א גוט'ן מועד טייערע ידידים
אלץ איינער וואס איז בטבע א נייגעריגע און איך האב ליב צי זען מיט מיינע אייגענע אויגן יעדע זאך פון וואס מען רעדט, האב איך מיר גענומען די מי און אראפגעפארן נעכטען מאנטאג חול המועד גייען קוקן די פלאץ. (איך בין סייווי געווען אין אפסטעיט).
קודם איינער האט דא געזאגט אז מען גייט האבן א לאט פון די פראנט און די בעק און מען וועט קענען בויען דארט שפעטער ווען מען וועט ריזאונען, און דאס וועט זיין איינע פון די מעלות פון זיין די נחשונים, און ער האט געברענגט א ראי' פון קר"י סעקשאן 1, וויל איך זאגן אז עס איז א טעות און עס גייט זיין נאר טאון הייזער און עס וועט זיין א קאנדאמינוים און מען קען פארגעסן פון די בענעפיט, דאס איז וואס איך האב געוואלט אויסקלארן די פאקט.
לגבי בעצם די געדאנק פון מאכן א געגענט נאר פאר איין האלבע חסידות, איז לכאורה לענ"ד א גרויסע טעות, און עס איז נאר א רעסעפי פאר א דורכפאל.
פון איין זייט איז גוט אז סאטמאר מהרי"י נעמט עס און די רבי מאכט עס פאר זיין פראיעקט, אזוי וועט ער ארבעטען דערויף זייער פלייסיג, און ער וועט אפילו זיין גרייט צי דערלייגן שווערע געלטער אבי ער זאל נישט ארויסעגקומען פארשעמט מיט די גאנצע פלאן, אבער ער וואלט ווען געקענט גיין א דרך הממוצע, למשל ווען ער רופט עס נישט יעצט "יטב לב" וואלט ווען אזאלכע אידן וואס שיקן זייערע קינדער אין נייטרא, קראסנע, צעהלים, קראלי וכדו' געקענט אהין גיין, און אפילו סאטמאר-ק"י וואס זענען נישט אזאלכע פארברענטע וואלט'ן ווען געגאנגען אהין, (איך רעד שוין נישט פון דעם אז אויב מאכט ער עס פאר א איחוד הקהילות פראיעקט וואלט ער געקענט האבן בעלז, וויזניץ, קלויזענבורג, באבוב, פאפא וכדו').
מען דארף געדענקען אז די אלע אידן וואלטן ווען זיך געקענט געפונען דאס פלאץ אין קר"י, נאר אזוי ווי קר"י האט באקומען א סטעמפעל ודי וויל'ן רוב וויליאמסבורג'ע נאר גיין אויף א פלאץ ווי עס איז מער קאלירפול, יעצט ווער רעדט זיך איין אז די נייע געגענט יטב לב וועט זיין בעסער ווי קר"י אין די הינזיכט, אויב עפעס וועט עס נאר זיין ערגער.
איין וועג ווי אזוי איך קען זען אז עס זאל זיך אויסארבעטען, איז נאר אויב די פרייז וועט זיין סאך ביליגער ווי קר"י, למשל אין קר"י קאסט א אכט רומ'יגע דירה $400000 און דא וועט קאסט'ן $300000 און פאר די ערשטע פופציג וועט ער עס געבן פאר $250000 און ער וועט צוזאגן צוצישטעלן מוסדות און אלע באדערפענישן, און אפילו גן עדן פאר די ערשטע צען......
א איד האט מיר געזאגט דעם יו"ט אז אפילו די רבי זי"ע (בעל דברי יואל) האט געגעבן $2000 פאר די ערשטע תושבים.
אגב אזא דירה אין קר"י (מען בויעט נישט די סטייל טאון הייזער, אבער עס איז דא עטליכע אויף העיס קט.) און פערצופאל האלט איך מיט פון משפחה אז מען רעדט פון פארקויפן אזא הויז וויפיל מען קען פארלאנגען, און מער פון $400000 קען מען נישט בעט'ן, (מען רעדט טאקע פון אן אלטע, אבער איבערציפיקסן קאסט בע' $100000, קומט אויס אז אין ק"י די פריים געגענט, מיט א טענענט, קאסט עס אונטער א האלבע מיליאן, וועט איינער זיין גרייט צובאצאלן $370000 פאר א נייע געגענט?
הלוואי ארבעט זיך עס יא אויס
ונזכה ונחי' ונראה,
א גוטען מועד, מען דארף גיין מיט די קינדער חול המועד האלטן