דער חזן און דער שול
בעצם, דאס אליין, אז מען שטייט שוין פאר א ניי יאר, דאס אליין ברענגט א העכערן ציטער, 'ומאימת הדין נפשי תבחיל'. אבער אויך אין גשמיות'דיגן זין, געבט זיך דער מענטש א כאפ, 'וואס גייט דא פאר', א יאר זאל אזוי שנעל לויפן?, מ'האט אלץ געוואוסט א באגריף, אז 'ושניים יסעו', די יארן לויפן, אבער פארט וועלן א סך אידן קלערן אז דאס יאר תשע"ג, איז עטוואס שנעלערן געלאפן ווי די יאר בעפאר, אלזא! וואס גייט דא פאר?
נאר די ענטפער איז, אז אלעס ווערט היינט איבער גענומען דורך 3 עלעמענטן, וואס דאס איז דער גרויסער גורם, אז אונזער מוח און טעג זאלן לויפן אויפן שנעלן ספיד, און זיך נישט אפשטעלן.
ואלו הן: 1) טעכנאלאגיע, 2) אויגן פארבלענדענישן, 3)און– איר זאלט מיר אנטשולדיגן – גאות.
טעכנאלאגיע:אן אריינגיין אין דעטאלן, דאס אליין, אז יעדן טאג, ווערט די וועלט מער און מער פארגעשריטן, דאס איז משפיע אויפן מענטשן, און עס גיבט דעם פילינג אז מען געפונט זיך אויף א 'שנעל צוג', וואס פליעט שנעלער און שנעלער.
***
אויג פארבלענדעניש:מיר לעבן אין זייער א 'פארבלענדטע' פלאנעט, ווי פלאסטיש איז שענער ווי מעטאל, און א 'באגא-בא' קערידזש איז בעסער ווי א 'פאפא ענד מאמע', ווייל ס'איז שענער. קאן זיין אז ס'איז טאקע אזוי, פון מיר אויס, זאלן ביידע מאכן געלט, איך גיב בלויז א משל, והנמשל; אז זייער א סך פון דעם המון עם, גייען עמטליך נאכן 'בליק'.
דאס איז גורם אז:
דער פנימיות איז געווארן אוועק-גענומען, די מינוט'קעלע צייט צו טראכטן א, גיב א בליק הונטער דעם שיינעם דעקל, איז דאס שטארק אויך?, איז דאס פראקטיש אויך?, אויטענטישקייט איז כמעט ווי פארשוואונדן.
***
גאות:מיר זענען חלילה נישט קיין בעלי גאה, אבער פארט, נישט א יעדן פון אונז 'פאסט' צו צייגן אז ער לאזט זיך אראפ, געבט אוועק פון 'טייערע' צייט, נתפעל צו ווערן פון א זאך- כ"ש פון א מענטש.
נעמט למשל - מענינינו - א בעל תפלה אין שול, טאקע נישט דער גרעסטער חזן, אבער ער דאווענט זייער ווארעם, אדער –למשל – א גוטע רעדנער, וואס האט נאך נישט פונקטליך דעם טריק וויזוי צו קאנווינסן די 'היינטיגע מוחות' צו האלטן פארגאפט. עס זענען פארהאן מענטשן, וואס טיף אין הארצן האבן זיי באמת הנאה פון דעם בע"ת/רעדנער, אבער מען וועט דאס נישט ארויס-צייגן, (כ'רעד שוין נישט פון די צינישקייט וואס הערשט ביי מאנכע).
און דאס איז אלעס ווען מ'האט שוין געמוזט זיצן און שול - הערן דעם בע"ת/בעל דרשן, ווער רעדט נאך פון קויפן א 'סידי' פון דעם רעדנער, מאן דכר שמיה, 'איך' גיי 'אים' הערן?. וויפיל מאל נאגט אין נשמה צו הערן עפעס א גוט ווארט, אבער 'איך האב צייט צו די זאכן'? איך בין דאך ביזי... (כ'הער זאגן...) און אזוי האקט מען זיך אליין'ס אוועק פון גייסטישע הנאה , ''ווייל ס'פאסט מיר נישט'', (א חוץ טאמער דער דרשן/בע"ת איז א 'ברענד נעים', דאן שאקלט מען מיטן קאפ, אה, פשי..., נו, דא איז שוין די הנאה, נישט בלויז פון די דרשה/תפלה, נאר אויך פונעם 'פערפורמער', עס פאסט שוין אביסל מער...ואין להאריך...) .
עכ"פ, מיר דארפן זיך עטוואס אראפלאזן פון אונזער (פאלטשן) שטאנד, פויעלן ביי זיך צו געבן צייט, און זיין וויליג צו הערן וואס דער רעדנער האט צו פארקויפן, און וואס דער בע"ת האט צו זאגן, און זיין א הודה ולא בוש, נישט אומזיסט זאגט דוד המלך 'מכל מלמדי השכלתי'. און אויב האט מען הנאה געהאט, דאן גיב א קאמפלימענט, דאס גיבט סיפוק סיי פארן משפיע, און סיי פארן שומע.
הונטערשטע שורה: ווען א איד האט – אין צוגאב צו זיינע טעגליכע התחייבות'ן – אויך פארשידענע גייסטיגע הנאות אין וואס צו דערפרישן זיין זעל, רוקען זיך די טעג אביסל מער פאוואליע.
אט די הקדמה האב איך באשלאסן צו שרייבן, איידער כ'שרייב מיין ארטיקל 'דער חזן און דער שול', ווייל –אין אמת'ן גערעדט – צו נעמען די וועלט און עס מתקן זיין, האב איך צייט ווען כ'על ריטייערן... .
נאר וואסזשע דען:חזנות איז איינע פון די סארט גייסטיש פארגעניגן, וואס מ'קאן דערצו נישט צוגיין ווען:'מען האט נישט קיין צייט' 'ווען מען איז א מענטש וואס גייט נאך קאווער-פארבלענדעניש' 'ווען ס'פאסט זיך נישט צו זעצן און הערן א חזן, כ'האב וויכטיגערס וואס צו טוהן' (א נעכטיגן טאג...), הכל מודים, אז ווען מ'הערט חזנות, דארף מען דאס הערן מיט 'געדולד' און מיט 'אלע קעמערליך פון מח', מ'דארף זיך אריינלייגן אין דעם 'אויטענטישקייט' פון דעם חזן מיט זיין שטימע און נאר אזוי קאן מען ארויסקריגן דעם אמת'ן פארגעניגן דערפון.
און אצונד צום נושא: אזוי ווי ס'איז דא לעצטענס א אויפוואכונג, ובפרט ביי אינגעלייט, זיך אפצורייסן אביסל פון די היינטיגע הו-הא גאלאפ, און זיך צוזעצן צום אמאליגן חזן פון וועלעכען ס'איז היינט פארהאן רעקארדירונגען בשפע, נאר מ'דארף ווער ס'זאל דאס אויסהערן..., נישט איינמאל טראכטזיך א אינגערמאן, הלואי, וואלט איך אויך ליב געהאט א שטיקל חזנות! כ'זעע ווי מיין חבר, שמעון, זיצט זיך אין קאר, און הערט עפעס א 'קווארטין/הערשמאן', ער איז עפעס אויסגטוהן פון דער וועלט, און ווען איך צינד אן א חזן, הער איך נישט עפעס אנדערש, נאר ווי איינער גארגעלט זיך.
על כן ווילן מיר געבן א שטיקל הדרכה למתחיל, וויזוי אנצוהויבן הערן חזנות, וועמען צו הערן, און וויפיל צו הערן, אזוי, אז מ'זאל אנהויבן צו פארשטיין דעם סארט געזאנג, שפירן דעם טעם דערין, און עווענטועל וועלן הערן נאך און נאך.
דאס צו עקספלעינען דארף מען דריי זאכן:
– אריינגיין אביסל און די היסטאריע פון חזנות
– די חילוקים פון פארשידענע חזנים
– א שטיקל הדרכה פאר א אנהויבער
היסטאריע פון חזנות:
ווען מיר רעדן 'היסטאריע פון חזנות', מיינען מיר נישט איר אפשטאם, ווייל, אין אלע צייטן, מזמן ביהמ"ק זענען געוועזן ביי אידן חזנים און פייטנים. ווען מיר שרייבן 'היסטאריע פון חזנות', מיינען מיר בעיקר, וואס האט א חזן געמיינט אמאל ביי אידן, ווי איז געווען די חזנות באזע, א.א.וו., דעריבער וועלן מיר זיךבאציען צו די ספעציפישע פראגן.
די באזע פון חזנות, איז געווען נישט ערגעץ אנדערש ווי אין ביהמ"ד. אויפן חזן'ס דאווענען, שבת און יו"ט האבן אלע שטאטס-אידן ארויסגעקוקט, און דאס האט זיי אנגעפילט מיט הנאה אויף א גאנצע וואך. לכאורה די איינציגסטע אמת'ע כשר'ע גייסטיגע אינטערהאלטונג וואס אידן האבן דאן געהאט, איז געווען שבת ווען מען איז געזעצן אין שיל שעה'ן לאנג און זיך צוגעהערט צום חזן, ס'איז דאך נישט געווען קיין טעיפ-רעקארדערס, וכדו.
געוויינטליך האט א חזן געהאט א 'קווייער' מיט זיך. די 'כאר' איז באשטאנען פון אויסדערוועלטע בעלי מנגנים, קינדער און ערוואקסענע. אין די קווייער איז געוועזן א 'באס' שטימע, מיט א 'אלט' שטימעלע, וכו., און אזוי אויך באשטימטע סאלא'ס פאר די קינדער מיט גאר שיינע שטימען, און איבער זיי אלע, איז געוועזן געשטעלט דער 'כאר דיריגענט', אדער 'קווייער ארענדזשער' ווי מ'רופט דאס היינט. די קווייער, בראש פונעם דיריגענט, האבן שעה'ן לאנג, פראקטיצירט - סך מאל מיטן חזן אינאיינעם - די שטיקלעך וואס מ'דארף זאגן ביים דאווענען. יעד'ס שטיקל וואס דער חזן מיט די קווייער האבן זיך דערלערנט, איז געווארן אריינגעקריצט און זייער מח, יעדס תנועהל'ה איז געווארן א 'עצם מעצמיהם'. לאמיר דא ציטירין א פאראגראף פון חזן זיינוויל קווארטין, ווי ער באשרייבט זייט מיטלעבעניש זייענדיג אין אדעסע, ווי פיניע מינקאווסקי איז געוועזן חזן:
איך וועל דאס גאנצע לעבן נישט פארגעסן, ווי דער בארימטער דיריגענט נאוואקאווסקי האט מיר דערלויבט בייצואוואוינען די פראבעס מיט זיין כאר און פיניע מינקאווסקי איז געקומען צו דער פראבע. וויפיל הארץ און נשמה די ביידע גרויסע מוזיקער האבן אריינגעלייגט אין דער קמפאזיציע; וויפיל עקסטאז און באגייסטערונג זיי האבן זיך באמיט איינצופלאנצן אין די כאריסטען; וואס פאר א מסירת-נפש מען האט געקאנט באמערקען פון ביידע זייטען, אז אלץ זאל ארויסקומען פולקאם, און ווי דער כאר איז געווען איבערפולט פון גליק, וואס זיי האבן געקאנט צופרידענשטעלן אלע פארבארגענסטע וואונשן פון דיריגענט.
מי שטרח בערב שבת, אז מען האט זיך גוט צוגעגרייט, האט דאס דאווענען געקלאפט ווי א שווייצע זייגער, און דער עולם האט באמת הנאה געהאט. שטעלט אייך פאר, איר שטייט ביי א חופה, און א גאר ארגאנאזירטע קווייער זינגט, ס'הייבט עפעס אויף דעם מענטשן, אט אזוי האט זיך געשפירט אין ביהמ"ד א יעדן שבת. דער חזן איז נישט צוגעגאנגן צום דאווענען מיט א 'הויך הילכער', מיט אן אלארעם, נאר פארקערט, מיטן 'קול דממה דקה', צוביסלעך האט ער, מיט זיין כאר, אריינגעדרינגן אין די מתפללים, אזוי, אז מ'האט פארגעסן אויף וועלכען עולם מ'איז. די אמאליגע מתפללים האט מען נישט 'פאאלן' זיי האבן גוט פארשטאנען צו א תנועה, צו ס'איז ריכטיג, אדער פאלטשע פיש, אט ליינט א באשרייבונג וועגען חזן 'ברוך שאר', (אייניקל פון תבואות שור, געווען חזן אין לעמבערג, פון די גאר גרויסע חזנים בדורו) אדער ווי מ'האט אים גערופן 'ברוך לעמבערגער':
ווען ברוך פלעגט דאווענען מיט זיין כאר פלעגט הערשן אין שול א אזא שטילקייט, קיינער האט ניט געוואלט דורכלאזן זיינע א תנועהלע, און מ'האט מורא געהאט אפילו צו אטעמען הויעך...
פריער שרייבט דער היסטאריקער:
ברוך שאר האט אין פארשיידענע ערטער אין זיינע קאמפאזיציעס ארויסגעוויזן אויפן דערמאנטן אויפן, זיינע גרויסע ידיעות אויך אויפן געביט פון דער קונסט פון אינסטורמענטאציע – מיר ווילן דא דערמאנען (נאך) א שטעלע – אין דעם "ממקומו הוא יפן ברחמים" פון זיין צווייטער קדושה (כתר), הויבט אן דער באס מיט א צגעמאכטע מויל, גאנץ טיף "ערב" וואס קלינגט אזוי ווי א וואלד-הארן, באלד קומען צוויי אינגלאך, אלטן, "ובוקר", וואס עס קלינגט אפ ווי א רוף צום אויפשטיין, ווייט ווי פון א וואלד (דעם טאן "ובוקר" האבן זיי געדארפט אנזעצן מיט א ניט גאנץ צוגעמאכטן מויל, צווישן די ציינער, און א ביסל אונטערן נאז). און די ווירקונג איז געווען אזוי ווי אינסטרומענטן וואלטן דעס אויסגעשפילט.
און אזוי קענען מיר ברענגן נאך ציטאטן, אבער ס'עט פארנעמען צופיל פאפיר, דער עיקר וואס מען קאן ארויסדרונגן פון די ווערטער, אז ס'גאנצע שול האט מיטגעלעבט, מיטן חזן און קווייער.
עטוואס שפעטער אין די תר"ס יארן, האט זיך אנגעהויבן פונאנדער-שפרייטן די רעקארדינגס, א שטייגער ווי די גראמאפאון פלאטן, דאן האבן די חזנים צוביסלעך אנגעהויבן אריינזאגן זייערע שטיקלעך אין די פלאטן. געוויסע שטיקלעך האבן זיי אריינגעזאגט אליין, און געוויסע, מיטן קווייער. רוב חזנים האבן געזונגן זייערע שטיקלעך אלץ א תוצאה פון דעם דאווענען, נאר אנשטאט עס צו זאגן ביים עמוד, האבן זיי עס אריינגעזאגט אין די גראמאפאון פלאטן, געווען אויך חזנים וואס אין די פלאטן האבן זייערע שטיקלעך געהאט מער א ניגון פלעיוואר, א סך חזנים זענען זייערע שטיקלעך געבלענדט חזנות מיט נגינה, א.א.וו.
אט דא איז א ציטאט פון חזן מרדכי ירדני, ווי ער לייגט אראפ וויזוי די אמאליגע אידישע בראנזוויל האט גדזשומעט מיט חזנות:
אט שטייען גרופעס אידן פאר א גרויסן מוזיק-געשעפט, וואו מ'פארקויפט גראמפאנען, פיאנאס, אלערליי פלאסטינקעס. אינעווייניק אויף דער וואנט פונעם שוי-פענסטער הענגט א גרויסער פארטרעט פון חזן יאסעלע ראזנבלאט, אויסגעפוצט אין זיין חזנ'ישן-טראכט.
אביסל ווייטער אוועק, נאך א מוזיק-געשעפט וואס פארקויפט די זעלביקע מוזיקאלישע מכשירים און אינווייניק אויף דער וואנט פונעם שוי-פענסטער הענגט א גרויסע פאטאגראפיע פון חזן זאנוויל קווארטין אויך אויסגעפוצט אין זיין חזנ'ישן-קלייד.
נאך ווייטער, ווידער, א מוזיק-געשעפט, וואו מ'זעט צוויי גרויסע פארטערטן פון די חזנים מרדכי הערשמאן און דוד רויטמאן אין זייערע חזני'שע בגדי מלכות.
אינעם לעצטן מוזק-געשעפט, וועלעכע איז נישט ווייט פונעם ראלאנד..., זעט מען אין שוי-פענסטער די פארטרעטן פון די סאמע באליבטסטע חזנים אין בראנזוויל – פ. פינטשיק און לייבעלע גלאנץ.
די גאס, פיטקין עוועניו, איז פול מיט אידישער נגינה, די לופט צעטראגט איבער אלע ארומיקע גאסן תפילה געזאנגען; פינטשיק'ס "רזא-דשבת" גייט נישט ארונטער פון גראמאפאן, טראגט זיך נישט זיין זיס קול פון איין מוזיק-געשעפט, דערהערט זיך באלד זיין געשמאקער קול פון א צווייטן מוזיק-געשעפט. אזוי אויך מיט לייבעלע גלאנצ'ס בארימטן "שמע ישראל" פון דער צווייטער "קדושה" (כתר), מיט הערשמאן'ס "ברוך ד' ביום", וואס צעגייט זיך אין אלע אברים. אט זינגט יאסעלע ראזנבלאט זיין "רחם נא" פון בענטשן. און קווארטין לאזט זיך הערן מיט זיין ברימטן "אבינו מלכנו". הכלל, ס'איז לעבעדיק אויף פיטקין עוועניו ! אידן כאפן זיך אריין דער אין דעם מוזיק-געשעפט, יענער אין יענעם מוזיק-געשעפט, און מ'האנדלט איין פארשידענע פלאסטינקעס.
ביז אהער האבן מיר געשריבן אפס קצהו, דעם גרויסן באדייט וואס א חזן האט געהאט ביי אידן. איידער מיר גייען צום נעקסטן נקודה, איז כדי צו געבן באמערקן, אז אין פארשידענע שטעט ווי חסידים האבן געוואוינט האט דער חזן געדאווענט אין דער שטאטישער שול, אבער אפי' אין דער חסידישע שטיבל ווי דער היימישער עולם האט געדאווענט – האב איך געהערט פון מיין זיידן לאוי"ט – איז געווען אן אפטער ערשיינונג, אז אינמיטן דער וואך, נאך מעריב, האט זיך א צעוואנדערטע חזן, אראפגעשטעלט אינמיטן שול אויפן בימה, און דערלאנגט א שטיקעלע, און דערנאך זיך איבערגעדרייט ס'היטל אדער דאשיק, ווי דער עולם האט אריינגעווארפן עטליכע לעי, אדער קראנען (שטעלט אייך פאר, איינער זאל דאס היינט טוהן, מ'העט אים ווען ארויסגעטראגן, אויב נישט גערופען קאוד 1... ).
***
חילוקים פון פארשידענע חזנים.
ווען מ'רעדט פון זיך באקענען מיט חזנות, קומט גראד אויפן געדאנק די דריי מערסטע פאפולערע חזנים, פון יענע תקופה, צום אלעם ערשט דער מלך החזנים, חזן יאסעלע ראזענבלאט, און דערנאך, זיינוויל קווארטין מיט מרדכי הערשמאן.
מיר ווילן אנהויבן מיט חזן זיינוויל קווארטין, ווייל, פון די דריי, האט ער די ערשטע אנגעהויבן אריינזאגן חזנות אין די גראמאפאון פלאטן. חזן זיינוול קווארטין, האט געהאט פון די רייכסטע, אבער אויך איידעלסטע שטימעס פון חזנים בימיו. קווארטין איז געוועזן זייער שטארק ביים עמוד, און דאס האט ער בעיקר אריינגעזאגט אין זיינע רעקארדינגס, דאס הייסט אז רובם ככולם פון זיינע שטיקלעך זענען געבויט אויף אימפראוואזאציעס פון זיינע נסחאות, ער רעדט צו אלע שיכטן און קרייזן, סיי די חסידישע, און סיי די פארפרעמדעטע, וואס האבן אלץ געבענקט נאך א היימישן טשולענט, און א שטיקעלע ישתבח.
יאסעלע ראזענבלאט, איז געווען, און וועט פארבלייבן דער מלך החזנים, ווייל ער איז געווען – ווי דער היסטאריקער ר' בערל שווארץ באטיטולט אים – א כרכא דכולה ביה, ער איז געווען א מושלם אין אלע אספעקטן וואס א חזן באדארף פארמאגן, אנגעהויבן פון זיין שיין הימליש שטומע, מתוק וערב, הארציג, קאלירפול, יעדעס שטיקל האט אן אנדער מאטיוו, צוגעפאסט צו די פירוש המילות. נאך בימיו איז יאסעלע געוועזן א חידוש, מיט דעם וואס בשעתו האבן אלע אנדערע חזנים, רעקארדערט מער ווייניגער זייערע נסחאות, יאסעלע איז אבער אויפגעקומען מיט דעם באגריף, פון 'חזנות געבויט אויף נגינה'.
מרדכי הערשמאן: האט געהאט א קלענערע שטימע ווי די צוויי, אבער אויך טיף מעכטיג און שיין, ווי אן אויסגעשלייפטע דיימאנט. און אזוי ווי זיין שטימע, אזוי זיינע שטיקלעך, דהיינו, מרדכי הערשמאן האט געהאט די מעלה פון די צוויי פריער דערמאנטע, דהיינו, ער האט זייער שיין משלב געווען נגינה מיט חזנות. די פירוש המילות איז ביי אים ממש ווי געגאסן. מרדכי הערשמאן זינגט ווי א שיינע פידעלע, אזוי, אז אויב איינער גלייכט נישט קיין מאסיווע שטימע, וועט זיכער הנאה האבן פון אים.
ביז אהער האבן מיר גערעדט פון די דריי חזנים, וואס זענען די מערסטע פאפולער, און זענען די גרינגסטע צו פארשטיין פאר פשוטי עם.
מיר וועלן דא אויסרעכענען נאך חזנים, וואס אויב מ'איז שוין גוט באהאוונ'ט אין די פריערדיגע חזנים, קאן אנהויבן זיי צו הערן.
גרשון סיראטא: א לייבן שטימע, הגם נישט אלע זיינע מאטיוון פארשטייט מען היינט, (מאטיוון הייסט: וואס דער ניגון וויל ארויסברענגן, ווי ס'טראגט דיר, לאן אתה הולך...) דאך קען מען טרעפן שיינע קלאסישע ניגונים, וואס מיט זיין לייבן שטימע, דערפרישט ער די ביינער און מאכט אקסייטעד דעם צוהערער, א שטייגער ווי זיין 'כי כל פה לך יודה', 'צדיק כתמר' 'שמעה ותשמח ציון' ועוד.
בערעלע חגי: צו אים דארף מען זיך גוט צוהערן, אויבן אויף דאכט זיך ווי ער זאגט פשוטע נוסח, אבער אז מען הערט גרינטליך וואס ער זאגט, קען מען פארזיסט ווערן פון זיינע זיסע תנועה'לך.
אגב, חגי איז געווען א שטיק צייט חזן אין נוארק ניו גוירזי. נאך דריי יאר, האט אים דער שמש געוואלט קאנווינסן אז ער זאל בלייבן חזן, האט ער אים געזאגט: דאכט זיך מיר חזן, אז דיין דאווענען היינט צו-טאגס, איז שענער פון ווען דו האסט אנגעהויבן! מיינענדיג צו זאגן, אז א דאנק זיין דאווענן דא, איז ער געווארן מיר אויסגעשלייפט, אויף דעם האט אים חגי געענטפערט: ניין ראש הקהל לעבן, נישט מיין דאווענען איז געווארן בעסער, נאר דיינע אויערן האבן – נאך דריי יאר מיך הערן – אנגעהויבן קומען צום טעם...
דוד רויטמאן: ער איז געווען קודם חזן אין ווילנא, סט. פעטערבורג, און דערנאך אין נ.י., רויטמאן פלעגט האבן געפאקטע שולן, ווייל ער איז געווען א געוואלדיגע דאווענער, זיין שטיקלעך באשטייט פון אויסטערלישע שיינע 'נוסח-קאמפאזיציעס', וואס ער זונגט מיט א ברען, א שטייגער ווי זיין 'אתה הבדלת' פון נעילה.
דוד שטיינבערג: פון די געציילטע חזנים דאהי, מיט א בארד. זיינע חזנות שטיקלעך זענען ממש הימליש, ער ברענגט אריין דעם מענטשן אין דעם היכל הנגינה, מיט אזא מין טיפקייט און בענקשאפט, ווער רעדט נאך ווען ער צושרייט זיך ביי וקרב פזירנו 'מבין' הגוים, מ'קען שפירן אז די אידן האבן אינזין געהאט די פירוש המילות מיטן גאנצן טיף. דער גרויסער שפעטעריגע קונצלער, חזן דוד קוסעוויצקי, בויט א סך אויף זיינע שטיקלעך.
חזן ישראל שאר: אויך מיטן פילן בארד, און אויך א חידוש פון שיינע קאמפאזיציעס. חזן ישראל שאר, האט א ארויס דעם גאנצן היקף פונעם יעדן נומער וואס ער זונגט. ווען ער זונגט זיין 'אב הרחמן', לאזט ער נישט איבער קיין איין שטיינדל אומבארירט, ער גיבט דעם געזאנג/געבעט מעסעדזש פון אלע אספעקטן, דאס זעלבע קאן געזאגט ווערן אויף אלע זיינע קאמפעזיציעס.
אזוי זענען געווען נאך חזנים אין יענע תקופה, דערנאך קומען די עטוואס יונגערע חזנים, פון יענע תקופה, וואס מ'קען מאריך זיין אין יעדן פון זיי, אבער מיר וואלטן רעקאמענדירט פאר אנהויבער, אנצוהויבן מיט די ערשטע דריי וואס מיר האבן דערמאנט, און דערנאך זיך צוהערן צו די אנדערע, מיטן אויסנאם פון פינטשיק'ס רזא דשבת, וואס איז מלא היימישע נוסח, התלהבות, און הרגש.
***
א שטיקל הדרכה פאר א אנהויבער.
אזוי ווי מיר האבן פריער געשריבן, איז כדאי אנצוהויבן מיט איינע פון די דריי חזנים, דאס הייסט, קודם הערט אלע דריי, און זעעט ווער ס'כאפט אייך ס'מערסטע, וועמענ'ס שטימע אדער גאנג איז אייך ס'מערסטע איינגענעם, איינמאל איר האט שוין אייער פעיווארד חזן, זאלט איר אויסקלייבן נאר איין קאסעטע פאר א וויילע, הערט דאס איינמאל, און אויב ציהט דאס נאכנישט אזוי, הערט מען עס מארגן נאכאמאל, אדער א פאר טאג שפעטער, ווילאנג איר וועט שוין אביסל שפירן דעם טעם פון די פאר שטיקלעך, דערנאך, קען מען שפאנען ווייטער, צו נאך שטיקלעך, און אווענטועל צו נאך חזנים.
אין איין ווארט: צוביסלעך.
ו ואסערע שטיקלעך:אין יעדן קאסעטע פון די דריי דערמאנטע חזנים, וועט איר טרעפן די וועלעכע זענען אייך מער ציענד, סך מאל איז דאס ווייל ס'איז קערצערע שטיקלעך, סך מאל ווייל ס'איז לענגער, סך מאל איז דאס ווייל ס'איז געזונגן אויף 'מיינאר', און סך מאל ווייל ס'איז געזונגט אויף 'מעידזשאר', סך מאל איז דאס ווייל ס'איז מיט א קווייער, א.א.וו., קוקט וואסערע סארט שטיקלעך ס'ציהט אייך, און פרעגט אייך נאך, וואסערע שטיקלעך נאך, פון דעם חזן גייט אויף דעם ספעציפישן גאנג.
די חזנים פון נאכן קריג:
נאכן קריג האבן אויפגעשיינט (אייגענטליך "פארבליבן") גאר גרויסע חזנים, און אזוי ווי די מאמר לויטעט, ריבוי עם ריבוי דעות, אזוי אויך זענען די שפעטערע חזנים – נאכן הערן אזויפיל פון זייערע פארגייערס – אויפגעקומען מיט מער מאסיווע שטיקלעך, מיט טיפערע טענער, און מיט מער קאמפליצירטע תנועות. אזוי אויך איז חזנות געווארן 'געשיפט', פון א סאלידערן גאנג, צו מער א באמבאסטישן, פון תפלה און השתפכות, צו מער א פערפורמענס. אבער מאכט נישט קיין טעות, 'די' חזנים האבן אויך געזונגען בעל תפיליש, זייערע געזאנגט זענען אויך געווען איין שטיק תפלה, משה קוסעוויצקי'ס עננו, יושע ווידערס מודים, איז נישט קיין תפלה?, אפי' דוד קוסעוויצקי'ס השם מלך, איז אדורך געפלאכטן מיט תפלה, חזן משה קוסעוויטצקי איז געווען דער וואס האט געזאגט, 'אז א גוטע בעל תפלה, קען צומאל דערלאנגן א גוטן חזנות שטיקל, אבער א חזן וואס זונגט נאר שטיקלעך, איז נישט נאר קיין בעל תפלה, נאר א חזן אויך נישט...".
מיר שרייבן דאס, אז דער וואס האט ליב חזנות, זאל געדענקן אז אפי' מ'איז צוגעוואוינט צו הערן די שפעטערע חזנים, און מ'ווערט צומאל נתפעל פון די הויכע טענער, זאל מען געדענקן, אז די א.ב. פון חזנות ליגט ביי פריערדיגע, ביי זייערע פארגייערס, טאקע מיט די פרימיטיווקייט אבער אויך מיט אויטענטישקייט, די אלע נייע טענער זענען נאר אזוי ווי נייע שטאקן, צום בנין מיט א פעסטן יסוד.
לעבן זאל חזנות.