פת הבאה בכיסנין בהלכה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

פת הבאה בכיסנין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

סימער לעצטנס נולד געווארן אן אינטערעסאנטער שאלה, למעשה איז'ס מן הסתם אינטערעסאנט מער ווי שאלה.

בנוגע לברכה על מצה קיימת מבוכה אם לברך עליו ברכת המוציא, מדין כעבים יבשים (קסח) והדברים עתיקים. למעשה נהוג (כמדומני) לברך עליו המוציא גם באמצע השנה. אך אולי כ"ז רק כשקובע עליו סעודה ואז אינו ככוסס, אבל כאשר רק מצרפים המצה ללחם משנה ואין אוכלים מזה, אולי חזר דינו להיות כפת הבאה בכיסנין שאין ראוי לצרפו ללחם משנה.

ס'קען גיין פאר א יש להקשות בדוחק?
לעצט פארראכטן דורך היפאקריט אום דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היפאקריט האט געשריבן: בנוגע לברכה על מצה קיימת מבוכה אם לברך עליו ברכת המוציא, מדין כעבים יבשים (קסח) והדברים עתיקים. למעשה נהוג (כמדומני) לברך עליו המוציא גם באמצע השנה. אך אולי כ"ז רק כשקובע עליו סעודה ואז אינו ככוסס, אבל כאשר רק מצרפים המצה ללחם משנה ואין אוכלים מזה, אולי חזר דינו להיות כפת הבאה בכיסנין שאין ראוי לצרפו ללחם משנה.

ס'קען גיין פאר א יש להקשות בדוחק?

אויב מען איז נישט קובע סעודה אויף מצה, וואלט מען געדארפט לכאורה מאכען א בב"מ ווייל דער מחבר פסק'נט (קסח) הלכה כדברי כולם און דער רמ"א איז נישט מחולק מיט דעם.
למעשה ביי אינז בני אשכנז פירט מען זיך מאכען א המוציא אויף מצה ווייל למעשה איז מען קובע סעודה דערויף און מיר פירען זיך נישט צו עסען מצה בתורת סנעק.

לכאורה קען מען פושט זיין דיין שאלה אז די ביסט גערעכט מיט נישט ניצען מצה פאר לחם משנה פון א מחצית השקל
זה לשון המחצית השקל סימן רע"ד און מיטען ס"ק א'
וכ' עוד בספר תוספות שבת דמ"ש הט"ז לעיל סי' קס"ז דאין ליקח פת הבב"כ ללחם משנה מיירי שי"ל לחם א' שלם הנילוש במים
ולחם השני הוא פת הבב"כ ומצרפו עם לחם ראשון כדי שיהיה לו לחם משנה ובסעודתו ודאי יאכל מן הלחם שנילש במים
וכה"ג הא לא קבע סעודתו על פת הבב"כ, אז אין עליו תורת פת דהא מברך עליו במ"מ, לכן כתב הט"ז דאין ליקח פת הבאה בכיסנין


אויב מען עסט מצה און די לחם משנה איז אויך מצה וועט יא גוט זיין ווייל וויבאלד איך בין קובע מיין סעודה אויף מצה קען איך נישט זאגען אז איין מצה איז המוציא און איין מצה איז פת הבב"כ.
אבער אויב מען נעמט א מצה פאר לחם משנה צולייגען צו א חלה וועט לכאורה נישט טויגען.
איך קלער אפשר אן עצה וואלט געווען אז אויב מען האט א חלה מיט א מצה זאל מען בוצע זיין דווקא אויף די מצה כדי עס זאל זיין קובע סעודתו דערויף ממילא וועט עס פאדערען א ברכת המוציא.
the SCY is the limit
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק אייך ר' שמחה פארן דאס שרייבן, איך האב אויך אנגעהויבן קלערן אויף דעם אופן, אבער נאכנישט אנגעקומען עס צו ענדיגן דורכטראכטן, וועל איך שרייבן וואס ליגט מיר אין קאפ אויפן מינוט.

באמת איז דאס א ב"ח ווערט צוגעצייכנט אין פרמ"ג סי' קס"ח (מ"ז סק"ז) אז די ב"ח האט מחמיר געווען נישט צו לייגן מעט שומן בלחם משנה צוליב די דעת המחבר, זעט מען דערפון אז מען קען עס נישט ניצן פאר לחם משנה.

למעשה איז דער ענין נישט אזוי פשוט, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=79 אין בדי השלחן (סק"ה) מילתא בטעמא פארוואס מען זאל יא קענען.

אבער לענ"ד איז דאס אלעס נאר אויב איך בין מסופק וואס די ברכה איז, דארף איך צוקומען דן זיין צו מען קען מצרף זיין פת כסנין פאר לחם משנה, אבער די רגע איך פסק'ן אויס אז איך מאך המוציא דערויף אויך א גאנץ יאר, איז דאס פת גמור לכל דבר, ויש לי קצת ראי' לזה ממה שכתב בשבט הלוי (ח"א סי' ר"ה אצל סי' קס"ח ס"ח), ער שרייבט דארט לגבי בכלל מצות וועלכע ברכה צו מאכן דערויף, ברענגט ער די מהרש"ם אז פסח וויבאלד ס'איז לחמה של פסח מאכט מען דאן דערויף המוציא, זאגט די שבט הלוי קומט אויס לויט דעם א גאנץ יאר זאל מען נישט מאכן המוציא, און נישט מצרף זיין צו לחם משנה, זע איך דערפון אז אויב נעם איך יא אן אז ס'איז א גאנץ יאר המוציא קען מען עס יא מצרף זיין פאר לחם משנה, די פראבלעם הייבט זיך אן אויב בין מאך דערויף א גאנץ יאר מזונות [ואגב זע איך פון די שבט הלוי אזוי ווי די ב"ח פרמ"ג מחצה"ש, אז ער נעמט אן מיט א פשטות אז פת כסנין קען מען נישט מצרף זיין נישט ווי די בדי השלחן וויל זאגן, אבער אין שש"כ נעמט ער אן דעם בדי השלחן].

כ"ז כתבתי מה שיש בדעתי יעצט אויפן מינוט, אבער מען דארף נאך טראכטן מער דערוועגן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דער לאנדאן בית דין זאגט טאקע אז אויף טי-מצות אדער מצה-קרעקערס וואס מען עסט אלץ סנאק מאכט מען מזונות
אבער די נארמאלע סייז מצות דארף מען לכאורה מאכען א המוציא ווי דאס איז אזוי ווי הרב למעלה במה שכתב למעלה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ר' יודל ז"ל פלעגט הייסן די ארבייטער אין מצה בעקעריי מאכן א מזונות, ולא הודו לו חכמיים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מסתמא ווייל אלץ לא תחסום איז נאר ערלויבט א סנאק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ער האט געהאלטן אז מען מאכט א מזונות אגאנץ יאר, נאר פסח א המוציא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

scy4851 האט געשריבן: ...........איך קלער אפשר אן עצה וואלט געווען אז אויב מען האט א חלה מיט א מצה זאל מען בוצע זיין דווקא אויף די מצה כדי עס זאל זיין קובע סעודתו דערויף ממילא וועט עס פאדערען א ברכת המוציא.

די בציעה אליין זאל עס מאכען פאר א קביעת סעודה? ער עסט עס טאקע במקום חלה (מיט די אייער וכ') ? נישט גענוג?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

scy4851 האט געשריבן: אויב מען עסט מצה און די לחם משנה איז אויך מצה וועט יא גוט זיין ווייל וויבאלד איך בין קובע מיין סעודה אויף מצה קען איך נישט זאגען אז איין מצה איז המוציא און איין מצה איז פת הבב"כ.
אבער אויב מען נעמט א מצה פאר לחם משנה צולייגען צו א חלה וועט לכאורה נישט טויגען.
איך קלער אפשר אן עצה וואלט געווען אז אויב מען האט א חלה מיט א מצה זאל מען בוצע זיין דווקא אויף די מצה כדי עס זאל זיין קובע סעודתו דערויף ממילא וועט עס פאדערען א ברכת המוציא.

הערליך שיין צולייגט די שאלה מיט אלע צדדים, א דאנק אייך. אייער עצה גיפעלט מיר זייער, וכן אני נוהג כשיש לי רק מצה אחת ללחם משנה בינעך בוצע אויפ'ן מצה און עס כשיעור סעודה, אויב עס בלייבט פלאץ עסט מען פון די חלה דערנאך (ס'איז דא אזא שיטה אז מען זאל עסן פון ביידע לחמים)

למעלה משבעים האט געשריבן: א דאנק אייך ר' שמחה פארן דאס שרייבן, איך האב אויך אנגעהויבן קלערן אויף דעם אופן, אבער נאכנישט אנגעקומען עס צו ענדיגן דורכטראכטן, וועל איך שרייבן וואס ליגט מיר אין קאפ אויפן מינוט.

באמת איז דאס א ב"ח ווערט צוגעצייכנט אין פרמ"ג סי' קס"ח (מ"ז סק"ז) אז די ב"ח האט מחמיר געווען נישט צו לייגן מעט שומן בלחם משנה צוליב די דעת המחבר, זעט מען דערפון אז מען קען עס נישט ניצן פאר לחם משנה.

למעשה איז דער ענין נישט אזוי פשוט, זע דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=79 אין בדי השלחן (סק"ה) מילתא בטעמא פארוואס מען זאל יא קענען.

אבער לענ"ד איז דאס אלעס נאר אויב איך בין מסופק וואס די ברכה איז, דארף איך צוקומען דן זיין צו מען קען מצרף זיין פת כסנין פאר לחם משנה, אבער די רגע איך פסק'ן אויס אז איך מאך המוציא דערויף אויך א גאנץ יאר, איז דאס פת גמור לכל דבר, ויש לי קצת ראי' לזה ממה שכתב בשבט הלוי (ח"א סי' ר"ה אצל סי' קס"ח ס"ח), ער שרייבט דארט לגבי בכלל מצות וועלכע ברכה צו מאכן דערויף, ברענגט ער די מהרש"ם אז פסח וויבאלד ס'איז לחמה של פסח מאכט מען דאן דערויף המוציא, זאגט די שבט הלוי קומט אויס לויט דעם א גאנץ יאר זאל מען נישט מאכן המוציא, און נישט מצרף זיין צו לחם משנה, זע איך דערפון אז אויב נעם איך יא אן אז ס'איז א גאנץ יאר המוציא קען מען עס יא מצרף זיין פאר לחם משנה, די פראבלעם הייבט זיך אן אויב בין מאך דערויף א גאנץ יאר מזונות [ואגב זע איך פון די שבט הלוי אזוי ווי די ב"ח פרמ"ג מחצה"ש, אז ער נעמט אן מיט א פשטות אז פת כסנין קען מען נישט מצרף זיין נישט ווי די בדי השלחן וויל זאגן, אבער אין שש"כ נעמט ער אן דעם בדי השלחן].

כ"ז כתבתי מה שיש בדעתי יעצט אויפן מינוט, אבער מען דארף נאך טראכטן מער דערוועגן.

זייער שיין, א דאנק פאר דער בדי השלחן.
דאס וואס איר זאגט מילתא בטעמא דאחרי דנקטינן דברכתו המוציא הריהו פת גמור לכל דבר, יש לעיין אם נקטי' דברכתו המוציא בוודאי או דמחמירין לא לאכול שלא בקביעות. עפעס ליגט מיר אין זכרון אז ביי כעבים יבשים וועט נישט העלפן קיין קביעות סעודה... (מאכט סענס?) וא"כ ע"כ צ"ל כדבריך.
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שאינו יודע האט געשריבן: ר' יודל ז"ל פלעגט הייסן די ארבייטער אין מצה בעקעריי מאכן א מזונות, ולא הודו לו חכמיים

געהערט האבעך אז צוליב דעם, האט ער געקענט אפהאלטען די ארבייטער פון עסן חמץ, דורכן טאג. דארף מען וויסען צו איז עס טאקען א פאקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

שאינו יודע האט געשריבן: ר' יודל ז"ל פלעגט הייסן די ארבייטער אין מצה בעקעריי מאכן א מזונות, ולא הודו לו חכמיים

אולי אתה יכול להאריך בהענין מאן הוא דלא אודי לי' ?

אלס ספק ברכות וואלט דאך געפאסט א מזונות, ומהאי טעמא מאכט מען דאך לכתחלה א מזונות אויף כעכין יבישין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לאמיר דורכגיין זען וואס די אחרונים שרייבן בנוגע מצה, איך שרייב שלא על הסדר לויט ווי עס קומט מיר ערשט...

לאמיר אנהייבן מיט די שיטה אז כעבים יבשים איז א מזונות, לאמיר קודם זען וואס איז דאס דער כעבים יבשים, אין בית יוסף שטייט אז דאס איז א פת אפי' נישט מתובל, און ס'איז יבשות, וכוססין אותו בבית המשתה ושלא בבית המשתה, און די סדר איז אז מען עסט דערפון ווייניג, אויף דעם איז דא וואס זאגן אז מען מאכט דערויף מזונות ומעין ג', אבער די אמורא וואס האט יא געגעסן דערפון אסאך, האט דאס געגעסן לשובע, וואס דעמאלטס דארף מען יא מאכן המוציא און ברכהמ"ז.

בפשטות קוקט אויס אז די ווארט איז אז ווענד זיך בעיקר פארוואס ער עסט עס יעצט, אבער אין תהלה לדוד לייגט צו נאך א חילוק, וואס ווי עס זעט אויס מיינט דאס אויך די משנ"ב (סקל"ו), און אזוי אויך אין כף החיים (סקס"ו) [זע אויך אין שדי חמד מערכת ברכות אות י] ווערט מבואר אז די סיבה פארוואס כעבים יבשים איז א מזונות הגם ס'איז לחם גמור, ווייל ס'איז נישט 'געמאכט' געווארן צו עסן לשובע, נאר עס איז 'געמאכט' געווארן צו עסן לתאבון ולקנוח, ממילא אפי' יעצט גייט ער עס עסן לשובע דאך לויט די שיטה איז עס א מזונות, משא"כ אויב איז עס טאקע יא 'געמאכט' געווארן לשובע, מאכט מען דערויף המוציא בכל אופן, אפי' ער עסט עס יעצט נאר לתאבון. און אזוי שטייט טאקע מבואר אין שו"ת חלקת יעקב (סי' מ"ח - אין די חלקת יעקב וואס ליגט אויף היברו בוקס), [ער צייכנט אן נאך פוסקים וואס קומט אזוי אויס].

קומט אויס לפי"ז אז אונזערע מצות וואס איז געמאכט געווארן צו עסן לשובע, גייט נישט אריין אין די כלל פון כעבים יבשים, און אזוי פסק'נט טאקע דער חלקת יעקב.

אבער... אנדערע אחרונים האבן יא געלערנט אז עס ווענד זיך נישט פארוואס מען האט עס געמאכט, און ממילא זענען זיי דן וואס וועט טאקע זיין מיט מצות א גאנץ יאר, איז דא וואס לערנען פשט אין כסנין פארוואס מען מאכט במ"מ איז צוליב די 'יבשות', ממילא מצות וואס איז נישט געמאכט בכוונה 'להתייבש', איז לחם גמור, אזוי שטייט אין תשובת בית דוד (סי' ע), און די סברא שטייט אויך אין אשל אברהם בוטשאטש.

אבער... אנדערע אחרונים האבן דאס אויך נישט אפגעלערנט אזוי, און עס איז דא צוויי שיטות וואס די הלכה גייט זיין ביי מצות:
א) אין פסח מאכן המוציא צוליב אחשביה, אבער נאך/פאר פסח מאכט מען מזונות (גן המלך, מובא ברוב הפוסקים הדנין בזה).
ב) די מצות וואס מען האט געבאקן לצורך פסח מאכט מען המוציא, אפי' מען עסט עס נאך פסח [יל"ע וואס וועט זיין פאר פסח], אבער סתם מצות וואס איז נישט געמאכט געווארן פאר פסח, מאכט מען במ"מ (תשובת בית דוד, ווערט געברענגט אין כמה פוסקים).

סה"כ לענין דינא, דעת רוב הפוסקים איז טאקע לברך המוציא, שטייט אבער אין כף החיים (סי' קנח סקמ"ג) אז א יר"ש זאל מחמיר זיין עסן מצה נאר נאכן זיך וואשן אויף א כביצה פת, און אזוי שטייט אויך אין שבט הלוי, און אין מנח"י (ח"א סי' ע"א) שטייט א גרעסערע חומרא אז אפי' די מצות שנאפו לפסח "בוודאי יש לדקדק שלא לאכול כ"א כשקובע עליו" ווען מען עסט עס נאך פסח.

וואס איז די מנהג? איך ווייס נישט וואס די מנהג איז, זען זעט אבער אויס אז עס איז א מחלוקת צווישן ספרדים וואס זיי מאכן מזונות, און אשכנזים וואס מאכן אזוי שטייט אין שדי חמד ער רעדט אפי' פון סתם מצות, נישט נאר פון די וואס מען האט געבאקן לשם מצות פסח, און די מנהג אשכנזים שטייט אויך אין שבט הלוי אז די מנהג איז צו מאכן המוציא [אבער ווי געשריבן האלט ער ראוי להחמיר], און אין שו"ת תשובות והנהגות (ח"ג סי' ע"ג). און אין מנח"י לגבי מצות שנאפו לפסח שרייבט ער "ואין שום אדם שיש בו ריח תורה אוכלו בלא נט"י והמוציא ובהמ"ז".

אזוי קען מען שרייבן און שרייבן און נישט ענדיגן....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

היפאקריט האט געשריבן: דאס וואס איר זאגט מילתא בטעמא דאחרי דנקטינן דברכתו המוציא הריהו פת גמור לכל דבר, יש לעיין אם נקטי' דברכתו המוציא בוודאי או דמחמירין לא לאכול שלא בקביעות. עפעס ליגט מיר אין זכרון אז ביי כעבים יבשים וועט נישט העלפן קיין קביעות סעודה... (מאכט סענס?) וא"כ ע"כ צ"ל כדבריך.

אויף די ערשטע חלק האב איך שוין פריער געענטפערט, די צווייטע חלק, איך געדענק נישט אזא זאך, די מיינסט אפשר טריתא וואס שטייט אין מחבר?
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

למעלה משבעים האט געשריבן: אין מנח"י לגבי מצות שנאפו לפסח שרייבט ער " ואין שום אדם שיש בו ריח תורה אוכלו בלא נט"י והמוציא ובהמ"ז".

הרב ר' למעלה שליט"א
שוין ס'מיר שוין גענונג....
פאר דעם פאראגראף אליין האט זיך געלוינט דיין גאנצע תגובה , כש"כ וק"ו שכמה חידושים יש בה.
אשריך שהארת עיני.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זייער שיינע אפהאנדלונג, הרבה דברים איכא למשמע מינה... נאך גוט האסט געפרעגט דעם דוחק שאלה..
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

הערליכער ארבעט הרב למעלה! סיי במה שנוגע לענין הברכה על מצה, וכן ההערות הנכונות בענין לחם משנה. געבענטשט זאלט איר זיין.

וביותר דער סברא פונעם קצוה"ש אז נאר לגבי ברכה מחמירין ככל השיטות לענין פת הבאה בכיסנין, משא"כ לענין צירוף ללחם משנה דלרוה"פ הוא מדרבנן, יכולין לסמוך דהוי לחם גמור, וש"ד לצרפו. וא"כ לענין מצה שיש מקום לומר דהוי לחם גמור אף לענין המוציא, בוודאי מסתבר "לצרף" סברתו ולסמוך עליו ללחם משנה. (ואדרבה, זה יותר נכון מלברך בפועל המוציא על המצה, ודו"ק)

אגב, ראיתי מביאים בשם שו"ת זרע אמת סי' כ"ה דג"כ מקיל לגמרי בענין פהבב"כ ללחם משנה
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לכאורה י"ל אז אויף א נארמאלע סייז מצה קען מען מצרף זיין ללחם משנה
אבער א סנעק-סייז מצה אויב מען איז נישט קובע די ברכה אויף די מצה'לע אליין קען זיין אז עס גייט נישט אריין אין לחם משנה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

למעלה משבעים האט געשריבן:
היפאקריט האט געשריבן: דאס וואס איר זאגט מילתא בטעמא דאחרי דנקטינן דברכתו המוציא הריהו פת גמור לכל דבר, יש לעיין אם נקטי' דברכתו המוציא בוודאי או דמחמירין לא לאכול שלא בקביעות. עפעס ליגט מיר אין זכרון אז ביי כעבים יבשים וועט נישט העלפן קיין קביעות סעודה... (מאכט סענס?) וא"כ ע"כ צ"ל כדבריך.

אויף די ערשטע חלק האב איך שוין פריער געענטפערט, די צווייטע חלק, איך געדענק נישט אזא זאך, די מיינסט אפשר טריתא וואס שטייט אין מחבר?

נישט געמיינט טריתא (וע"ז חולק המ"א) נאר דער מגן אברהם בסק"מ בשם השל"ה לגבי רקיקין דקין שנעשה בדפוס, שיש מביאים ד"ז לענין המצה. (אך אין לזה שייכות עם כעבים יבשים, וטעיתי)
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, די געדאנק ביי ביידע איז די זעלבע, ווייל ס'איז א בלילה רכה מאוד, און נאכן אפי' איז עס דקה מאוד.

די תהל"ד פרעגט טאקע דארט אויפן מג"א אז די של"ה לערנט עס ארויס פון די הלכה פון טריתא, און אויב אויף טריתא נעמט די מג"א אן די טור אז עס איז תלוי אין קביעות, און נישט ווי די ב"י אז עס אייביג א מזונות, פארוואס נעמט ער אן די של"ה ביי ואפלאטקס.

---
אז מען רעדט שוין יא, איינער ווייסט ווי אזוי וועיפער'ס ווערן געמאכט? איז דאס קודם א געהעריגע טייג, אדער אזוי ווי בלינצעס?
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

למעלה משבעים האט געשריבן: אז מען רעדט שוין יא, איינער ווייסט ווי אזוי וועיפער'ס ווערן געמאכט? איז דאס קודם א געהעריגע טייג, אדער אזוי ווי בלינצעס?

WAFFLES, WAFERS, ICE CREAM CONES

These items are also made from a batter, but in this case the batter is poured into a mold or waffle iron that bakes it into its final shape. Although these items have a slightly more bread-like appearance than pancakes and blintzes, without the mold, these items would never have a bread-like shape, they do not have a tzuras hapas (bread-like appearance) even after baked. Therefore, they are not considered pas haba’ah bikisnin but regular mezonos. As a result, they do not require netilas yadayim, and the brachos are mezonos and al hamichyah even if one made a full meal out of them. Thus, one can enjoy as many wafers as one wants and recite an al hamichyah when complete.


aish hatorah on mezonos
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך ווייס נישט ווער די שרייבער איז, אבער צו דעם האב איך געוואלט צוקומען, אויב האלט ער אז מען מאכט מזונות אויף וועיפער'ס אפי' מען איז זיך קובע דערויף און מען עסט א שיעור קביעות סעודה, לכאורה אויב אזוי, אויב עסט מען אביסל דערפון אינמיטן סעודה לתענוג דארף מען מאכן א מזונות.
איך בין אבער נאכנישט זיכער מיט וואס יענער שרייבט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שמעתי שיש הוראה בזה מהרה"ג בעל מכלל יופי שליט"א
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

מי זה?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געוויסע האבן נישט פארשטאנען וואס איך וויל מיט מיין שאלה און וואס איך וויל מיט מיין תשובה, וועל איך זיך פראבירן מסביר זיין, איז אזוי, קודם וויל איך מאכן א שטיקל הקדמה און מעתיק זיין א שורה פון שועה"ר, ער שרייבט אזוי, ער הייבט אן מיט די הלכה אז אויף לחם מאכט מען המוציא, זאגט ער בד"א ביי לחם גמור שדרך בני אדם לקבוע סעודתו עליו, אבל מיני לחמים שאין דרכם של רוב בני אדם לקבוע סעודתם עליהם אין מברכים עליהם המוציא וברכהמ"ז רק במ"מ וברכה אחת מעין ג'. שפעטער רעכנט ער אויס, ואלו הם מיני לחמים שאין דרכם של בני אדם לקבוע סעודתם עליהם, פת הבאה בכסנין, ולחמניות, וטרוקנין, וטריתא.

דאס הייסט אז 'די אלע' וואס ער האט אויסגערעכנט איז די הלכה אז מען מאכט דערויף במ"מ - און אפי' אויב מען עסט עס אין מיטן סעודה לתענוג איז אויך אזוי די הלכה, און אויב איז מען קובע סעודתו אויף דעם מאכט מען גלייך המוציא.

דארף מען דא אנמערקן אז מען זאל זיך נישט טועה זיין און זאגן, אז וויבאלד ביי פת כסנין פסק'נט מען סב"ל, וועט ביי די אנדערע זאכן וואס איז פריער אויסגערעכנט אויך אזוי זיין די הלכה, ניין, דווקא כסנין זאגט מען די סב"ל וויבאלד דארט איז דא א מחלוקת וואס כסנין איז ממילא איז די הלכה סב"ל, משא"כ די אנדערע זאכן צב"ש לחמניות, טרוקנין וואס ביי דעם איז נישטא קיין מחלוקת, איז קלאר די הלכה אז מען מאכט דערויף מזונות אפי' אין מיטן סעודה אויב עסט מען עס לתענוג, און אויב איז מען זיך קובע דערויף מאכט מען המוציא. [איה"נ ביי א פאל ווי עס איז דא א מחלוקת ביי לחמניות וכדו', וועט מען אוודאי אויך זאגן סב"ל].

יעצט לאמיר מסביר זיין וואס מיין שאלה איז געווען לגבי וועיפער'ס, איז אזוי, ס'איז דא דריי סעיפים אין סי' קס"ח וואס מען דארף צאמשטעלן.

סעיף ח' שטייט צוויי סארטן לחמניות, איינס אובלי"ש, אויף דעם מאכט מען המוציא וברכהמ"ז, צוויי ניבלא"ש, אויף דעם מאכט מען מזונות [אפי' אויב מען עסט עס אינמיטן סעודה - לתענוג], און אויב איז מען זיך קובע דערויף מאכט מען המוציא וברהמ"ז. וואס איז די חילוק פון די צוויי, זאגט די מחבר אז ניבלא"ש איז בלילתן רכה ודקים מאוד [משמעות אז אובלי"ש איז בלילה עבה].

אין סעיף י"ד זאגט די רמ"א אז יעדע זאך וואס איז בלילתו רכה און מען האט עס געבאקן אין אויווען בלי משקה, דינו כפת.

אין סעיף ט"ו שטייט צוויי הלכות איינס טרוקנין, מאכט מען דערויף א מזונות, ואם קבע סעודתו עליו מברך המוציא וברכהמ"ז. צוויי טריתא, שטייט אין מחבר אז אויף דעם מאכט מען אייביג מזונות אפי' בקביעות סעודה [און די מג"א קריגט זיך דערויף].

לכאורה אויבן אויף קוקט אויס אז די רמ"א אין סעיף י"ד וואס שטייט אז יעדע בלילה רכה מאכט מען המוציא, איז א סתירה צו סעיף ח' און סעיף ט"ו, וואס שטייט אז בלילה רכה איז תלוי צו מען איז זיך קובע דערויף, און ביי טריתא שטייט גאר אז עס העלפט נישט קיין קביעות.

איז די מג"א [ע"פ השל"ה] מחלק די הלכה אויף דריי, 1) אויב איז עס 'בלילה רכה' נישט 'בלילה רכה מאוד', פון דעם רעדט די רמ"א אז מען מאכט דערויף המוציא, 2) אויב איז עס יא בלילה רכה 'מאוד', נאר נאכן אפיה איז עס נישט דקה 'מאוד', מאכט מען מזונות ואם קובע סעודתו עליו מברך המוציא, און דאס איז די הלכה פון ניבלא"ש און טרוקנין, 3) אויב איז עס נאכן באקן דקה 'מאוד', דעמאלטס איז די הלכה אז אפי' ער איז קובע סעודה דערויף מאכט מען מזונות [דאס ברענגט די מג"א בשם די של"ה לגבי ואפלטק"ס, ווי דערמאנט]. באמת איז דא נאך א זאך אובלי"ש, וואס כפי הנראה איז עס בלילה עבה, און מען מאכט דערויף המוציא.

די ט"ז איז נישט צופרידן צו מחלק זיין די חילוקים, ווי ער שרייבט "דא"כ לא נודע איזה מקרי דק ואיזה הוי דק שבדקות", נאר ער איז מחלק פשוט, צו נאכן אפיה איז עס דקה צו נישט, 1) אויב איז עס דקה [אפילו נישט דקה 'מאוד'] מאכט מען מזונות, און אויב ער איז קובע סעודה מאכט מען המוציא [אפילו דקה 'מאוד'], און דאס איז די הלכה פון ניבלא"ש און טרוקנין, 2) אבער אויב איז עס נישט דקה נאכן אפי' [וואס פון דעם רעדט די רמ"א] אדער עס איז געווען א בלילה עבה [וואס דאס איז אובלי"ש] מאכט מען המוציא.

ווי עס זעט אויס אין שועה"ר איז אבער די טו"ז יא מחלק קודם אפי' צו ס'איז א בלילה רכה 'מאוד' צו נישט, און דאס אלעס וואס מען האט פריער גערעדט איז נאר אויב קודם אפי' איז עס געווען בלילה רכה 'מאוד', אבער אויב איז עס נישט געווען בלילה רכה 'מאוד' האלט די ט"ז אז מען מאכט דערויף המוציא. [המהלך בט"ז הוא כפי שהבנתי מדבריו כשלמדיו בצירוף דברי שועה"ר... עיי"ש כמה גירסאות ופשטים].

ס"ה להלכה:
1) בלילה עבה, לכו"ע המוציא.
2) אין בלילתן רכה 'מאוד', לכו"ע המוציא.
3) בלילה רכה מאוד, ואינן דקין 'מאוד' אחר האפיה, לכו"ע מזונות, ואם קבע מברך המוציא.
4) בלילה רכה מאוד, וגם אחר האפיה הם דקים 'מאוד', להמג"א בכל אופן מזונות ואין מועיל קביעות, להט"ז אם קובע סעודתו עליו מברך המוציא. זאגט אויף דעם די שועה"ר אז אויב וויל מען עסן כשיעור קביעות סעודה זאל מען מחמיר זיין עס צו עסן בתוך הסעודה למזון ולשובע [ווייל לתענוג לויטן מג"א דארף מען מאכן מזונות].

דאס איז אלעס לויטן פשטות מג"א טו"ז ושועה"ר.

אבער די משנ"ב זעט אויס האט אפגעלערנט דעם מג"א אנדערע חילוקים, 1) אין בלילתן רכה מאוד, אויב נאכן אפיה איז עס דקה ביותר, מאכט מען מזונות, ואם קובע סעודתו מברך המוציא, און דאס איז די הלכה פון סעיף ח' ביי ניבלא"ש, 2) אויב איז עס נאכן אפיה דקין וקלושין יותר פון ניבלא"ש, מאכט מען אייביג מזונות, אפי' אם קבע עליו, 3) אבער אויב איז עס נישט דקה ביותר מאכט מען המוציא און דאס איז די הלכה פון די רמ"א, 4) אויב ס'איז בלילתן רכה מאוד, אפי' ס'איז נישט דקה ביותר, מאכט מען מזונות, ואם קבע מאכט מען המוציא, און דאס איז די הלכה פון טרוקנין.

אבער אין ביה"ל זאגט ער אויפן חילוק נומער 4 פון מג"א, אז באמת דארף איך נישט צוקומען צו די חילוק פון מג"א ווייל אויף טרוקנין האב איך א אנדערע הסבר עיי"ש, און לפי"ז זאגט ער אז טרוקנין אפי' ס'איז נישט בלילה רכה מאוד מאכט מען מזונות, און אויב מען איז קובע מאכט מען המוציא, און ער פירט אויס וצ"ע לדינא [די צ"ע איז נאר לגבי טרוקנין, לגבי די אנדערע סעיפים בלייבט ער מיטן חילוק פון מג"א, אז מען רעדט אין בלילתן רכה מאוד, און די חילוק איז צו ס'איז נאכן אפיה דקה מאוד צו נישט].

ס"ה להלכה לויטן משנ"ב:
1) בלילה עבה, המוציא.
2) אין בלילתן רכה 'מאוד', וגם אחר אפיה אינו דקה 'מאוד', המוציא.
3) אין בלילתן רכה 'מאוד', ואחר אפיה הוא דקה 'מאוד', מזונות, ואם קבע סעודתו עליו מברך המוציא.
4) אין בלילתן רכה 'מאוד', ואחר אפיה הוא דקה מן הדקה, מזונות, ואפי' אם קובע עליו.
5) בלילה רכה 'מאוד', ואחר אפיה אינו דקה מאוד, למג"א מזונות, ובקבע המוציא, וצ"ע לדינא.

נאכנישט פארטיג, ס'איז נאך דא א רב אין סדר ברה"נ.... ער ברענגט דארט פרישע שיטות, איך וועל נאר שרייבן די תמצית וואס קומט ארויס פון דארט.

א) אויב האט עס נאר איין מעלה דהיינו, 1) בלילה רכה שאינו מאוד, ואחר אפיה 'הם דקין מאוד'. 2) אדער פארקערט, בלילה רכה מאוד, ואחר אפיה הם עב קצת, איז די הלכה לכו"ע [פון די דיעות וואס ער ברענגט דארט] מברך מזונות, ואם קבע מברך המוציא.
ב) אויב האט עס ביידע חסרונות דהיינו, בלילה רכה מאוד, ואחר אפיה הוא דקה מאוד, מברך במ"מ, ואם קבע עליו, י"א דמברך מזונות, וי"א דמברך המוציא, ויש לחוש לדבריהם.
ג) אויב האט עס ביידע מעלות דהיינו, אין בלילתן רכה מאוד, וגם אחר אפיה אינו דקה מאוד, אם קבע עליו מברך המוציא, ואם לא קבע עליו, י"א דמברך במ"מ, וי"א דמברך המוציא, ויש לחוש לדבריהם.

יעצט צוריק צו מיין שאלה, איך האב געוואלט וויסן אויב וועיפיער'ס איז געמאכט פון א בלילה רכה מאוד, ווייל אויב יא, אויב וועט מען עסן 'אביסל' דערפון אינמיטן סעודה לתענוג, וועט מען דארפן מאכן א מזונות [אפי' לויטן משנ"ב, ווייל זיין ספק איז נאר אויף מער פון א קביעות].

איי פארוואס בין איך נישט צופרידן געווען פון דעם זיידע ומומחה'ס תשובה דא, ווייל איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, אויב איז ער פון די חדר וואס נעמען אן די משנ"ב, אויב אזוי קען זיין אז די מציאות פון די וועיפער'ס איז אז ס'איז בלילה רכה, און נישט בלילה רכה 'מאוד', וואס דעמאלטס אויב ס'איז נאכן אפיה דקה מן הדקה [ווי די מציאות איז] מאכט מען לויטן משנ"ב מזונות אפי' בקביעות סעודה [ווי געשריבן אין דעם סך הכל פון משנ"ב נומער 4], אבער לויטן שועה"ר מאכט מען המוציא אפי' אן קיין קביעות סעודה [ווי אין סך הכל פון שועה"ר נומער 2].

בקיצור, ווער עס ווייסט די מציאות איז מכובד צו זאגן.

--
איין זאך פעלט נאך דא פשוט להשלמת הסוגיא, דאס איז בנוגע 'טריתא', די מחבר פסק'נט ווי געשריבן אז מען מאכט אייביג מזונות, די מג"א דינגט זיך דערויף, אז אם קבע סעודתו דערויף מאכט מען המוציא, בפשטות די שועה"ר לייגט דאס אריין אין די דין פון בלילה רכה מאד, ודקה מאוד אחר אפיה [וכבר כתבתי קושיית התהל"ד על המג"א מזה] און די משנ"ב ברענגט בשם די א"ר אז להלכה יש לאכלו תוך הסעודה, ובשם מגן גבורים שהכריע לדינא כהשו"ע, וכנראה מדבריו שנקט כן להלכה.

--
ווער נעמט איבער די מייק?!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס ליגט מיר אין זכרון אז פאר פסח ווען מען עסט שוין נישט קיין מצה ממנהגא
קען מען דאך מצרף זיין די מצה ללחם משנה
הרי אז עס פעהלט נישט אויס דער אחשביה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”