כשרן פסחהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:58 pm
יעקב פריינדהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:47 pm
כשרן פסחהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:11 pm
יעקב פריינדהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:42 pm
און דאס איז נישט נאר אין בלומינגבורג דאס איז איבעראל.
גערעכט שייך איבעראל! אבער מעותיו על קרן הצבי איז לכאורה נישט אמת, יעדע שטיקעל ריעל עסטעיט אין יעדע אידישע געגענט אדער גלילות גייט נאר ארויף, אין שיעור למעלה, אין בלומינגבורג אין פאקט איז יעדע אינטש קרקע גאר אסאך ארויף , און געבן דעפאזיטס פאר דירות צו געבויעט ווערן אין מען דארף ווארטען יארן....איז אויך יענע מעשות.. איך מיין נישט דייקא בלומינגבערג, אבער אפילו דעפאזיטס למעשה גייט אויך די וועליו ארויף, אבער מענטשן רעכענען זיך אמאל צו מופן וכדומה און דארפן א א גרעסערע דירה וכדומה, און גארנישט ... קענסט גיין בארן קלאפן, דאס איז א מציאות אין כמעט אלע היימישע געגענטער
ווי אזוי גייט ארויף מיין וועליו פון א דעפאזיט פון 5 יאר צוריק און נאכדעים בעט מען צו געלט פאר די דירה? (כ'מיין נישט קיינעם אבער כ'וויל פארשטיין).
כ'קען דאך ווען האלטן די געלט אין באנק און מאכן אינטרעסט אויף עס....
קודם כל די מציאות איז אז עס גייט ארויף ,וועגן 5 יאר צוריק האט געקאסט בערך א דירה אין די אלטע דעוועלעפמענט בערך 300 טויזענט , און היי יאר האט זיך פארקויפט א דירה פאר 550 טויזענט, די זעלבע איז מיט א קאנטראקט, אין שכונת ויואל משה אין קרית יואל האבן מענטשן געפליפט קאנטראקטס פאר 250 אלפים מער,
צווייטענס ..אויב אזוי ווי קענען מענטשן טאקע אראפלייגן דעפאזיטס פאר דירות אין בלומינגבורג אדער ערגעץ אנדערש? סא לשיטתך זאגסטו אז א מענטש זאל בכלל נישט קויפן קיין דירות ווילאנג סאיז רעדי צו אריינמופן און קלאוזען ? איז דאס וואס די פרובירסט צו זאגן? גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע , הלוואי מען קען דאס טין אין יעדע אידישע געגענט
יעקב פריינדהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:03 pm

כשרן פסחהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:04 pm

יעקב פריינדהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:40 pm

צוויי שפאגל נייע אמבולאנסן ווערן אין די טעג סטאנצאנירט אין קרית יטב לב פאר די באניץ פון חברה הצלה ד’קעטסקילס מיט קענטיגע באגריסונג איז אויפגענומען געווארן די נייעס, אז עס איז באנייעט געווארן צוויי שפאגל נייע אמבולאנסן אין קרית יטב לב פאר די באניץ פון חברה הצלה ד'קעטסיקלס, וואס וועט בעז"ה זיין אין דינסט האפענטליך נאר פאר שמחות. די גרענט פאר די נייע אמבולאנסן איז ערמעגליכט געווארן דורך די 'עסעמבלי-פרוי גונטער' וועלכע איז שטענדיג איבערגעגעבן ארויסצוהעלפן די וואוקס פונעם שטאט און איז צושטאנד געקומען א דאנק די איבערמידליכע השתדלות דורך די עסקנים פון די "יחד" ארגאניזאציע מיט וועם זי און איר שטאב האבן א נאנטן קשר. דעם דינסטאג איז פארגעקומען א הערליכע אווענט צו באגריסן 'עסעמבלי פרוי גונטער' אהערגעשטעלט דורך די הנהלת חברה הצלה ד’קעטסקילס וועלכע געבן זיך איבער במסירה נאמנה בלב ובנפש יומם ולילה פאר די קעטסקילס איינוואוינער און שטייען כסדר צו הילף פאר די גאנצע קעטסקילס בכלל און פאר קרית יטב לב בפרט. על הברואים שלא יחלו!
קריטישע אסיפת חינוך איז פארגעקומען פאר הורי המוסדות אין קרית יטב לב דעם פארלאפענעם ה' פרשת במדבר ערב ראש חודש סיון, ווי אלע חשובע עלטערן זענען זיך צונויפגעקומען אין די 'עטרת פעסיל לאה' זאלן לשמוע את דבר ה' למען עתיד החינוך על בנינו ועל דורותינו א מחזה הוד איז געווען דעם פארלאפענעם דאנערשטאג פרשת במדבר ערב ראש חודש סיון העעל"ט ווען עס איז פארגעקומען דער קריטיש וויכטיגע אסיפת חינוך פארופן דורך די הנהלה רוחניות דמוסדותינו הקדושים אין קרית יטב לב, וואו אלע עלטערן פון מוסדותינו הק' האבן זיך פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד צו הערן הדרכות והנהגות וויאזוי זיך אומגיין מיט אונזערע קינדער מיט די ריכטיגע שטאפלען בעניני חינוך בנים ובנות. עס איז נישט קיין סוד אז מיר לעבן היינט אין גאר א שטורמישער זמן ווען עס קומט צו דער ענין פון חינוך הבנים והבנות, ווען עס איז נאכנישט געווען אזא זמן וואס עס איז געווען אזויפיל נסיונות אויף די דרויסענדיגער גאס, און מען מוז האבן א ריכטיגע שמירה מעולה און די ריכטיגע צוגאנג צו עניני חינוך מיט א שמחת החיים ושמחה דקדושה בסייעתא דשמיא. אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' שמואל מאיר דאסקאל שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הקדושים, ווי ער האט איינגעלייטעט דעם מעמד מיט פאסיגע דיבורים ארויסברעגענדיג די קריטיש וויכטיגן חובת השעה פאר יעדעם פון די עלטערן צו הערן אלע דרשות וואס עס וועלן געהערט ווערן אינעם היינט נאכטיגן אווענט, צו וויסן וואס אונזער אויפגאבע איז אלס עלטערן פון קינדער. דערנאך האט מען אויסגערופן הרה"ג ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א דומ"ץ וראה"כ בקרב קהלתינו הקדושה אין בארא פארק, וועלכע מיט זיין תורה'דיגע בליק און פלאמפייערדיגע דיבורים האט ער ארויסגעברענגט מיט גאר וויכטיגע יסודות האיתנים וואס איז נוגע פאר אלע עלטערן צוגליייך. איידערן זמן ר"ת בעודו של יום המסוגל ערב ראש חודש סיון, האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע דיבורים בשליחות הקודש פון כ"ק רבינו שליט"א בנו הגה"צ ר' אהרן שליט"א, ווען נאכן מעורר זיין די וויכטיגע פונקטן מה חובת האב על בנו, האט הגה"צ שליט"א פארגעזאגט מיט גרויס התעוררות דעם "תפלת השל"ה" וואס איז מסוגל צו זאגן אין דעם טאג פון ער"ח סיון, ווי אינאיינעם האט מען מתפלל געווען על עתיד חינוך הבנים והבנות על בנינו ועל דורותינו נאמנים לה' ולתורתו הקדושה. נאכן זאגן דעם תפלת השל"ה האט מען געהערט די גאר שטארק דיבורים פון הרה"ג ר' יעקב מאסקאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד תורת חמ"ד נייטרא אין וויליאמסבורג, וואס מיט זיין לשון לימודים האט ער גאר הערליך ארויסגעברענגט דער וויכטיגקייט און אחריות וואס ליגט צו א טאטע אויף זיינע קינדער מיט די ריכטיגע דרכי החינוך עפ"י דרך התורה והמסורה. צום שלוס האט מען געהערט קורצע דיבורים דברי נעילה פונעם מנהל הרה"ג ר' אליעזר יצחק גרינפעלד שליט"א, וועלכע האט אויסגעפירט מיט א קורצע סך הכל מאכענדיג א כלי לקבל פון די אלע געוואלדיגע דיבורים וואס מען האט געהערט אין דעם וויכטיגן אסיפה. אלע חשוב'ע עלטערן זענען זיך צוגאנגען מיט הויפנע'ס חיזוק און ידיעות לידע את המעשה אשר יעשון ואת הדרך אשר ילכו בה מיט די ריכטיגע כלים להצלחה וויזאוי זיך אומצוגיין מיט אונזערע קינדער מיט די ריכטיגע דרכי החינוך המסורה לנו, חנוך לנער על פי דרכו. דער אייבערשטער זאל אוודאי העלפן אז מען זאל זוכה זיין מגדל צו זיין ערליכע לעכטיגע אידישע דורות על דרך ישראל סבא נאמנים לה' ולתורתו הקדושה, כל כנסיה לשם שמים סופה להתקיים, מען זאל זיך קענען האלטן צו די פעלזן פעסטע יסודות האיתנים כיתד בל תמוט ע"ד שקבלנו מרביה"ק זי"ע ונשכת בגאון ובעוז ע"י כ"ק רבינו שליט"א, ביז מיר וועלן זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקינו ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן. עשה למען תינוקות של בית רבן!
ברוך ה' אז זייט די פאריגע בולעטין איז ערשינען האט מען זיך פאראויס גערוקט אויף עטליכע פראנטן מיט באדייטענדע פארשריט, לאמיר דא דורכגיין יעדע זאך באזונדער:
גרעידינג *אין די טעג האט מען אנגעהויבן די גרעידינג ארבעט פון ארייברענגען שווערע טויזענטער טאנען פון זאמד צום סייט, ווי עס האבן קורסירט אהין און צוריק הונדערטער טראק-לאודס אנגעפולט מיט זאמד, וואס האבן געברענגט פילע טאָנען מיט ערד וואס מהאט געדארפט אריינגיסן אויסצוגראדן די שטח, ווי אויך האט זיך אנגעזעהן די ספעציעלע דאוזער מאשינערי וואס האבן ארומגעשטופט און אראפגעדרוקט די זאמד (קאמפעקטן) עס זאל קענען פארנעמען אויף זיך די פרישע געביידעס.
רעגנוואסער ליניעס און דרעינס *היות עס פארלאנגט זיך מטעם די עלעקטריק פירמע צו מאכן קודם די CURBS דאס איז די עק פון די גאסן, און נאר דאן קומען זיי אראפ אריינציען די עלעקטריציטעט ליניעס. מוז מען בעפאר דעם ציען די רעגנוואסער דרעינינג, דאס איז די אונטערערדישע סיסטעם וואס פירט די רעגנוואסער עס זאל זיך נישט איבערגיסן, נאר ווערן פארשפרייט איינג ביז עס ווערט איינגעזאפט און די ערד אדער ארויסגעפירט פונעם דעוועלאפמענט. עס זענען אנגעקומען די ספעציעלע פייפס צו קענען פארענדיגן די געפאדערטע ארבעט צו מאכן די דרעינס, און מ'האלט אינמיטן די מלאכה דאס צו אינסטאלירן.
וואסער און סוער *די וואסער ליניעס האט מען שוין געענדיגט אריינציען פאר די ערשטע גאסן, און די סוער האט מען אויך געצויגן נאך א ריזיגע שטח און כמעט גענצליך פארענדיגט די REROUTING. *עס איז שוין אנגעקומען די שיפמענט מיט טייערע פייפס און קעסטלעך וואס מ'גייט נוצן ביי די קארנערס, דאס זענען די ספעציעלע צעמענטענע קעסטלעך CATCH BASINS ביי יעדע עק גאס וואס דאס קאנעקט די פייפס וואס קומען זיך צוזאם, און פון דארט ווערט ווייטער דורכגעצויגן די רעגולארע וואסער פייפס.
איינע פון די פאקטן וואס מ'דארף פארזיכערן איידער'ן בויען איז אויב די ערד איז גענוג שטארק צו קענען האלט אויף זיך די געביידעס וואס מ'וויל ארויפשטעלן, דאס מיינט סיי די עצם סארט ערד צי ס'איז גענוג שטאנדהאפטיג, ווי אויך ווי טיף איז די וואסער-לעוועל אונטער די ערד, אז במשך די יארן זאל נישט ווערן קיין שפאלטענעס אינעם פונדאמענט צוליב די וואסער וואס מאכט פייכט די ערד אונטער'ן בנין.
די 'בערקאו גרופ' האט שוין געהאט א פריערדיגע שטודיע וואס האט קלארגעשטעלט אז די ערד איז גענוג גוט דערפאר, און לויט אונזער שאצונג האט נישט אויסגעפעלט א פרישע שטודיע דערויף, אבער זיי זאבן פארלאנגט דורכצופירן א ברייטערע טעסטינג. האבן מיר אראפגערופן א ספעציעלע קאמפאני וואס האט פארברענגט אויפן שטח פאר דריי וואכן, די מומחים האבן געדרילט לעכער אין די ערד יעדע פאר פוס, סיי צו זעהן די וואסער טיפקייט און צו נעמען ערד סעמפלס.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט דערפון א געוואלדיגע מעלה, ווייל אויסער וואס זיי האבן זיך איבערצייגט אז די ערד איז פעלזן פעסט צו קענען האלטן סיי וועלכע שווערע געביידע נאך שטערקער ווי אונזער שאצונג איז געווען, האבן זיי געטראפן אז די וואסער לעוועל הייבט זיך ערשט אן ביי 16 פיס אראפ, בשעת אונז האבן געמיינט אז ס'איז בלויז 5 פיס טיף.
יעצט דארף מען ציווארטן ביז זיי וועלן שענקן דעם ענדגילטיגן פערמיט צו קענען טאקע אנהויבן, וואס דאס מיינט אז תיכף ומיד וועט מען זיך אריינווארפן אין די עבודה פון גיסן די פונדאמענטן און בויען די הייזער בעז"ה.
א בליק פאראויס וואס צו ערווארטן אין די קומענדיגע וואכן
פאלגנד וועלן מיר דורכגיין די פלענער וואס זענען יעצט עומד על הפרק פאר די קמענדיגע שטיק צייט, וואס טייל פון זיי האלט שוין אינמיטן די ארבעט שוואונג:
O&R עלעקטריק קאמפאני אזוי ווי די עלעקטריק קאמפאני קומט נישט בעפאר מ'האט CURBS ווי אויבנדערמאנט, וואס אצינד ארבעט מען צו פארענדיגן די רעגנוואסער ליניעס, און ווי נאר דאס איז פארטיג וועט מען לייגן די CURBS, וואס מיינט אז באלד דערנאך וועט מען קענען פאראויסשטיפן די עלעקטריק פאר די גאנצע דעוועלאפמענט. *האפענטליך וועט מען ביים ענדע זוממער קענען זעהן פעיווינ"ג פאר די ערשטע פאר גאסן אויפן סייט.
אנהויבן בויען די הייזער *אויב אלעס גייט ווי געפלאנט און די פערמיטן קומען אן צייטליך, וועט מען ביז געציילטע וואכן אי"ה אנהויבן די ארבעט אויף די ערשטע רייע פראכטפולע הייזער.
אלס אן הקדמה צום שמועס, דארף באטאנט ווערן אז אינערהאלב די 'בערקאו גרופ' איז פארהאן איין איינציגע פריאריטעט, דאס איז אז דער קאסטומער זאל באקומען די בעסטע פראדוקט. בעפאר יעדע באשלוס וועט מען באטראכטן אויב דאס איז די בעסטע וועג דאס צו באווייזן, און לויט דעם וועט מען עס אריינשטעלן אינעם פלאן.
אצינד וועלן מיר אביסל אויסשמועסן די פארשידענע מאדעלן פון הייזער וואס מיר שטעלן אהער, צו פארשטיין די אורזאך וואס האט אונז באוואויגן צו בויען אויף דעם אופן, און כאפן א בליק אונטער די קוליסן איבער די גאנצע צוגאנג צו די דעזיין און לעיאוט.
לאמיר צוריקגיין מיט צוויי אהאלב יאר צוריק באלד נאכן איינהאנדלען די פראפערטי פאר די עמעראלד דעוועלאפמענט, דאן האט מען זיך צוזאמגעזעצט אויסצושטעלן א מהלך וויאזוי די הייזער זאלן ווערן געבויעט. מתחלה האט מען געוואלט גיין לויט די ביז-דעמאלטס'דיגע אויסשטעל כדי נישט צו דארפן פארברענגן איבריג צייט מיטן ווארטן אויף שטאטישע עפראוועלס, אבער די ווילעדזש האט צוגערעדט אז מ'זאל יא אויפקומען מיט א שענערע און בעסער נייע אויסשטעל.
די ערשטע צוויי מאדעלס וואס מ'האט באותו זמן ארויסגעשטעלט זענען געווען מאדעל B און C, וואס איינס איז א 3 פעמילי-הויז און איינס א 2 פעמילי-הויז. אבער מ'האט באלד דערויף איינגעזעהן אז כדי צו גיין פאראויס מוז מען קודם באקומען קראנטע DATA באזירט לויט די פידבעק פונעם ציבור, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף אייגענע השערות און שאצונגען צו וויסן וואס איז גוט פארן עולם.
ווען מ'קוקט זיך אביסל ארום סיי אין אפסטעיט און סיי אין די שטאט, זעהט מען אז רוב מענטשן ווילן ענדערש וואוינען אויף איין שטאק, וואס רופט זיך א FLAT, ווי אלע צימערן זענען אויפן זעלבן לעוועל. בלויז א קליינע צאל משפחות וואוינען אויף צוויי שטאק גערופן Up & Down. אפילו צווישן די וואס האבן יא אַן אויבערשטע אדער אונטערשטע שטאק, איז עס מייסטענס פאר זייטיגע באנוץ, למשל פאר א פלעי-רום, גאסט-רום, וכדומה.
צוליב דעם האבן אונז באשלאסן אז מ'מוז אביסל אפדעיטן די פלאן און מ'האט דאן צוגעלייגט די מאדעל D. גאר אסאך קאפ און מח האט מען משקיע געווען אז עס זאל זיין דאס באקוועמסטע פארן ציבור, מ'האט געמאכט א לענגליכע אויסשטעל אויפן שטייגער פון א געווענליכע דירה וואס די ציבור איז געוואוינט, נאר מיט א גרעסערע הרחבה, מיט די דיינונג רום און קאך פון פארנט, און די איבריגע פיר בעדרומס פון אונטן, ארומגענומען מיט לעכטיגע פענסטערס פון אלע זייטן.
די מאדעל באשטייט פון פיר פלעט דירות אויף די צווייטע און דריטע שטאקן, ווען פון אונטן איז דא צוויי דירות וואס זענען יא פון צוויי שטאק, אבער אינאמת'ן איז עס כמעט די זעלבע זאך ווי אויבן, נאר מיט אן אפגרעיד פון א גאסט-רום אויף די אונטערשטע שטאק, וואס מאכט עס אויך פאר א פיל גרעסערע הויז, זייענדיג בערך 3000 סקווער פיס.
אריינגאנג און לאבי
א באזונדערע מסכתא איז די אויסשטעל פונעם אריינגאנג, די לאבי און סטעירקעיסעס וואס פירט צו די הייזער פון די צווייטע און דריטע שטאק.
דארט האט מען ווידער באטראכט און אנאליזירט די פאקטישע DATA, און געזעהן אז אין אפסטעיט גייט בעסער א פריוואטע אריינגאנג ווי איידער א האלוועי וואס ווערט באנוצט דורך עטליכע משפחות אינאיינעם. משפחות גלייכן נישט די בשותפות'דיגע האלוועיס וואס ווערט שנעל אנגעלייגט מיט חפצים, און אויך ווערט עס כסדר שמוציג.
גלייכצייטיג זעהט מען אינטערעסאנטע זאך, אז אין ווילאמסבורג כאטש וואס ס'איז נישטא כמעט קיין פריוואטע אריינגענג, מיט דעם אלעם זענען באלבאטישע משפחות מסכים צו האבן די סארט פובליק האלוועיס, און גלייכן עס נאך צומאל בעסער ווי א פריוואטע אריינגאנג.
בעצם איז פארהאן אן אפציע צו בויען א דרויסענדע סטעירקעיס וועלכע זאל פירן דירעקט צו יעדנס הויז, אבער דאס איז נישט קיין פראקטישע אויסוואל, עס שטעלט זיך ארויס אין די אפסטעיט געגנטער וואס פארמאגן אזאנס, איז עס פראבלעמאטיש צוליב עטליכע סיבות, סיי עס איז זייער שווער ס'זאל אויסקומען שיין און מסודר, אבער נאכמער ווי דעם, טוט מען פשוט גארנישט אויף וויבאלד ס'גייט דורך די פענסטערס פון די שכנים און נעמט אוועק די פריוואטקייט. דאס איז אויסער די מציאות אז סייווי רוב מאל וועט זיך עס ענדיגן אויבן מיט צוויי טירן זייט ביי זייט פאר צוויי משפחות.
אויב אזוי האט מען באשלאסן אז ס'מוז זיין אז ס'דא א וועג צו מאכן א שיינע לאבי וואס זאל אבער זיין גענוג געשמאק מיט די מעלות פון א מער פריוואטערע אויסשטעל, דערפאר לאמיר נוצן די זעלבע געלט וואס עס קאסט צו מאכן שטיגן פונדרויסן, און אנשטאט דעם דאס אינוועסטירן צו מאכן אן אייגנארטיגע שיינע גרויסע אריינגאנג פאר אלע משפחות.