה הצלה, EMT וכד' נוצן ספעציעלע אקסידשען טאנקען, וואס האט אין זיך פיל מער אקסידשען ווי די געווענליכע לופט אין גאס, און מיט די הויכע מאס אקסידשען וועט א חולה זיך שפירן פיל פיל בעסער.
דאס אלעס געשעהט אין א מענטש. וויאזוי ארבעט דאס פאר די פיש?

אין ים

וואסער האט א טבע אז עס קען האלטן אין זיך אקסידשען. די פיש אטעמט אריין "וואסער מיט זיין מויל. ער האט נישט קיין "לונגען". ער האט "גילס", די גילס ארבעט אזוי ווי א לינג, אבער מיט וואסער. די גילס נעמט ארויס די אקסידשען פין די וואסער, לייגט אריין קארבאן-מאנאקסייד אין די וואסער. פון דארט גייט עס ארויס העכער די קאפ, פין א שפאלט עפענונג, אריין אין ים (די פיש אטעמט נישט ארויס דורעכן מויל)
Untitled.gif
Untitled.gif (5.32 KiB) געזען 5194 מאל


אין די ים איז דא עטליכע וועגן פטור צו ווערן פון די שעדליכע קארבאן-מאנאקסייד. א קליין חלק איז פלאנצונגען וואס נוצן די קארבאן-מאנאקסייד פאר זייער עסן, און זיי דרייען עס צוריק צו אקסידשען. און די עיקר איז עס די........."כוואליעס" וואס ברעכן אויף די רואיגע אויבערפלאך און ברענגען ארויף די קארבאן-מאנאקסייד צו די לופט. און די זעלבע צייט שעפן זיי אריין פולע הויפענעס מיט פרישע אקסידשען-לופט און דרינגען עס אריין אין ים אריין

!! WOW

ממש נפלאות הבורא! און אנדערע ווערטער: די אויבערפלאך פון די וואסער האט די אויפגאבע צו "אטעמען פאר די פיש".

אינעווייניג אין א פיש טאנק

אין א טאנק האט מען עטליכע ברירות, געוואנדן וויפיל מען וויל זיך לאזן קאסטן און באצאלן, איז היינט דא די טעכנעלאגיע נאכצומאכן א ים מיט כמעט אלעם, אני הקטן האב שוין געלאזט בויען אזא טאנק... מערקט אן, עס איז העכער ווי די ספרים שראנק...

Untitled1.gif


מערקט אן די שווארצע כוואליע מאשינען אויף די זייטן, וואס קען ווערן עלעקטראניק קאנטראלירט צו מאכן אלע סארטן כוואליעס, ווי אויך נאכצומאכן די ים אויף געוויסע זמנים ווען עס רוישט מער און ווען ווייניגער. ווי אויך ליגט דערין א נאטורליכע פילטער, וואס איז עכטע ים זאמט, ים שטיינער, און ים געוואוקסען. און נאך אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס איז שווער מסביר צו זיין און איין ארטיקל.

אזא טאנק קאסט אפ אין די שווערע טויזענטערס

דאס איז ווען איינער וויל נאכמאכן די ים... אבער אז איינער וויל א פשוטע טאנק וואס זאל נישט קאסטן צו טייער, דארף מען ניצן "טעכנעלאגיע"

די גרינגסטע וועג אריינצולייגן אקסידשען און א פיש טאנק, איז דורך א באבל מאשין. עס איז א קליינע לופט פאמפ וואס בלאזט אריין פרישע לופט און די טאנק, די באבעלס צופלאצן זיך אין די וואסער און אזוי באקומט די וואסער נייע אקסידשען.

דעריבער איז זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די אויבערפלאך פון די וואסער קען צוקומען לופט, כדי די טאנק וואסער זאל קענען פון זיך אליין ארויסאטעמען די קארבאן-מאנקסייד, בעסער איז אויב מען שטעלט א קליינע ספעציעלע פאמפ אין וואסער ממש ביים אויבערפלאך וואס צוהט אריין וואסער פון איין זייט און שטויסט עס ארויס פון די צווייטע זייט און איז גורם אז די וואסער אויבערפלאך ווערט אויפגעבראכן. אין עס קען בעסער אטעמען.

פארזעצונג קומט אי"ה

דריקט דא צו דאוינלאוידן א פידיעף פון דאס גאנצע ארטיקל
לעצט פארראכטן דורך הייליגע_קינדערלעך אום דינסטאג יולי 02, 2013 7:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אייוועלט האט אריינבאקומען א פעטן "פישל".

גאר אינטערסאנט, איך ווארט שוין אויפן פארזעצונג.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאקע זייער שיין! ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW! זייער אינטערעסאנט! יישר כח.
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

ווי אזוי ארבעט א פיש טענק? (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

ווייסן מיר שוין אז א באבל מאשין איז א "חיוב"

אויב איינער גלייכט נישט צו זעהן באבעלס א גאנצע צייט, קען מען זיך א עצה געבן מיט די פילטער און מאכן אז די געפילטערטע וואסער זאל אריינקומען פון העכער די וואסער אזוי ווי א WATER FALL וואס דאס געבט אריין גאר אסאך פרישע לופט אין די טאנק, און טוהט אסאך א בעסערע דשאב ווי די באבעלס.

דאס האט אבער א חסרון, ווייל כדי צו מאכן א גוטע וואסער-פאל דארף מען האלטן די טאנק וואסער נידריגער מיט א 2 אינטשעס, און עס איז אפשר נישט אזוי שיין פאר די אויג... אני הקטן אויף מיין קליינע 10 גאלאן טאנק האב איך טאקע אזוי געטוהן. (איך האב נישט א בילד ביי די האנט...)

"וואסער" צום שווימען.

מיר מענטשן דארפן טאקע לופט צום אטעמען, אבער מיר דארפן אויך שפירן אז עס איז "לופטיג". אז מען גייט אריין אין א צימער וואס איז פארמאכט, קען מען טאקע אטעמען, אבער מען שפירט זייער נישט אנגענעם, ווען מען לייגט אריין אין די זעלבע צומער א 'פען', וועט מען באלד הערן: אַה... אביסל פרישע לופט... אַה מחיה... וואס איז? א פען פראדאצירט "נישט נייע לופט!" עס נעמט נאר די לופט וואס איז געווען אין די צומער, אבער האט זיך נישט גערירט, און אנגעפאנגען ארומצובלאזן איבעראל, און דער מענטש שפירט זיך שוין בעסער!!

* אין ים.

אין ים איז דא כוואליעס, וואס מישן ארום די וואסער אהער און אהין, און די פיש שפירן ווי זיי זענען אויף די גאס ווי די ווינט בלאזט א מחיה.

* אין א טאנק

היצטערט, אין א פיש טאנק וואס "וואסער איז די לופט" פאר די פיש. אז די וואסער רירט זיך נישט, וועלן די פיש שפירן אזוי ווי א מענטש אין א פארמאכטע צימער אנע פענסטער וואס האט נישט קיין פען.

די וואסער "מוז" האבן MOVMENT. דאס קען מען טוהן דורך אריינלייגן און די טאנק א קליינע פאמפ, צו מאכן די וואסער ארומרירן, דעמאלט וועלן די פיש זיין מער צופרידן, און שווימען בעסער.

אזוי ווי א מענטש האט ליב צו לויפן און מאכן עקסערסייז, וועט א פיש צומאל צושווימען דייקא צו די לעכעל ווי די וואסער שפריצט ארויס, און שווימען אקעגן די שטראם, אזוי ווי מיר מענטשן גייען אויף א טרעדמיל... און די פיש סטאר, הייסט די פאמפ א POWER HEAD און עס איז ביליג אויך.

"עסן" * אין ים.

אין ים איז דא צוויי סארטן עסן: פלאנצונגען און פארשידענע לעבעדיגע געוואוקסען און פיש. עס זענען דא פיש וואס לעבן נאר אויף פלאנצונגען וכדומה, און אנדערע פיש וואס וועלן נאר וועלן אויפעסן אנדערע קלענערע פישעלעך, און קענען נישט לעבן פון פלאנצוגען.

איין זאך איז זיכער, אז די נומבער איינס סיבה, פארוואס פיש שטארבן, איז צוליב צופיל עסן!! יא, איר ליינט גוט. הינגעריגע פיש זענען געזונטע פיש, צופיל עסן, לייגט צוגרונט א פיש טאנק און מאכט די פיש קראנק. ווען איר קויפט א פיש אין געשעפט, זענט איר מחיוב צו דערגיין די נאטורן פין די פיש וואס איר קויפט, און איר דארפט אליין דורכטראכן ביי זיך אויב איר קענט די באשעפעניש מאכן צופרידן ביי אייך אינדערהיים, אז נישט איז דאס "צער בעלי חיים" מיט אלע הידורים

* אין ים

די עסן וואס מען פארקויפט היינט פאר די פיש זענען א צוזאמשטעל פון כל ערליי עסן'ס אין וויטאמינען וואס די פיש דארפן, און אז אייער פיש עסט דאס ווערט ער זאַט, אויב עסט ער צופיל וועט ער קראנק ווערן, און געדענקט: "א פיש האט נישט קיין פארשטאנד" ווען ער זעהט עסן וועט ער עסן! צו ער ברויך עס צו נישט! אז אייער פיש עסט אייביג ווען איר לייגט אריין עסן אין וואסער, מוז נישט זיין אז ער איז הינגעריג!!

דאס וואס א פיש עפענט אויף און מאכט צו זיין מויל, באדייט אז ער אטעמט... נישט אז ער בעט עסן.

ווען איינער ווערט עקספיריענס מיט א פיש טאנק וועט ער שוין אליין אנהייבן פארשטיין ווען צו געבן עסן און ווען נישט, איינס פון די מערסטע סימנים איז: ווען איר גייט צו צום טאנק א בליק טאן אויף אייערע שווימענדיגע חברים, און זיי נעמען זיך אלע צוזאם און א גרופע און שווימען ארויף צו אייך, "דאס מיינט" אז זיי דארפן עסן!

ווי אויך דארף מען זיין זייער פארזוכטיג, נישט חלילה אריינצולייגן אין טאנק מענטשליכע עסן. איר קענט אויסהארגענען אייער גאנצע טאנק אז איר וועט אריינווארפן קענדיס, ברויט, פלייש וכדומה... און אוודאי נישט געפילטע פיש, און אויך נישט רויע פיש.

עס זענען געווען מערערע פעלער ווי מען האט אריינגעלייגט אין טאנק אומלעגאלע עסן פאר זיי... די פיש שפרינגען ארויף אויף א יעדע זאך און זיי האבן נישט קיין שכל, דערנאך ווערן זיי קראנק, און ביז א קורצע צייט וועלן די פיש אנפנגען צו שטארבן איינס ביי איינס.

אז א קינד ווארפט בטעות אריין עסן וואס מען טאר נישט, נעמט עס באלד ארויס. אין אויב די פיש האבן שוין געגעסן דערפון, איז דא עטליכע עצות וואס מ'קען פרובירן צו טוהן. מער וועגן די עצות וועל איך שרייבן און די שפעטערדיגע קאפיטלען.

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך הייליגע_קינדערלעך אום מאנטאג יולי 01, 2013 4:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט, יישר כח

דאס איז א פיש טאנק צו דער זאך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מאנ-יימער האט געשריבן: זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט, יישר כח

דאס איז א פיש טאנק צו דער זאך.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זייער אינפארמאטיוו און באלערנד...;l;p-
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

ווי אזוי ארבעט א פיש טענק? (3)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

ארויסגעבן אפפאל

יעדער איינער פארשטייט אז א יעדע איינציגע באשעפעניש מוז האבן עסן און טרינקען, די עסן און טרינקען ווערט פארדייט, און די אלע איבריגע חלקים וואס די קערפער ברויך נישט, וועט די קערפער עס ארויסשיקן, אויב זאל די עסן פארבלייבן אינעוויניג, ווערט מען חלילה קראנק, און א פיש איז גארנישט אנדערש, א פיש עסט, יעדער מין זיין אייגענארטיגע עס, וויבאלד די אלע עסן זענען אין וואסער, זענען זיי אויך נאס, ווען די עסן ווערט פארדייט, וועט די פיש'ס קערפער ארויסנעמען די וואסער דערפון, אט אזוי באקומט א פיש עסן און טרינקען.

יעצט קומט אונטער גאר אַ גרויסע פראבלעם...

ווי גייט אלע אפפאל וואס די פיש געבט ארויס? "אריין אין וואסער!" טא אויב אזוי ווערט דאך די גאנצע וואסער פארפעסטעט! דאס איז זעכער, אז קיין שום באשעפעניש קען נישט לעבן צו לאנג אין אפפאל-שמוץ.

אבער פאקט באווייזט דאך אז זיי לעבן יא! ווי אזוי קען דאס זיין? די וואסער איז קריסטאל קלאר! ווי גייט אט די אלע אפפאל פון די מיליאנען ביליאנען טריליאנען פיש וואס איז דא אין ים???

די ענטפער איז אין איין ווארט: "השגחה-עליונה"אונזער זיסער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט זיין בריאה, אז אלעס זאל קענען הנאה האבן, וויאזוי? ליינט און שטוינט!

* אין ים

און די וואסער איז דא א קליינטשיגע באשעפעניש וואס הייסט "באקטעריע" איך מיין אז איר האט שוין אלע געהערט אמאל די ווארט, אט די קליינע באקטעריעס זענען אזוי פיצל, אז מען קען זיי "נישט זעהן מיט די מענטשליכע אויג" און זיי זענען די וואס לעבן און פארמערן זיך דורך עסן די אפפאל וואס די פיש געבן ארויס! ווינדערליך! און די אפפאל וואס זיי (די באקטעריעס) געבן ארויס, זענען דא גאר א אנדערע משפחה "באקטעריע" וואס זיי עסן דאס אויף! און זייער אפפאל ווערט איבערגעדרייט פאר עסן וואס די געוויקסן ניצן, און אזוי ווייטער. קומט אויס אז די וואסער איז אלץ ריין און ציכטיג פון די אלע מינום שמוץ און אפפאל וואס באלאנגען נישט.

אט די באקטעריע האט א נאמען. עס הייסט "בּייעֶלאָגישׁע בּאקטעריע"

* אין א טאנק

היצט וועט אייך קלאר ווערן, פארוואס און "פון וואס" אייער נייע פיש טאנק וואסער ווערט אומקלאר.

דאס וואסער פין ווי די פיש קומען, איז גאָר גאָר רייך מיט די נויטיגע בּייעלאָגישׁע בּאקטעריע, וואס האלט די וואסער ציכטיג ריין. און איז גאר אינגאנצען אנדערש פון די וואסער וואס איר לייגט אריין אין אייער טאנק...

און די רגע וואס איר לייגט אריין פיש און אייער פרישע סינק וואסער. וועלן די פיש ביז עטליכע מינוט טוהן וואס זיי דארפן... און געווענליך ווען א פיש טרעפט זיך אין א נייע היים, איז ער זייער נערוועז, און ער באקומט בויך וויי... און דערנאך ווען איר שטייט אויף צופרי און די וואסער איז נישט קלאָר, פאלט אייך גארנישט איין אז די פיש שווימט שוין נעבעך א גאנצע נאכט אין זיין אייגענע אפפאל! און ער ווערט נאך מער קראנק. און איר לויפט שנעל און געשעפט פארציילן אייער בּראָך, און דער געשעפסט מאן נארט אייך אריין מיט עטליכע פלעשלעך טראפּן וואס העלפן גארנישט נאר אייך צו בארויבן אייער געלט.

צו מאכן די מצב נאך ערגער. וועט ביז א טאג צוויי געשעהן די פאלגענדע: די אפפאל אין די וואסער וועט ווערן פארדארבן און אנפאנגען צו שמעקן זייער נישט גוט. און בעיקר וועט פון די אפפאל נאטירלעך ווערן א גאָר גאָר זייער שׁעדליכע טאקסיט (פּויזנט - סם) וואס הייסט "AMONIA" וואס דאס ברענט די הויט פון די פיש. און שעדיגט זייערע האקעלע אטעמען חלקים, די "גילס". און מאכט אז זיי זאלן נישט קענען עסן. ביז... ביז... איר לויפט נאכאמאל אין געשעפט און איר שרייט: "געוואלד!" מיינע טייערע שיינע פישעלעך שטארבן!!

דער געשעפטס מאן פארקויפט אייך נאך א באטעלע פאר פעט געלט, וואס ער פארשפרעכט אז "דאס" נעמט אוועק די אמאניע... און נאך א באטעלע טראפן וואס לייגט ארויף א צודעק ארום דעם פיש'ס קערפער און באשוצט פין אלעם בייזן וואס קען נאר זיין אין די וואסער... און נאך א געוויסע מין טראפן וואס איז זייער גוט פאר זייער אטעמען... און דערנאך פארקויפט ער אייך 9 מינום עסן איר זאלט פרויבירן, ווייל אפשר איז אייער פיש געווארן א "מפונג" איבערנאכט... און ער שלאגט פאר צו טוישן דעם 80$ דאלערדיגן פילטער צו א בעסערע 370$ דאלערדיגן פילטער... און די ליסט גייט ווייטער... (איך האב דאס אלעס "אליין" איבערגעלעבט) און ווער איר פרעגט פארוואס די פיש איז געשטארבן, וועט דער געשעפסט מאן אייך רופן אין א זייט, און אייך ערקלערן די פאלגענעדע:

קוקט אהער... איך שפיר זייער אייער מיטלייד. און עס איז מיר באמת א וואונדער וואס איר דערציילט מיר דא. ווייל איך האב קוסטאמערס וואס איך פארקויף שוין פיש יארן לאנג (אווודאי ווייל זיי שטארבן אלע אויס...) און זענען זייער צופרידן מיט אונזער סערוויס.

פרעג איך אים, קען איך אראפגיין צו איינע פון אייער לאנג יעריגע קאסטומערס?!

--- "קיין ענטפער..." ----

פראבירט מען נאך א פראגע: פארוואס שטארבן זיי אויס?

אַה... דאס איז צוליב... ווייל... פארשטייסט?.. די פישעלעך, זיי קומען דאך פון גאר ווייט, און מנעהסתם איז די פליגער געפלויגן אביסל צי ווילד.... אדער די חברה וואס פּאקען איין די פיש, טראסקענען זיי אָן רחמנות... פארשטייסט?.. קום אריין נאכאמאל מארגן, וועל איך האבן פאר דיר א פרישע שיפמענט פון א בעסערע פירמע וואס באהאנדעלט די פיש מיט מער רחמניות. עס קאסט טאקע טייערער אבער פאר דיר וועל איך עס פארקויפן מיט א שטיקל דיסקאונט...

איך גיי ארויס פונעם געשעפט, און דער קאפ דרייט זיך... און איין זאך איז יא זיכער: "קיין איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן".

איך ווער ברוגז: וואס גייט דא פאָר? איך דארף האבן א פיש שפיטאל אין מיין הויז?

איך גיי אריין און א צווייט געשעפט, דאסמאל שוין ווי א שטיקל תלמוד חכם. און איך שטעלט קלאר דעם טאָן, אז איך האב שוין א שיינע טאנק, געפילטערטע "ספרינג וואסער" און קוואליטי פיש, מיין טאנק איז טאקע 30 גאלאן גרויס, אבער איך האב איינגעקויפט א פילטער וואס איז ארגינעל געמאכט פאר 75 גאלאן, דעריבער שטיי איך גוט, און איך האב שוין אלע מינים טראפן, איך האב שוין A B C D X Y Z... און היצט ביטע זאגט מיר, וואס דארף איך טוהן צו האלטן א טאנק סוקסעפול?

דער סוחר איז שוין אביסל מער ערליך, און ער פרעגט אייך איין קשיא: ווי אלט איז אייער טאַנק?

איך ווער שוין צופלאצט... און איך שריי צוריק: "אַלט?" עס איז "בּרעֶנד נָא" פאריגע וואך באקומען!

און דער סוחר ענטפערט מיר: אה... דאס איז עס! א נייע טאנק דארף א ספעציעלן באנעמונג וואס הייסט: "נייע טאנק סייקל". קומט אריין און געשעפט דאנערשטאג, וועל איך האבן דא א פיש טאנק ספעציעליסט וואס איז דא נאר איינמאל א וואך, און ער וועט אייך אויסלערנען!

וויפיל קאסט דאס?

גארנישט! איר וועט נאר אייקויפן "די עסן" ביי אונז וועלן מיר זיין צופרידן.

וואס איז דאס "נייע טאנק סייקל?"

נייע טאנק סייקל TANK BRAKE IN

געדולד!

אה! דאס איז געווען די ערשטע לעקציע פון איין ווארט, וואס איך בין געווארן אויסגעלערנט. "געדולד" "געדולד" און נאכאמאל געדולד!

לאמיר אייך מסביר זיין וויאזוי עס ארבייט:

ווען איינער לייגט אריין פישעלעך אין נייע טרינקען וואסער, וועלן די פיש אנפאנגען ארויסגעבן WASTE (אפפאל). השי"ת האט אריינגעלייגט אין די דרך הטבע, אז ווען וואסער מיט וועיסט (WAST) קומען זיך צוזאם, דאן פאנגט אן צו ווערן באשאפען די נויטיגע בייאלאגישע באקטעריע. און די באקטעריע נעמט שוין קער פון די וועיסט, דורך עס צוברעכן און איבערדרייען צו א שוואכערע מין וועיסט.

דא דארף מען מסביר זיין נאך איין וויכטיגע פונקט.

עס זענען דא דריי שטאפלען וואס געשעהט מיט די וועיסט פין די פיש. אדער אלטע אומאויפגעגעסענע עסן'ס.

AMONIA (זייער געפארפול. ממש סם המות)

NITRITE ( נישט ממש סם, אבער. זייער נישט געזונט)

NITRATE ( SAFE שאדט מער גארנישט)

אין א נייע טאנק, וועט געדויערן עטליכע וואכן ביז ווילאנג עס וועט זיין גענוג שטארקע באקטעריע וואס זאל איבערדרייען די וועיסט פין ערשטן שטאפל אמאניא צו נייטרייט. דערנאך נאך עטליכע וואכן, אז עס זאל וואקסן אין וואסער נאך באקטעריע וואס זאל נעמען די נייטרייט אין איבערדרייען צו נייטרעיט. אויב זאל זיין צופיל נייטרעיט אין די וואסער פאר עטליכע חדשים, קען אפילו די נייטרעיט ווערן נישט סעיף, און אפילו שעדליך.

דערפאר איז זייער וויכטיג אז מען זאל כאטשק איינמאל א חודש ארויסנעמען 30 פראצענט פין די וואסער און אריינלייגן פרישע.

פארוואס נאר 30 פראצענט? ווייל מער פון דעם קען שוין האבן אן אפעקט אויף די טאנק. ווייל אויב נעמט מען ארויס מער וואסער, קען צופיל פין די גוטע ביילאגישע באקטעריע ווערן ארויסגענומען. און די טאנק וועט פריש דארפן "סיייקלען" פרישע וואסער און איר וועט אריבערגיין די פראצעדור נאכאמאל... און די 30 פראצענט איז פונקט גענוג אויף ארויסצונעמען די נייטרעיט פין די וואסער. אן מאכן א שאדן.

די פראצעדור פון נעמען פרישע וואסער און דאס פארוואנדלען און וואסער ווי פיש קענען לעבן געזונט, נעמט א גוטע 2 חדשים. און דאס רופט זיך און ענגליש NEW TANK CYCLE אדער TANK BRAKE IN.

דערפאר, ווען איר לייגט אריין א פישל אין די נייע טאנק, איז "נארמאל" אז די וואסער וועט ווערן אומקלאר! דאס איז א זייער גוטע צייכן אז די סייקל פאנקט זיך אן!! אז איר וועט האלטן אין איין ארויסנעמען און איבערטוישן די וואסער (אפילו נאר 30 פרעצענט) "נאך פאר" די סייקל איז פערטיג, וועט איר אין ערגעץ נישט אנקומען... אבער יעצט ווייסן מיר שוין אז מען דארף א נייע טאנק "לאזן צורי" און השי"ת וועט טוהן דאס איבריגע. אבער נאר "אויב" ער וועט האבן געדולט. און ווען מען זעהט אז די וואסער ווערט פארוואלקענד וועט מען "גארנישט" טוהן נאר לאזן השי"ת פירן זיין וועלט, און די נויטיגע גוטע באקטעריע וועט זיך אליין שטאטעלעך אויפבויען. איר דארפט אבער זיין גרייט אז די ערשטע פאר פישעלעך וועלן זיין א שעיר לעזזל, דערפאר לייגט אריין נאר די ביליגע 10 סענטיגע פיש וואס מען געווינט ביי קארניוועל...

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך הייליגע_קינדערלעך אום דינסטאג יולי 02, 2013 1:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

זייער שיין, יישר כח

נאר א קליינע הערה, די לופט וואס מען אטעמט ארויס הייסט קארבאן דיאקסייד, קארבאן מאנאקסייד איז א שעדליכע גאז
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

יא, איר זענט גערעכט, עס הייסט דיאקסייד, טעות הדפוס
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

ווי אזוי ארבעט א פיש טענק? (4)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

פילטער. וואס איז דאס??

לאמיר צולייגן די זאך. וואס איז דאס "א פילטער?"

א פילטער איז א "שומר". עס איז א מאטריאל אדער א געוויסע סארט מעכאניזם וואס האט זיין אייגענארטיגע אויפגאבע "נישט" אדורך צולאזן איין געוויסע סארט באשטאנטייל, אדער מאטריאל. עס זענען דא ביליאנען ערליי "פילטערס" אין די וועלט. און מאטארן ,אין קארס, סווינמינג פול, פיש טענק, ערקאנדישן, (אינטערנעט) וכדומה.

פאר א פיש טענק איז דא 3 הויפט מינים פילטערס וואס ווערן בעיקר געניצט.

1) *סעדימענט פילטער.
2) *קעמיקל פילטער.
3) *בֵייאָלאַדשׁיקל פילטער.

א סעדימענט פילטער, נעמט ארויס שטיקלעך און שמוץ. און איז געמאכט פון פשוטע ספאָנדש אדער קאַטן. און ווען מען גיסט ארויף אויף דעם וואסער, וועט עס אדורכלאזן "נאר" וואסער. אויב זאל די וואסער האבן אין זיך סיי וואס פאר א שמוץ, ברעקלעך, אדער שטיקלעך. וועט עס די ספאנדש אדער קאַטן "נישט אדורכלאזן" און עס וועט בלייבן אויבן. און זיך זאמלען ביז מען וועט דארפן איבערטוישן צו א נייע, אדער עס אויסקלינען. אט דאס הייסט א "פילטער"

און קורצן: א סעדימענט פילטער, פילטערט ארויס די שטיקעלעך שמוץ פין די וואסער. און דאס איז אייער אחריות צו מאכן זיכער אז עס איז ריין.

*קעמיקל פילטער.

א קעמיקל פילטער, נעמט ארויס פון די וואסער כמעט א יעדע סארט קעמיקל וואס זאל נאר זיין אין די וואסער. למשל קלאָרין, אדער אנדערע קעמיקלס וואס די שטאט לייגט אריין אין די טרינק וואסער, אבער איז נישט גוט פאר אַ פיש טאנק.

וויאזוי ארבעט עס? עס איז א געוויסע סארט "קאַרבּן" (א מאטריאל וואס הייסט קארבן) וואס נעמט אריין אין זיך אלע קלארין אדער קעמיקאלן פין די וואסער. און נאך א חודש צוויי, ווערט דאס אנגעפילט. און קען מער נישט ארייננעמען נאך. און אויב וועט מען עס נישט איבערטוישן באצייטענס, קען עס אנפאנגען ארויסצולאזן די שעדליכע קעמיקלס צוריק אין וואסער. מען קען קויפן טייערערע קארבאן פילטערס וואס די פירמע זאגט, אז עס לאזט קיינמאל נישט ארויס צוריק, אפולי עס איז אנגעזאפט, און קען מער נישט ארייננעמען נאך, איך האב עס פראבירט און איך בין מודה אז עס ארבעט געוואלדיג, איך ווייס נישט וויאזוי, אבער מיט די טייערע קארבן פילטער, איז די וואסער געווען עפעס עקסטרע גלאנציג שיין.

די גוטע קארבאן פילטער הייסט "קעמי פיור" CHEMI PURE און האלט אגב א גוטע 3 חדשים.
Untitled2.gif
Untitled2.gif (7.9 KiB) געזען 5039 מאל


א קארבאן פילטער נעמט אויך ארויס אסאך אפפאל וואס די פיש געבט ארויס, אבער נישט אלעס.

די קארבאן פילטערס וואס קומען מיט א גאנצע פילטער סעט, קוקט געווענענליך אויס אזעלכע קליינע שווארצע שטיקעלעך איינגעפאקט אין א ווייסע לעכעריגע בעג, אדער ספאדש, און זייער אסאך פילטערס איז די סעדימענט און קארבן אין איין צוזאמשטעל. דאס מיינט. אז די זעקעלע אין וואס די קארבן ליגט איז די סעדימענט פילטער און ווען מען טוישט, טוישט מען ביידע אויפאמאל.

*בֵייאָלאַדשׁיקל פילטער.

דאס איז געווענליך א שווארצע דינע ספאנדש וואס האט ספעציעלע סייז לעכער וואס די גוטע באקטעריע האט ליב, און זיי פארמערן זיך דארטן. און ווען די וואסער רינט זיי אריבער, קענען זיי בליץ שנעל איבערדרייען די אמאניע צו נייטרייט, און דערנאך צו נייטרעיט, אלעס אין א פערטל סקונדע! דאס איז אבער נאר ווען די טאנק איז שוין פעסט אוועקגעשטעלט. און די באקטעריע זענען שוין שטארק.
Untitled3.gif
Untitled3.gif (6.02 KiB) געזען 5039 מאל


!!!WARNING!!!

חלילה! חלילה! חלילה! זאלסט קיינמאל "נישט" אויסוואשן די ביאלאגישע פילטער אונטער א סינק! ווייל אויב יא, קענסטו און איין מינוט אוועק הארגענען טריליאנען גוטע באקטעריע! און דיין טאנק קען גיין קראכן! דאס מיינט עס וועט אנהייבן צו סייקלען ווי עס וואלט געווען ברענד נא!

דאס זעלביגע וועט די גוטע באקטעריע זיך ארויפזעצן אויף אלעם און אלעס ווי עס שפירט זיך נאר באקווועם, אוודאי זענען זיי אין וואסער שווינמענדיג אויך, אבער בעיקר באזעצן זיי זיך, דערפאר זייט פארזויטיג נישט ארויסצונעמען אלע דעקארעישאן און הייזקעלעך און זיי וואשען אויפאמאל, ווייל אויף אט די אלע טשאטשקעלעך זענען זיי אויך.

אויב ווער עס שמוציג. קענסטו טוהן נאר 1 עצה, נעם ארויס מיט א טעפל אביסל "טאנק וואסער" און אין "די" וואסער מעגסטו עס אויסוואשען, עס וועט נאך אלץ אוועקלייגן אסאך פין זיי, אבער וועט בלייבן גענוג אז די טאנק זאל זיך קענען ביז א וואך צוריק כאפן. דערפאר ביטע פראבירט אז די שווארצע בייאלאגישע פילטער זאל נישט אנגעלייגט ווערן מיט שמוץ, נאר די סעדימענט פילטער זאל ליגן בעפאַר דעם, כדי די וואסער זאל קודם ווער גערייניגט פין די שטיקעלעך אלטע עסן און שמוץ. און דערנאך זאל עס רינען צום קעמיקל פילטער. און "צום לעצט" צום ביילאגישן פילטער, און אזוי צוריק אין טאנק.

וויבאלד בייאלאגישע באקטעריע דארפן זייער אסאך אקסידשען צו קענען טוהן זייער ארבעט, קען מען טאקע זעהן די בעסערע פילטערס אז זיי האבן א רעדעלע וואס דרייט זיך פון די וואסער וואס רינט דערויף, די רעדעלע טוהט 3 געוואלדיגע מעלות, 1 א האלבע רעדל שטעקט זיך ארויס פין וואסער, וואס דאס באדייט איז, אז די באקטעריע קומען "דירעקט" אין קאנטאקט מיט פרישע לופט, האבן זיי 10 מאל מער די כוחות צו רייניגן די וואסער, און אזא טאנק קען האלטן מער פיש, ווייל עס איז דא "ווער" עס נעמט קער פין זייערע וועיסט! 2 מען דארף נישט קיין באבעלס! עס ברענגט אריין א געוואלד מיט פרישע אקסדידשען אין די טאנק, און 3 וויבאלד וואסער פליסט דערויף פון אויבן אראפ אזוי ווי א WATER FALL ווערט עס כמעט קיימאל נישט שמוציג, און מען דארף עס זייער זייער ווייניג מאל וואשען.
Untitled4.gif


פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך הייליגע_קינדערלעך אום דינסטאג יולי 02, 2013 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

WOW העליך גארנישט פאר קינדער
סע פאר טאטעס!

דרך אגב אפי' איך האב נישט קיין פיש טאנק איז עס נאך אלץ מעכטיגע נפאלות הבורא
שכח פארן אריין לייגן אין מיין קאפ אזוינע הערליכע באשרייבונגען.

מיר ווארטן אויף נאך - חזק ואמץ.
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

ווי אזוי ארבעט א פיש טענק? (5)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

פלאץ צו וואוינען. * אין ים.

אזוי ווי א מענטש האט א "הויז" ווי ער וואוינט, און בהמות און חיות האבן אין וואלד זייער געגענט ווי זיי וואוינען, פייגעלעך אויף די ביימער וכדומה, אזוי אויך דארף א "פיש" זיין אייגענע געברויכן, עס זענען דא אסאך מינים פיש וואס כמעט אלע פין זיי האבן אביסל אנדערע "הלכות" ווי אזוי זיי האבן ליב צו לעבן. אבער מיט איין זאך זענען אלע פיש איייניג, יעדע פיש דארף האבן זיין באהעלטעניש ווי ער קען האבן פריוואט אין מנוחה.

אין ים, האט השי"ת אויפגעבויעט א גאנצע שטאט מיט ריזיגע שטחים! און די שטעט האבן א נאמען: די קאָרעֶל ריף (The Coral Reef)

Untitled5.gif


אין אט די אלע אויגן פארכאפענדע געוויקסן, איז דא גענוג אין נאך פלעצער ווי פיש באהאלטן זיך אין א צייט פון א סכנה.

דערנאך זענען דא סארטן פיש וואס זיי גלייכן זייערע אייגענע טעריטאריע ווי נאר ער מעג שווימען, זאל א אנדערע פיש אריינשווימען אין זיין געגענט, וועט די ערשטע פיש ארויסקומען אין אנפאנגען טיילן מכות... (גלייבט מיר איך האב עס שוין בייגעוואוינט אין מיין טאנק)

*אין טאנק

עס איז אמת אז גאלד פישעלעך אין אנדערע שיינע פישעלעך וואס קומען פין א טייך – נישט געזאלצענע ים וואסער - וואס דארט אין א טייך וואקסט נישט קאָרעֶלס האבן אבער פארט די פיש שטיינער, און גרויסע שטיקער העלצער פון ביימער וכדומה, וואס דינט פאר זיי ווי א באהעלטעניש.

עס איז באקאנט אז די שטאט נעמט די אלע אלטע טרעינס וואס לוינט זיך שוין נישט צו פאררעכטן, און נעמט ארויס אלע טיילן פין די מאטארן, ווי אויך נעמט מען ארויס אלע פענסטערס, און מען ווארפט זיי אריין אין טייך, כדי די פיש זאלן האבן ווי צו וואוינען, וועלן זיי זיך מערן, און אז עס וועט זיין פיש, וועט זיין מער בייאלאגישע באקטעריע, וועט די וואסער זיין שענער אין ריינער.

איז "זייער וויכטיג" אריינצולייגן אין א פיש טאנק גענוג טשאטשקעלעך אין הייזקעלעך וואס האבן לעכער פון די זייטן, אזוי אז די פיש זאלן זיך שפירן באקוועם, אויב שפירט זיך א פיש נישט באקוועם, איז עס "רעכט צער בעלי חיים" ווי אויך, איז עס א פאקט, אז ווען א פיש ווערט סטרעסט און נערוועז פאר א שטיק צייט, דעמאלט איז א פראגע פון 'צייט' ביז דער פיש שטארבט נעבעך.

גאלד פיש געווענליך איז נישט מקפיד אויף טעריטאריע. און זיי שווימען ווי עס לאזט זיך, אבער א פלאץ זיך צו באהאלטן איז א MUST

פריינטליכע שכנים. * אין ים.

יעדער וויל לעבן במנוחה. און פיש אויך. דעריבער געדענקט גוט וואס איר גייט יעצט ליינען.

אלע מינים פיש וואס געפונט זיך נאר אויף די וועלט, גייען אריין אין איינע פון די 3 קאטעגאריעס:

1) קיינמאל נישט אגרעסיוו - הארגעט קיינמאל נישט אנדערע פיש אויף צו עסן

2) קען זיין אמאל אגרעסיוו- געווענליך נישט, אבער קען אמאל הארגענען און אויפעסן אנדערע פיש

3) אייביג אגרעסיוו- לעבט "נאָר" פון הארגענען און אויפעסן אנדערע פישעלעך

* אין א טאנק.

דעריבער זייט שטארק געווארענט און טראכט אריין וואס איר טוהט. די פיש געשעפט האט נישט קיין פראבלעם אייך צו פארקויפן א אגרעסיוו פיש, וואס וועט פרעסן אייער גאנצע טאנק פאר פרישטאג לאנטש סאפער, דעריבער ווען איר שטעלט אויף א נייע טאנק. קוקט רואיג אדורך אלע פיש פין אלע קאטעגאריעס, און מאכט אפ ביי אייך וועלכע "סארט" טאנק איר ווילט. און נעקסטע מאל איר קויפט נאך א פיש. געדענקט צו זאגן פארן סוחר וועלכע סארט פיש טאנק איר האט. און ער זאל אייך נישט מישן די יוצרות...

די פאפולער "גאלד פיש" איז נישט אגרעסיוו, קיין איינער פון זיי, נישט גרויסע אין נישט קליינע.

אנדערע שיינע פישעלעך וואס קומען פון די ווארעמע שטעט ווי די וואסער איז אייביג ווארעם און עס רופט זיך טראפישע פיש. זענען דא מינים וואס זענען יא אגרעסיוו.

איז כדי זיך אויסצולערענען עטליכע סמנים און עצות

איר האט מסתמה געהאט א פראגע אויפן פלאץ, ווי איז דאס מעגליך צו האלטן א אגרעסיווע טאנק? יעדער וועט זיך אויפעסן און איין שעה?! נישט אזוי?

אלזא ליינט די טבע פון די פיש וואס איז אגרעסיוו: ער ברויך קענען אריין נעמען זיין "גאנצע" קרבן מיט איין מאל אין זיין מויל!! און נישט נאר דאס, נאר ער וועט די פיש אריינכאפן דורך זיין מויל גלייך אריין אין "בויך" נאך שנעלער ווי א מענטשליכע אויג קען זעהן! אויב איז זיין פישעלע צו גרויס אין פיט נישט אריין אין זיין מויל, ווער ער אים גארנישט טוהן, און ענדערש אויסגיין פאר הינגער.

איך האב עס שוין אליינס בייגעוואוינט מערערע מאל, ווי מען גיבט די קליינע 10 סענטיגע גאלד פיש (וואס רופט זיך עסן פיש. ווייל מען פארקויפט זיי פאר עסן פאר אגרעסיווע פיש טאנקען) מען לייגט עס אריין אין א אגרעסיווע פיש טאנק, אין נאך פאר מיין אויג האט געגעבן א בלינק איז עס שוין נישטא! ממש ווי א וועקיום קלינער!

דאס האט השי"ת אריינגעלייגט אין די טבע, כדי די עסן פיש זאל נישט קענען אנטלויפן.

דעריבער מוז א אגרעסיווע פיש טאנק זיין צוזאמגעשטעלט פון בערך די זעלבע סייז פישעלעך.

"זייט אבער געווארענט" אסאך אגרעסיווע פיש קוקן אויס ווי זייער מויל איז פיצל, אבער ווען זיי דארפן אריינכאפן א פיש, ווערט זייער מויל אויסגעצויגן אין די לענג און די ברייט, און ער עפענט א מויל אז עס איז א שרעק אנצוקוקן, עס איז אייער פליכט אויסצופרעגן דעם סוחר די אלע פרטים נאך פאר איר לייגט צו נאך א פישעלע אין טאנק. איך האב מיר איינמאל "ביטער אפגעבריט" ווען איך בין אהיימגעקומען מיט א "גרויסע פיש" און 3 מינוט דערנאך האב איך געזעהן ווי א אנדערע פיש אביסל קלענער ווי אים עפענט א מויל, און... 45$ אין בויך אריין!

Untitled6.gif
Untitled6.gif (9.76 KiB) געזען 5007 מאל


ליכטיגקייט און טונקעלקייט.

אפילו טאקע א גאלד פיש איז נישט מקפיד אויף דעם, זענען אבער על פי רוב אנדערע פיש יא מקפיד און עס איז וויכטיג, ביינאכט וועלן די פיש זיין רואיגער און אסאך מאל זיין אויף איין פלאץ און זיך נישט רירן, וואס דאס מיינט ביי זיי שלאפן. אז איר ווילט איבערדרייען די יוצרות אין מאכן פון נאכט טאג, טאג נאכט. קענט איר עס טוהן, ווי לאנג זיי האבן זייער 8 שעה "טינקעלקייט" און טונקעלקייט מיינט נישט חושך אין צומער, עס מיינט נאר אויסלעשן די לייט העכער די וואסער, דאס וואס די לעקטער אין צימער בלייבט ברענען איז נישט קיין פראבלעם פאר רוב סארטן פיש.

געדענקט אבער אז ליכטיגקייט מאכט אויך וואקסן "עלדשי" דאס איז אזא סארט גרינע געוויקס וואס וואקסט ווי עס קען נאר. אויף די גלאז, די טשאטשקעלעך, וכדומה, אז די גלאז ווערט ברוין, גרין, קען מען קויפן היינט אזעלכע מאגנעט קראצערס וואס ווישט עס אפ. און דאס וואס קומט אראפ מעג בלייבן און וואסער, די הייזקעלעך קענט איר נעמען איינמאל א יאר און עס רייניגן מיט א פּרעשער וואשער. געדענקט אבער נישט צו רייניגן אלע און די זעלבע וואך, כדי די טאנק זאל נישט פארלירן צופיל בייאלאגישע באקטעריע און אנפאנגען סייקלען נאכאמאל... אז איר שפירט ביי זיך אז איר האט גענוג שטארקע פילטערס, און די באקטעריע אין טאנק איז גענוג שטארק, קענט איר נעמען א טשאנס און יא וואשען אלעס אויף איין מאל. אויב וועט די טאנק יא סייקלען, וועט עס לכאורה נעמען נאר עטליכע טעג. אויב נעמט עס מער, איז אייער אפשאצונג נישט געווען גערעכט.

ווי לאנג איר האט נישט קיין "ריף טאנק" איז נישט קיין נפקא מינה וועלכע קאליר לעקטער איר האט.

בלויע לעקטערס איז געמאכט פאר קארעל ריף'ס און לאזט אייך נישט אריין נארן מיט אזא טייערע לעקטער פאר א גאלד פיש טאנק.

FRESH WATER, SALTWATER

עס זענען דא צויי סארטן וואסער וואס אין א יעדע סארט איז דא אנדערע פיש.

1) טייך וואסער וואס איז נישט זאלציג. און ווערט אנגעריפן FRESH WATER

2) ים וואסער וואס איז זאלציג. און ווערט אנגעריפן , SALTWATER

"איר קענט אויף קיין פאל נישט מישן די צווי פיש ווייל זיי ווילן שטארבן ביז א מינוט..."

ים פיש איז טויזענט מאל שענער, אבער... $$$$$$$$$

אז איר ווילט האבן זאלציגע וואסער אין ים פיש. גרייט אייך אָן דעם טייסטער!

דאס צו באשרייבן באדארף מען הינטערטער בלעטער און אסאך צייט. אבער איך וועל עס אנרירן ממש נאר אויפן שפיץ גאָפל.

עס איז דא 2 מינים , SALTWATERטאנקען.

מיט אלע שיינע קארעל ריף'ס - גאר גאר גאר גאר גאר גאר טייער.

אן קארעל ריף – נאר זאלץ וואסער מיט פיש. נישט אזוי טייער.

פרעגט איר אזא פראגע: איך האב שוין א פרישע וואסער טאנק פאר א יאר. און איך בין שטארק דערביי צו הערן וואס דארף איך קויפן, טוהן, צו קענען טוישן פאר זאלץ וואסער?

איז לאמיר אייך פארציילן, און צוגאב צו די געווענליכע פילטערס און די זאלץ. דארף מען נאך א מין פילטער וואס הייסט א "פראטין סקימער" (Protein Skimmers)

Untitled7.gif
Untitled7.gif (12.52 KiB) געזען 5007 מאל


עס האט א קליינע פאמפ וואס שיסט אריין וואסער און א שמאלע רינדיגע גלאז, און אויך איז דא א קליינע פייפ וואס צוהט אריין לופט און צוזאמען מיט די וואסער וואס דרייט זיך ווערט א שוים. און די שוים וואקסט העכער און און העכער ביז ווי לאנג ער רינט אריין אין די אויבערשטע חלק וואס מ'קען אראפנעמען, די שוים צעלאזט זיך און עס וווערט רינעדיג, און איר נעמט אראפ די אויבערשטע חלק וואס הייסט די קאלעקשאן גלאז, און איר גיסט דאס אויס, בשעת די שוים גייט ארויף אויבן וועט די איבריגע וואסער צוריק ארויסרינען צום טאנק.

האט איר שוין אמאל באטראכט ווי די ים בארטן שפייט כוואליעס, און עס ווערט שוימיג? דאס איז גענוי וואס א פרויטין סקימער טוט, די ים ווארפט ארויס אלע גרויסע שמוץ...

מיט א פראטין סקימער דארף מען נישט קיין באבעלס אין די טאנק ווייל עס לייגט אריין לופט דירעקט אריין און וואסער ווען עס דרייט זיך צוזאמען מיט לופט.

וואסער וואס איז נישט זאלציג, ווערט נישט די גאנצע שוים, במילא זענען טייכן אין לעיקס נישט באשאפען צו ווארפן כוואליעס אויף די בארטענעס.

WATER TESTING KIT

קויפט אזא קיט וואס האט נאר די פאלגענדע זאכן:

AMONIA

NITRITE

NITRATE

אז איר ווילט קענט איר אויך קויפן א PH TESTER

די ערשטע 3 זענען א חיוב גמור, איר מוזט וויסן ווי אייער טאנק האלט בשעת א סייקל, מער פון דעם איז געווארפן געלט אין מיסט, אויב האט איר א זאלץ וואסער טאנק דעמאלט קויפט אויך א זאלץ טעסטער, אויב האט איר א ריף, דעמאלטס פארבינד זיך מיט מיר, וועל מיר רעדן פריוואט, א ריף איז זייער קאמפליצירט, א ריף מוז האבן אסאך מינים באשטאנטיילן, זייער פונקטליך, נישט צו סאך נישט צו ווייניג, אז נישט וועלן די קארעלס אויסשטארבן, און עס ווענדט זיך וועלכע קארעלס עס זענען דא אסאך מינים, בקיצור א ריף טאנק האט נאר אזא איינער וואס איז דערין ראשו וריבו, ווייל מען דארף זיך אפגעבן דערמיט "יום ביומו ממש"

וואס צו טוהן אויב א פיש ווערט קראנק

פאר פרישע וואסער לייג אריין א לעפל צוויי "כשר זאלץ" נישט עפעס אנדערש.

אויב דאס העלפט נישט. דארפסטו קויפן קיפּער, אדער אנדערע מעדעצין, איר האט נישט קיין ברירה, עס וועט קאסטן געלט, זייט זייער געווארענט ווען איר לייגט אריין א נייע פישל אין טאנק אז עס איז געזונט נישט קראנק. ווייל די נומבער איינס סיבה צו א קרענק אין טאנק קומט פון איין פיש וואס איז אריינגעקומען און אלעמען קראנק געמאכט!

די פיש וואס מען געווינט ביי א קארניוועל נעם נישט קיין טשאנס...די פיש ווערן באהאנדעלט גאר גאר שלעכט, נאך און געשעפט, ווייל זיי פארקויפט מען נאר צום עסן פאר אנדערע פיש.

צום שלוס: עס איז דא א וויכטיגע נקודה וואס איך האב נאכנישט דערמאנט. און דאס איז א היטער HEATER

געדענקט מיינע פאלגענדע ווערטער: א יעדע פיש טאנק וועט ווערן די טעפראטאר די זעלבע ווי ביי אייך אין צומער. וואס דאס איז גוט אפילו פאר טראפישע פיש. און מיין אייגענע גרויסע $$$$$$$$$ ריף טאנק האב איך אויך "נישט" געהאט א היטער, א חוץ אז איר האלט עס אין א פלאץ ווי עס איז נישטא קיין הייצונג אין איר האט טראפישע פיש קענט איר ניצן א היטער, אויב אבער די טאנק ליגט און אייער הויז, וועט א היטער אייך נאר מאכן באצאלן א געשוואלענעם עלעקטער ביל און וועט מאכן די פיש עסן פארדייען אסאך אסאך שנעלער, און מאכן מער וועיסט, און אייך בעטן נאך עסן... "טראסקעט ארויס די היטערס פין אייער פיש טאנק"ווי הייסער די וואסער אלץ ווייניגער אקסיגען קען די וואסער האלטן.

און א ריף טאנק ווי די וואסער מוז זיין 100 פראצענט ווי א ריף דארף, האב איך געהאט א טשילער וואס האט אפגעקילט די וואסער אין די זומער.

איך האף אז איר האט הנאה געהאט עס איז באמת נאך דא "אסאך אסאך אסאך" צו שרייבן דערוועגן. אי"ה נעקסטע געלעגענהייט!
לעצט פארראכטן דורך הייליגע_קינדערלעך אום מאנטאג יולי 01, 2013 6:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

ווער עס קען מנדב זיין אין מאכן עפעס א שטיקל פידיעף פון די גאנצע למצוה גדולה יחשב
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פי די עף, קען איך דיר נישט מאכן, אבער א ריזן דאנק אפגעבן, דאס קענעך יא!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שיקסט עס אריין פאר מערכת מי מנוחות? דאכט זיך אז היינט איז די לעצטע טאג וואס מ'קען אריינשיקן עפעס פאר די קומענדיגע אויסגאבע.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: פי די עף, קען איך דיר נישט מאכן, אבער א ריזן דאנק אפגעבן, דאס קענעך יא!
אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: שיקסט עס אריין פאר מערכת מי מנוחות? דאכט זיך אז היינט איז די לעצטע טאג וואס מ'קען אריינשיקן עפעס פאר די קומענדיגע אויסגאבע.


מיר האבן ארייגעגעבן אן אנדערע שיינע באשרייבונג צו די מי מנוחת אויסגאבע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: פי די עף, קען איך דיר נישט מאכן, אבער א ריזן דאנק אפגעבן, דאס קענעך יא!

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע:100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

גוואלדיג! היצטערט קעמער קויפן א פיש טענק מיט "בייאלאגישע באקטעריע"... כהאף נאר אז די עף בי איי וועט מיר נישט קומען אויפפיקן פארן האבן אין באזיץ "בייאלאגישע באקטעריע"
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: פי די עף, קען איך דיר נישט מאכן, אבער א ריזן דאנק אפגעבן, דאס קענעך יא!

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

אבער דאך האף איך אז דיינע אלע ארטיקלען וועלן ערשיינען נאך אין די יאריגע מי מנוחות
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

הייליגע_קינדערלעך האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: שיקסט עס אריין פאר מערכת מי מנוחות? דאכט זיך אז היינט איז די לעצטע טאג וואס מ'קען אריינשיקן עפעס פאר די קומענדיגע אויסגאבע.


מיר האבן ארייגעגעבן אן אנדערע שיינע באשרייבונג צו די מי מנוחת אויסגאבע.

נו ס'איז נישט קיין סתירה... ס'מעג זיין צוויי פונעם זעלבן שרייבער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס שרייט זיך מיר ארויס: אוי מיין גאט! וואס איין אינגערמאן קען אלץ אראפשילדערן אזוי זאפטיג? אין חכם כבעל נסיון שיינט ארויס פון יעדע פאראגראף.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לכאורה האט געשריבן: עס שרייט זיך מיר ארויס: אוי מיין גאט! וואס איין אינגערמאן קען אלץ אראפשילדערן אזוי זאפטיג? אין חכם כבעל נסיון שיינט ארויס פון יעדע פאראגראף.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”