Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק
כ'ווייס באמת נישט וואס אייער ציל איז דא.רואיגע אטמאספערע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 8:41 pmאויף למעשה , האט מען שוין געבויעט אין ווילעדזש אפ בלומינגבורג די לעצטע פאר יאר עטליכע דעוועלעפמענטס , גרויסע בנינים אין עטליכע גרויסע בנינים אין איין דעוועלעפמענט אין די ווילידזש, ווי מען האט אין פאקט ברוך השם שוין יא געבויעט מער ווי איין בנין אויף אמאל...צוויי גילדען האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 8:19 pmהרב רואיגער טייערער. כ'זעה נישט קיין גרויסע סתירה.
איינער זאגט אז מ'גייט קענען בויען אלע הייזער די טאון ווילעדזש וויל נאר קודם זעהן איין סעמפעל, ס'איז א פארשטענדליכע זאך אין א פלאץ ווי מ'האט נאך קיינמאל עפראווד אזא דעוועלעפמענט אין די געגענט און מ'וויל בויען מעסס פראדאקשען.
איר זאגט אז ס'איז נאר דא א פערמיט פאר איינס און נישט פאר אלע.
קיינער איז נישט מחולק אז ס'איז נאכנישט דא קיין ענדגילטיגע פערמיטן פאר אלע הייזער ווייל ווען יא בויעט מען עס שוין היינט.
אבער די זאונינג, די בילדינג דעפארטמענט האט שוין עפראווד די פלענער אבער נאכנישט געגעבן די פערמיטן ווייל זיי ווילן זעהן די עקזעמפעל הויז.
סיי די אלטע דעוועלעפמענט טשעסטנאט רידזש, מארקעט סטריט, שמילאוויטש פאריעקט פון 2 בנינים ועוד
בקיצור פון דיין מויל צו גאט'ס אויער ...
עס עס וואלט געווען כדאי אויב די קענסט ברענגן א ראיה ווי אין וועלכע מונצופעלעטי האסט שוין אזאנס געהערט...
באטטאם ליין ,
ווילאנג גייט נעמען צו באקומען פערמיטן צו גיין צום צווייטען בנין? אז יעצט שטייט שוין למעשה די ערשטע בנין?
ניין אזאנע גרויסע פיר שטאקיגע בנינים מעעס פראדאקשען איז נאכנישט געבויט געווארן אינעם ווילעדזש. פינטל. און איר ווייסט עס אויך.
צו איך האב שוין אמאל אזאנס געהערט? ניין. פשוט ווייל כ'האב נאכנישט מיטגעהאלטן ווי מ'זאל ערגעץ עפראוון צו בויען וואלקן קראצער'ס אין מעסס פראדאקשען.
אבער ס'איז א פארשטענדליכע פאדערונג בעפאר מ'הייבט אן אזא ריזן דעוועלעפמענט. ועל כולם איז עס פארשטענדליך מצד די בילדער אליין, ביפאר ער הייבט אן בויען אין מעסס זאל ער זעהן אלע פראבלעמען וואס קען זיך מאכן און וואס ער זאל טוישן.