וויאזוי ארבייט א קעמערע?
זיצענדיג ביי א מסיבה א שטיק צייט צוריק האב איך אויפגעפאסט ווי א גרויסער עולם כאפט בילדער מיט א פלעש מיינענדיג אז די בילד וועט זיין שענער אבער זענען געוועהן סופרייזד צו זעהן אז זייערע בילדער זענען אויסגעקומען שווארץ.
וואס איז דער פשט? ער האט דאך גענוצט א פלעש? ווען איר נוצט א קעמערע איז וויכטיג צו וויסן פארשידענע כללים:
יעדע פלעש האט א שטרעקע ביז ווי ווייט די פלעש שיינט, די אלע פשוט'ע קליינע קעמערעס וואס דער עולם נוצט איז די פלעש נישט גענוג שטארק צו ווארפן ליכטיגקייט פון די עק זאל ביז אויף די סטעידזש.
די פלעש וועט אויפטוהן נאר אויף 10-15 פוס ווייטקייט, דאס הייסט אויב מען שטייט ממש פארנט פון די סטעידזש, א פלעש וואס קען ווארפן א ליכטיגקייט אויף 30-40 פוס קאסט עטליכע הונדערט דאללער. און א פלעש וואס קען ווארפן 70-80 פוס קאסט ארום 800 דאלער... און די אלע וואס פלעשן פון די אנדערע עק זאל, פארנוצען סתם זייער באטערי. נאך דערצו ווען די קעמערע "זעהט" אז עס איז דארק, און עס שטעלט אליינס איין די פלעש צו די מאקסימום שטארקייט, אין די שיין האט בכלל נישט די מעגליכקייט אנצוקומען צו די דעסטינאציע וואו איר ווילט עס שיקן.
וואס קען מען יא טוהן?
דער עיקר זאך וואס מ'דארף האלטן קאפ, איז צו וויסן און פארשטיין די "מעגליכקייט פון דיין קעמערע", און זיך אויסלערנען וויאזוי דאס ארבעט. איינמאל איר ווייסט דאס וועט איר שוין אליין פארשטיין וואס צו טוהן אין כמעט יעדע מצב, פארוואס נאר כמעט? ווייל עס מאכט זיך דא און דארט אן אופן וואס א צויי דריי הונדערט דאלער'דיגע קעמערע וועט נישט זיין צוגעפאסט, און האט בכלל נישט די מעגליכקייט צו מאכן א בילד, ווי איר וועט באלד ליינען.
די ליכטיגקייט:
א יעדער מענטש האט א שווארץ אפל אין די אויג, וואס "זעהט" די בילד ווייל ס'איז ליכטיג, אין ליכטיגקייט וועט די אויג זעהן שיין און קלאר אלע קאלירן, אין א שטוב וואס איז שוואך באלאכטן, וועט די אויג זעהן אנשטאט שיינע לעבעדיגע קאלירן - אלץ טונקלעך און שווארצלעך, און אין א שטוב וואס איז אינגאנצן טונקל וועט די אויג גארנישט זעהן. אלזא, איצטער פארשטייט איר שוין אז די ליכטיגקייט איז דער עיקר, און איז די איינציגסטע זאך וואס ברענגט דעם באשעפער'ס מתנה וואס הייסט "זעהן", און דאס איז די זאך וואס ברענגט קאלירן צום לעבן, אין קורצן, אן קיין ליכטיקייט איז נישטא קיין קאלירן.
דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט מורא'דיגע חכמה אין א מענטשליכע אויג, די שווארץ אפל פון א מענטש איז די "סענסאר" וואס נעמט אריין אין זיך די ליכטיגקייט, און עס וועט זיך אלץ צופאסן צום מצב, למשל: ווען די זון שיינט און עס דא צו א שטארקע ליכטיגקייט וואס די שווארץ אפל קען נישט פארנעמען, וועט די שווארץ אפל זיך איינציעהן און ווערן קלענער! און ווען ס'איז קלענער, וועט עס זעהן ווייניגער ליכטיגקייט, און דער מענטש זעהט אלעס הערליך.
אויב גייט מען אריין פון די גאס וואו די זון באקט, צו א שוואך באלאכטענע שטוב, וועט מען פאר די ערשטע 3 סעקונדעס זעהן אלעס שווארץ. דאס איז ווייל די שווארץ אפל באקומט נישט גענוג ליכטיגקייט אין שטוב. און אז ס'איז נישט דא ליכטיגקייט, זעהט מען נישט! אבער אין די 3 סעקונדעס וועט די אויג אויפכאפן אז דא איז דא ווייניגער ליכטיגקייט, וועט די אויג אויסשפרייטן די שווארץ אפל די גרעסטע וואס מעגליך. ווייל ווי גרעסער די סענסאר, אלץ מער ליכטיגקייט גייט אריין. און... אה! מ'קען שוין זעהן נארמאל. איצט גייט ארויס צוריק צו די שטארקע זון, און איר וועט ממש "בלינד ווערן". די אויגן וועלן זיך פארמאכן. מ'האלט ממש נישט אויס! ביז... עטליכע סעקונדעס, די שווארץ אפל ציהט זיך איין, עס באקומט ווייניגער ליכטיגקייט, און איר קענט זעהן נארמאל.
א דידזשיטעל קעמערע ארבעט גענוי די זעלבע וועג! אבער א דידזשיטעל קעמערע איז פארט נישט א מענטשליכע אויג. ממילא פעלט זיך אויס נאך פאטענטן אהערצושטעלן א שיינע בילד. און דא קומט אריין די לענס מיט די סענסער אין בילד. די לענס פון די קעמערע ברענגט אריין די ליכטיגקייט אינעווייניג צום סענסאר. -ווי אזוי א סענסאר ארבעט, וועט איר ליינען באלד- ווען איינער זאאמט אריין, פארלירט ער אויך אביסל ליכטיגקייט. אבער פארנט פון די סענסאר איז דא 2 מאשינקעס. איינס איז די אייריס, וואס קאנטראלירט "וויפיל" ליכטיגקייט אריינצולאזן אין די סענסאר. און די צווייטע איז די שאָטער, וואס קאנטראלירט "ווי לאנג" די סענסאר'ס זאלן זיין אפען פאר די ליכטיגקייט.
כדי צו כאפן א שארפע בילד, דארף די בילד ווערן גענומען אזוי מין שנעל, אז איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן... נעמט איין סעקונדע און צוטיילט עס אויף העכער טויזענט חלקים. א געווענליכע בילד וועט די שאטער זיין אפן נאר פאר 160 חלקים פון די טויזענט'סטעל פון איין סעקונדע! ווייל אויב נישט, איז שטארק מעגליך אז די בילד וועט אויסקומען פארשמירט און בלאָרי. דאס איז א פאקט. אויב כאפט איר א בילד פון א זאך וואס רוקט זיך שנעל, למשל איינער גייט, א קאר פארט, דארף די שאטער זיין שנעלער, צו בערך 800 פון א סעקונדע.
וועט איינער פרעגן אזא קשיא. זאל די שאטער אייביג זיין די שנעלסטע וואס מעגליך, וועלן אייביג אלע בילדער זיין שארף און גוט? עס איז אבער נישט אזוי! ווייל ווי לענגער די שאטער האלט אפן זיינע טויערן, אלץ מער ליכטיגקייט האט די מעגליכקייט אריינצודרינגען. אויב די שאטער וועט נאר עפענען זיין טיר פאר א טויזענט'סטעל פון א סעקונדע, וועלן די סענסארס באקומען א טונקעלע בילד!! די גאר טייערע קעמערע'ס האבן קנאקעדיגע סענסאר'ס וואס קענען כאפן א בילד אזוי שנעל אויך. און דאס נוצט מען טאקע פאר חתונות, ווייל יעדער טאנצט, און צו כאפן א גוטן בילד דארף עס זיין שנעל און גענוג ליכטיג. מיט דעם אלעם האבן זיי א מעכטיגען פלעש אויף די קעמערע, און נאך עטליכע ארבעטערס וואס שטייען מיט הויכע שטעקענעס וואס דערויף איז דא א גאר סאפיסטיקירטע שטארקע פלעש.
פראבירט צו כאפן א בילד פון אן העליקאפטער, די פען אויף די העליקאפטער דרייט זיך זייער שנעל, אויב כאפט מען א בילד מיט די שאטער אנגעשטעלט אויף 160, וועלן די בלעידס זיכער זיין בלארי, א בילד מיט א שאטער פון 800 אדער 1000 וועט מען לכאורה זעהן זייער א שיינע שארפע בלעיד, אבער אויב די זון שיינט שטארק, און די קעמערע איז אנגעשטעלט אויף אטמאטיק וועט זיך די אייריס צומאכן גאר שטארק און פארבלאקן די שטארקע זון שטראלען, און נאר אריינגעלאזן וויפיל ס'פעלט אויס. איצטער מיט א שאטער וואס ווערט אנגעשטעלט מעניאלי פון 1000 וועט די בילד ווערן גאר טינקל, איז וואס טוהט מען?
איז אבער דא א עצה, מ'קען צוריק עפענען די אייריס, און די בילד וועט זיין שיין און ליכטיג.
אדער פארקערט:
למשל ס'איז יעצט 8 א זייגער ביינאכט, ס'איז שוין האלב טונקל, איך דארף א בילד פון א הויז, די אייריס איז אינגאנצן אפען, אבער ס'איז נישט גענוג ליכטיגקייט פאר די בילד, מוז די שאטער זיין גאר שטאט, ממש 80 פון א סעקונדע, וועט זיין מער צייט פאר די סענסאר'ס צו באקומען ליכטיגקייט, (פרוביר נישט צו רוקן דיין האנט בשעת'ן נעמען די בילד. מיט אזא שטאטע שאטער איז עס זייער שווער, גלייב מיר)
א פלעש איז געמאכט ארויסצוהעלפן מיט ליכטיגקייט. איך האב אמאל גענומען א פשוטע פלעשלייט און געשיינט אויף איינעם און געמאכט א בילד ביינאכט אן א פלעש. און ס'איז אויסגעקומען גאנץ גוט.
יעדער איינער וואס איז צו ווייט פון די סטעידזש בשעת א מסיבה, און זייער פלעש דערגרייכט נישט, האבן איין עצה: אויסצולעשן די פלעש (כ'מיין אז יעדער ווייסט ווי אזוי) און ארויפרוקן אליין די ISO.
ווי מיר האלטן יעצט איז אזוי: צו האבן א גוטן בילד דארף מען האבן גענוג ליכטיגקייט, גענוג מיינט נישט צו ליכטיג וואס זאל ווייס מאכן די בילד, און נישט צו טינקל וואס זאל שווארץ מאכן די בילד. דאס צו עררייכן דארף מען לאזן די שאטער גענוג לאנג אפן פאר גענוג ליכטיגקייט אבער נישט צו לאנג. יעצט וואס טוט מען ווען א זאך רוקט זיך און מען דארף מאכן די בילד דאס שנעלסטע וואס מעגליך אז עס זאל נישט ווערן בלארי אבער אויב מאכט מען עס צו שנעל פארלירט מען דאך ליכטיגקייט.. אלזא וואס איז די עצה? ISO!
וואס איז דאס ISO?
אין אידיש גערעדט, די ISO שטעלט אן ווי סענסיטיוו צו ליכטיגקייט די סענסאר'ס זאלן זיין. אויב די אייריס איז שוין אפן די מערסטע, און מען וויל נישט מאכן די שאטער שטייטער (ווייל למשל ביי א פלעי ווי מ'רוקט זיך, אויב כאפט מען א בילד מיט א שטאטע שאטער וועט די בילד אויסקומען זייער בלארי), איז דא איין עצה - ארויפרוקן די ISO פארוואס דעמאלס נישט אייביג האלטן די ISO הויך? זייער פשוט, א דזשיטעל קעמערע ווי העכער די ISO איז, אלץ מער גרעיניער/אומקלאר וועט די בילד אויסקומען. וואס איז די פראבלעם? ווען די סענסאר'ס ווערן צו סענסיטיוו, וועט עס צולייגן צום בילד שמוץ וואס באלאנגט נישט דארט. ס'איז א פראבלעם וואס די גרויסע פירמעס קענען זיך דערווייל נישט קיין עצה געבן. פארפאלן, נאר דער באשעפער ווייסט ווי אזוי צו באשאפען א "אויג". דערפאר געבן מיר נאר די עצה צום לעצט, ווען גארנישט אויסער דעם העלפט נישט, ווייל דעמאלס איז דאס כדאי, ווייל ס'גייט טאקע זיין א אומקלארע בילד, אבער פארט א בילד. די פראפעשענאלע קעמרעס קענען גיין אויף א העכערע ISO און נאך אלץ זיין קליין און קלאר. אבער אפילו דארט, אויב מ'גייט צו הויך איז ווייטער די זעלבע פראבלעם.
איר זענט צומישט? נישט געפערליך, אלע דיזשיטעל קעמערע'ס קען מען אנשטעלן אויף Auto, און די דידזשיטעל קעמערע וועט טוהן אלע ארבעט פאר אייך!!! דא שטייט נאר באשריבען "ווי אזוי" די טעכנאלאגיע ארבעט.
איין פראבלעם דארפט איר יא וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין, ווייל אויף דעם פראבלעם וועט Auto נישט העלפן. איך וועל אייך געבן א עצה ווי אזוי זיך אום צו גיין מיט דעם פראבלעם.
דער פראבלעם
איר ווילט מאכן א בילד פון א קינד וואס שטייט אין צימער לעבן א פענסטער. די קעמערע זעהט די שטארקע זון ביי די פענסטער, און מאכט צו די אייריס. אויפן בילד זעהט מען טאקע די ביימער פון דרויסען זייער שיין, אבל געוואלד און געשריגן די פנים פון דעם קינד אינעווייניג אין צימער קומט אויס טונקעל.
די עצה:
מאנעוויר די דידזשיטעל קעמערע אראפ צום אונטערשטען חלק פון קינד. דער עיקר, מאכט זיכער אז די קעמערע "זעהט" נישט די פענסטער. לייגט די פינגער אויף די קנעפל וואס כאפט דאס בילד. דרוק די קנעפל נאר האַלב! די קעמערע וועט אטאמאטיק אנשטעלן די אייריס, און פארשטייט זיך דאס אנשטעלן לויט די ליכטיגקייט פון דעם צימער אינעווייניג. אבער די בילד וועט נאך נישט געכאפט ווערן. איצטער, אזוי האלב געדרוקטערהייט, הייב אויף די קעמערע אויף די פאזיציע וואס איר ווילט, און דרוקט אראפ די קנעפל אינגאנצן. און וואונדערליך, די בילד וועט זיין הערליך שיין (ס'וועט נאך אפשר פלעש'ן אויך...). אבער, די פענסטער וועט זיין אינגאנצן ווייס, אדער ווי ס'הייסט אויף ענגליש over exposed. אבער ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, דער עיקר איז אז דאס קינד קומט אויס שיין און ליכטיג.
אויב וויל מען האבן ביידע קלאר, סיי דאס קינד און סיי די דרויסענדיגע חלק, ברויך מען שוין האבן א מער סאפיסטיקירטע קעמערע.
יעצט וועלן מיר צוריק קומען און מסביר זיין ווי אזוי א דידזשיטעל קעמערע ארבעט.
ס'איז דא א מין סארט סענסאר מאטריאל וואס הייסט אויף ענגליש CCD אדער CMOS. די סענסאר'ס זענען אויסגעשטעלט שיין אין א רייע איינס זייער נאנט צום צווייטען. זיי זענען אויך גאר גאר קליין. א 8 מעגע פיקסעל דידזשיטעל קעמערע האט פאקטיש 8 מיליאן סענסאר'ס אויסגעשטעלט אויף א אכטל פון א אינטש גרויס!!!
ווען יעדע פון די סענסאר'ס זעהט ליכטיגקייט, גיט עס ארויס א עלעקטרישע פולס, וואס ווערט געליינט דורך די טשיפ אין די קעמערע, און אזוי וועט עס וויסן וואו אין די בילד ס'דארף זיין וועלכע קאליר. דאס וועט פארשריבן ווערן אויף די מעמארי קארד. עס ווערט פארשריבן אויף די דידזשיטעל שפראך 0101010011100100. דערפאר הייסט דאס דידזשיטעל. ווען מ'וויל זעהן די בילד, וועט די קעמערע קאמפיוטער ארויסליינען פון די מעמארי קארד די פונקטליכע אינסטרוקציעס, וואו און וועלכע קאליר צו שטעלן אויף וועלכען פלאץ. און וועט זעהן א הערליכע בילד!
וואס מיינט דאס "פארשריבן אויף די דידזשיטעל שפראך"? א 4 גיג (גיגעבייט) מעמארי קארד האט אין זיך 4 ביליאן סוויטשעס. יא, איר ליינט גוט! נעמט א טייערע מייקראסקאופ און קוק אריין אין א מעמארי קארד, וועט איר זעהן עכטע סוויטשעס. יעדע סוויטש קען זיין אנגעצינדען אדער אויסגעלאשן. אין די דיזשיטעל שפראך איז א אויסגעלאשענע סוויטש א 0, און א אנגעצינדענע סוויטש א 1. אזוי קען א 4 גיג קארטעלע האלטן העכער א ביליאן ווערטער (געדענקט אז יעדעס ווארט באשטייט פון 16 אותיות.)
וויפיל ווערטער דארף מען אפצושרייבן א דידזשיטעל בילד? די ענטפער איז ... ס'ווענדט זיך. ווי מער MP (מעגע פיקסעל - מעגע מיינט מיליאן), אלץ מער ווערטער דארף מען דאס אפצושרייבן. אין יעדע דידזשיטעל קעמערע קען מען אנשטעלן אז נאר 3 אדער 5 MP זאלן ארבעטן. דעמאלס וועט די בילד זיין ווייניגער קלאר, און אויך אסאך קלענער אין סייז, אבער ס'וועט נישט פארנוצען אזויפיל דידזשיטעל ווערטער.
באמת וואלט א דידזשיטעל קעמערע געדארפט נוצן אזוי פיל ווי 10 אדער 15 מיליאן ווערטער אפצושרייבן א בילד. דערפאר איז דא א קאמפרעסאר אין די קעמערע וואס הייסט JPEG (אזוי ווי MP3) וואס וועט אפשרייבן די זעלבע בילד אין נאר 2 אדער 3 מיליאן ווערטער) אין יעדע דידזשיטעל קעמער קען מען אנשטעלן די שטאפל ווי שטארק די קאמפרעסאר זאל קער נעמען פון די בילד. אבער געדענקט, ווי ווייניגער ווערטער די קאמפרעסאר שרייבט, אלץ ווייניגער קלאר איז די בילד! אבער אלץ מער בילדער וועלן ארויפגיין אויף א מעמארי קארד. געווענליך זאל מען נוצען די נארמאלע שטאפל וואס איז רעקאמענדירט דורך די פירמע.
די פראפעסיאנאלע קעמערעס ווילן האבן די מאקסימאלסטע קוואליטעט. דערפאר כאפן זיי די בילדער און שרייבן עס רויערהייט, אן די מינדעסטע JPEG קאמפרעסאר. דערפאר טאקע האבן די פאטאגראפירערס א טאש פול מיט מעמארי קארטלעך. ס'זענען דא מער טייערע פוינט ענד שאָוט קעמערע'ס וואס קענען אויך כאפן רויע בילדער, למשל א Canon G-12 וואס קאסט בערך 470 דאללער.
אבער רעדט אייך נישט איין אז א רויע בילד איז אלעס, ס'זענען דא נאך אסאך אנדערע און וויכטיגערע פאקטארן אין די פראפעשענאלע קעמערע'ס.
די קוואליטעט פון די לענז אין א קעמערע, איז גאר א וויכטיגע פאקטאר ווי שארף די בילד וועט זיין. אבער אלעס ווענט זיך "פאר וועלכע צוועק" מען דארף א קעמערע. אויב איינער איז נישט זעכער וואס ער ברויך איז דאס בעסטע אז ער זאל אנפרעגן פראפעשענאלע געשעפטן וואס האבן ספעצעליסטן וואס זענען גרייט אייך צוצושטעלן דאס בעסטע וואס איר דארפט פאר אייער צוועק.
צום שלוס, געדענקט איין זאך: ווי מער לוכטיגקייט אלץ בעסערע בילד וועט מען האבן! אויב איז די בילד נישט גענוג שארף און קלאר, און איר ווילט עס מאכן בעסער, דאן פאנגט אן מיט א בעסערע פלעש. ווייל ליכטיגקייט איז די יסוד.