ווי אזוי ארבעט א פיש טענק?
אבער..." אוי וויי" עס גייט אדורך עטליכע טעג און די וואסער פאנגט אן צו ווערן "פארוואלקענט" די פיש לעבן נישט לאנג, מען לויפט קויפן אלע מינים "טראפן און טאבלעטן" און עס העלפט גארנישט!!!!! מען ליידיגט אויס די "שמוציגע וואסער" און מען פילט עס אן נאכאמאל מיט "ריינע געפילטערטע" וואסער, און דערצו גייט מען אריין און געשעפט און דאסמאל קויפט מען שוין איין "טייערע פישעלעך" וואס ליגט שוין ביים סטאר אייגענטומער אין טאנק פאר 3 חדשים, און ער "זאגט צו" אז די פיש וועלן שוין לעבן לאנג!, אבער.... חוזר חלילה, די וואסער ווערט נאכאמאל אומקלאר, פיש שטארבן, און איר ווערט שוין ארויס פון די כלים, און איר פרעגט איין קשיא: "וואס גייט דא פאָר? פארוואס אין געשעפט איז די וואסער אלעס אזוי שיין קריסטאל קלאר, און נאר ביי מיר וואס איך האב שוין די בעסטע פילטערס. פארוואס איז מיין טאנק א דיזעסטער??"
אלזא. זעצט אייך אראפ, און מאכט אייך באקוועם. און לערענט אייך אויס וויאזוי "איר" קענט האלטן א פיש טענק מיט סוקסעס.
לאמיר זעהן וואס א פיש דארף האבן צום לעבן? און דערנאך וויאזוי מיר קענען דאס צושטעלן אין א טאנק?
א פיש דארף האבן:
1) "אַקְסִידְשׁען" (לופט) צום אטעמען. * אין ים. - * אין א טאנק.
2) "וואסער" צום שווימען. * אין ים. - * אין א טאנק.
3) "עסן" * אין ים. - * אין א טאנק.
4) ארויסגעבן אפפאל * אין ים. - * אין א טאנק.
5) נייע טאנק סייקל TANK BRAKE IN
6) פילטערס
7) פלאץ צו וואוינען. * אין ים. - * אין א טאנק.
8) פריינטליכע שכנים. * אין ים. - * אין א טאנק.
9) ליכטיגקייט און טונקעלקייט. * אין ים. - *אין א טאנק.
10) FRESH WATER , SALTWATER
11) WATER TESTING KIT
12) וואס צו טוהן אויב א פיש ווערט קראנק
"אַקְסִידְשֶׁען" (לופט) צום אטעמען.
מיר מענטשעלעך דארפן אויך די אלע זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכענט, און פונקט ווי השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו שטעלט אונז טאקע צו אלע אונזערע באדערפענישן "אויף דער ערד". אזוי אויך שטעלט השי"ת אט די באדערפענישן פאר אלע פיש "אין ים"
אויף די יבשה געפונט זיך "לופט" און די לופט קען מען נישט זעהן מיט די אויגן. אין די לופט איז דא א חלק וואס איז אקסידשען, וואס מיר דארפן אויף צום לעבן. ווי מער אקסידשען עס איז דא אין די לופט, אלץ מער געזונטער און פרישער וועט זיך דער מענטש שפירן.
ווען א מענטש אטעמט אריין פרישע לופט, נעמט די "לונגען" ארויס נאָר די אקסידשען חלק פין די לופט. און די קערפער לייגט אריין אנשטאט "קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד". און מען אטעמט די לופט צוריק ארויס.
(פונקטליך וואס איז אקסידשען, און קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד איז אן ארטיקל פאר זיך. ואין כאן מקום להאריך)
ווען די קאַרבאָן-מאָנאַקְסֵייד-לופט קומט ארויס פין דער מענטש, צוריק אין גאַס האט די באשעפער אריינגעלייגט און די בריאה, אז די שעדליכע קארבאן-מאנאקסייד ווערט איבערגעדרייט דורך די ביימער און בלעטער, און עס ווערט צוריק אקסידשען! צוליב דעם וועט זיך א מענטש שפירן אסאך מער אין די כלים ווען ער איז אין א מקום ווי עס געפונט זיך אסאך ביימער (ווי למשל קאנטרי א.ד.ג.)
חברה הצלה, EMT וכד' נוצן ספעציעלע אקסידשען טאנקען, וואס האט אין זיך פיל מער אקסידשען ווי די געווענליכע לופט אין גאס, און מיט די הויכע מאס אקסידשען וועט א חולה זיך שפירן פיל פיל בעסער.
דאס אלעס געשעהט אין א מענטש. וויאזוי ארבעט דאס פאר די פיש?
אין ים
וואסער האט א טבע אז עס קען האלטן אין זיך אקסידשען. די פיש אטעמט אריין "וואסער מיט זיין מויל. ער האט נישט קיין "לונגען". ער האט "גילס", די גילס ארבעט אזוי ווי א לינג, אבער מיט וואסער. די גילס נעמט ארויס די אקסידשען פין די וואסער, לייגט אריין קארבאן-מאנאקסייד אין די וואסער. פון דארט גייט עס ארויס העכער די קאפ, פין א שפאלט עפענונג, אריין אין ים (די פיש אטעמט נישט ארויס דורעכן מויל)
אין די ים איז דא עטליכע וועגן פטור צו ווערן פון די שעדליכע קארבאן-מאנאקסייד. א קליין חלק איז פלאנצונגען וואס נוצן די קארבאן-מאנאקסייד פאר זייער עסן, און זיי דרייען עס צוריק צו אקסידשען. און די עיקר איז עס די........."כוואליעס" וואס ברעכן אויף די רואיגע אויבערפלאך און ברענגען ארויף די קארבאן-מאנאקסייד צו די לופט. און די זעלבע צייט שעפן זיי אריין פולע הויפענעס מיט פרישע אקסידשען-לופט און דרינגען עס אריין אין ים אריין
!! WOW
ממש נפלאות הבורא! און אנדערע ווערטער: די אויבערפלאך פון די וואסער האט די אויפגאבע צו "אטעמען פאר די פיש".
אינעווייניג אין א פיש טאנק
אין א טאנק האט מען עטליכע ברירות, געוואנדן וויפיל מען וויל זיך לאזן קאסטן און באצאלן, איז היינט דא די טעכנעלאגיע נאכצומאכן א ים מיט כמעט אלעם, אני הקטן האב שוין געלאזט בויען אזא טאנק... מערקט אן, עס איז העכער ווי די ספרים שראנק...
מערקט אן די שווארצע כוואליע מאשינען אויף די זייטן, וואס קען ווערן עלעקטראניק קאנטראלירט צו מאכן אלע סארטן כוואליעס, ווי אויך נאכצומאכן די ים אויף געוויסע זמנים ווען עס רוישט מער און ווען ווייניגער. ווי אויך ליגט דערין א נאטורליכע פילטער, וואס איז עכטע ים זאמט, ים שטיינער, און ים געוואוקסען. און נאך אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס איז שווער מסביר צו זיין און איין ארטיקל.
אזא טאנק קאסט אפ אין די שווערע טויזענטערס
דאס איז ווען איינער וויל נאכמאכן די ים... אבער אז איינער וויל א פשוטע טאנק וואס זאל נישט קאסטן צו טייער, דארף מען ניצן "טעכנעלאגיע"
די גרינגסטע וועג אריינצולייגן אקסידשען און א פיש טאנק, איז דורך א באבל מאשין. עס איז א קליינע לופט פאמפ וואס בלאזט אריין פרישע לופט און די טאנק, די באבעלס צופלאצן זיך אין די וואסער און אזוי באקומט די וואסער נייע אקסידשען.
דעריבער איז זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די אויבערפלאך פון די וואסער קען צוקומען לופט, כדי די טאנק וואסער זאל קענען פון זיך אליין ארויסאטעמען די קארבאן-מאנקסייד, בעסער איז אויב מען שטעלט א קליינע ספעציעלע פאמפ אין וואסער ממש ביים אויבערפלאך וואס צוהט אריין וואסער פון איין זייט און שטויסט עס ארויס פון די צווייטע זייט און איז גורם אז די וואסער אויבערפלאך ווערט אויפגעבראכן. אין עס קען בעסער אטעמען.
פארזעצונג קומט אי"ה
דריקט דא צו דאוינלאוידן א פידיעף פון דאס גאנצע ארטיקל