חכם לב האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן: לאמיך פרעגן די חכמים דא א שאלה וואס עגבערט מיר שוין א שיינע שטיק צייט. און אולי וועט איינער קענען אנוויזן א ריכטיגע מהלך וויאזוי צו דיעלן דערמיט.
איך האב א 9 יעריג קינד וואס איז מוראדיגע סענסיטיוו, און ווען ער ווערט באליידיגט, דרינגט דאס אריין עד דכדוכה של נפש, און ער וועט עס 'געדענקן' א נעקסטע מאל אויך, און בכלל נעמט ער עס נישט פאר גרינג אויב ער שפירט אז מ'האט אים בעוול'ט, נישט אז מ'דארף עס נעמען גרינג, אבער ער ווערט אויפגעשטורעמט און באליידיגט.
ער איז נישט נאר סענסיטיוו פאר זיך, נאר אן אנדערעם אויכעט, ער קען נישט אויסהאלטן אויב דער רבי פארשעמט א אנדערע אינגל, און ער וועט קיינמאל נישט שטעכן א אנדערע קינד.
ער איז א קלוג קינד, און ער פארשטייט אז ער דארף ווען נישט זיין באליידיגט אויב איך האב אים געזאגט צו טוהן עפעס וואס אים שמעקט נישט (און ער איז פונקט נישט אויסגעשלאפן ) אויף אביסל א הויכע און שטרענגערע טאן, אבער ער איז הילפסלאז, די טרערן קומען אומווילענדיג.
מיין שאלה איז צו דאס איז א זאך וואס מ'וואקסט אויף, און ס'בעסער צו אויסמיידן אזוינע מצבים ? אדער איז עס עפעס וואס מ'דארף "מחנך" זיין.?
איך וויל נישט אז ער זאל האבן א שווער לעבן מיט חשבונות אויף יעדעם ןואס האט אים ווי געטוהן.
לויט דיינע ווערטער זעט אויס אז דאס קינד האט א low self esteem וואס מען קען און מען דארף "ארבעטן" מיט אים, נישט "מחנך" זיין ודי.
קודם כל, עס האט גאאארנישט מיט סעלף עסטים, מן הסתם האסטו געמיינט סעלף קאנפידענט, אבער עס האט מיט דעם אויך נישט. פארוואס טראכסטו אז דער פראבלעם פון 'אז מען טשעפעט א חבר טוט אים עס וויי' האט עפעס איינגעלייגט מיט סעלף עסטים?
אין מיינע אויגן איז עס בכלל נישט קיין געפערליכע פראבלעם, אויב עפעס קען עס גאר זיין א מעלה אז ער איז א געפיל'ישער מענטש, פארשטייט זיך אז עס דארף זיין מיט א גבול, אבער פארדעם איז ער דאך א קלוג יונגל און ווען ער וועט ווערן עלטער וועט ער שוין ליינען/הערן ווי אזוי צו ארבעטן ארום דעם.
געווענטליך די געפילישע מענטשן האבן א שטערקערע בונד מיט זייערע חברים אפילו אויב זיי זענען נישט אזוי סאושעל, אבער 1 חבר איז זיי גענוג ווי 10.
סך הכל; עס איז א זאך וואס מען דארף מאניטערן אבער מען וואקסט עס אויס אין נארמאלע פעלער.
#personal experience