עצה טובה, לשבת שחל אחר יו"ט

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

עצה טובה, לשבת שחל אחר יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אין די קומענדיגע ימים טובים הבעל"ט וועט אויספאלן 3 מאל שבת נאך 2 טעג יו"ט.

אין אזא צייט זענען דא יונגעלייט וואס האבן א שטיקעל פראבלעם, היות די יו"ט'דיגע סעודות עסן זיי ביי די עלטערן און אויף שבת עסן זיי די סעודות אינדערהיים ווילן זיי דאך האבן א האט-פלעיט אדער קראק-פאט אנגעצינדען אויף פרייטאג (ב' דיו"ט) נאכמיטאג צו קענען צושטעלן דאס עסן לכבוד שבת.

איז נאר דער פראבלעם אז אויב שטעל איך אן א שבת זייגער וועט זיך עס שוין אנצינדען דעם ערשטן טאג יו"ט און ארבעטן פאר 2 גאנצע טעג ביז מוצאי שבת.

בין איך אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע עצה, וזה הוא: מען זאל נעמען א שבת זייגער און לייגן דעם אנצינדער שטיקעל (גרינע) לאמיר זאגן אויף צוויי אזייגער נאכמיטאג און מען זאל לייגן אן אויסלעשער שטיקעל (רויטע) אויף 15 מינוט פארדעם און נאך אן אויסלעשער שטיקעל (רויטע) אויף 15 מינוט נאכדעם.

און עס ארבעט אזוי. דעם ערשטען טאג יו"ט 2 אזייגער נאכמיטאג וועט זיך דער קראק-פאט/האט-פלעיט אנצינדען 2 אזייגער אבער נאך פיפצען מינוט וועט זיך עס צוריק אויסלעשען (דורכ'ן צווייטן אויסלעשער) יעצט קען מען שוין ארויסנעמען דעם צווייטן אויסלעשער פונעם שבת זייגער (עפ"י הלכה מעג מען זיכער ארויסנעמען מיט א שינו אויב געדענק איך גוט זענען דא מורי הוראה וואס זענען מתיר אויך אן א שינו) יעצט דעם צוויטן טאג יו"ט 2 אזייגער נאכמיטאג וועט זיך עס ווידער אנצינדען 2 אזייגער האסטו יעצט ערש"ק אן אנגעצינדענער האט-פלעיט/קראק-פאט.

דער אויפטו פונעם ערשטן אויסלעשער פון 15 מינוט בעפאר 2 אזייגער איז, אז ביום השב"ק אויב ווילסטו נישט אז עס זאל בלייבן ארבעטן ביז מוצש"ק וועט דער אויסלעשער עס אויסלעשן שבת צופרי קוואדער צו צוויי (פארשטייט זיך אז מען זאל אויסרעכענען עס זאל זיך אויסלעשן הארט פאר'ן עסן דעם טשולענט...) און מען דארף ארויסנעמען דעם אנצינדער קנעפל עס זאל זיך נישט צוריק אנצינדען 15 מינט שפעטער.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

איך האב געקויפט אויף איבעי א 7 days digital timer , יעדן טאג קען איך איך אנשטעלן די האַט פלעיט ווי אזוי איך וויל סארבעט א מחי׳, און יעדן טאג קען מען עס אנשטעלן אז סזאל זיך אנצונדן/אויסלעשן צען מאל.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אסאך מורה הוראות האלטן אז מען טאר נישט ארויסנעמען דעם אויסלעשער, אבער פאר די וואס נעמען אן אז מען מעג יא, איז דאס טאקע א גוטע געדאנק.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב געהערט פון א יונגערע מורה הוראה אז די עלטערע מורי הוראות לאזן בכלל נישט צורירן צו א מאשין אום שבת ויו"ט אבער די יונגערע מורי הוראות לאזן יא.

עס איז מיר אינטערעסאנט עס קוקט אויס ווי עס איז ח"ו דא צוויי תורות די עלטערע מורי הוראות האבן איין שו"ע און די יונגערע האבן אן אנדערע. וואס גייט דא פאר?
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

יראי הוראה איז איין תירוץ

גרעסערע ת"ח איז נאך א תירוץ

שימוש ביי פריערדיגע גרויסע אידן איז נאך א תירוץ

און א שרעק פון שבת איז אויך א תירוץ (ענליך צו די ערשטע)
כידוע אז אסאך גרויסע אידן האבן געציטערט מקיל צו זיין אין הלכות שבת (עס איז דא הלכות וואו מען פרובירט דייקא יא מקיל צו זיין כידוע, איך רעד פון הלכות שבת)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך ווייס פון א עלטערער מורה הוראה וואס זאגט אז מען מעג לכתחילה ארויסנעמען די ציינדלעך אום יו"ט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

כמיין אז די בעסטע עצה איז וואס איך טוה, עיין לעיל , קיין שום שאלה נישטא.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לויט דעם דיין איז קיין שום שאלה נישטא, אויף ארויסצונעמען די ציינדלעך

--

אגב, דערמאן איך מיך אז ווען מיר זענען געווען אלס בחור אין קעמפ האט מען באמערקט שבת צופרי אז די עירקאנדישן גייצעך אויסלעשן גלייך נאך די סעודה, זענען מיר אריבער צום דיין וואס האט געזאגט אז מען מעג ארויסנעמען די אויסלעשן ציינדל מיט א שינוי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

שנאפס האט געשריבן: איך ווייס פון א עלטערער מורה הוראה וואס זאגט אז מען מעג לכתחילה ארויסנעמען די ציינדלעך אום יו"ט
איך ווייס אז עס איז דא עלטערע וואס זענען מתיר, איך האב גערעדט באופן כללי פארוואס בדרך כלל זעהט מען אז יונגערע מורה הוראות זענען ענדערש מתיר
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווארד האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: איך ווייס פון א עלטערער מורה הוראה וואס זאגט אז מען מעג לכתחילה ארויסנעמען די ציינדלעך אום יו"ט
איך ווייס אז עס איז דא עלטערע וואס זענען מתיר, איך האב גערעדט באופן כללי פארוואס בדרך כלל זעהט מען אז יונגערע מורה הוראות זענען ענדערש מתיר

לויט וויפיל איך האב געזעהן, זענען די עלטערע מער מיט "ברייטע פלייצעס" ביי ערענסטע שאלות. און די אינגערע מער ברייט ביי טעכנעלאגיע שאלות, קען זיין ווייל די עלטערע האבן געהאלטען אז זיי האבן נישט אינגאנצען ארויס יעדע טעכניק, האבן זיי ענדערשט געהאלטען אז "שב ואל תעשה".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מצב כללי האט געשריבן: בין איך אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע עצה, וזה הוא: .


טאקע גוט
wow
יישר כח
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בעניני טעכנאלאגיע ראה ראינו גדולים וטובים שבמחילת כבוד תורתם לא ירדו לעומק המציאות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה דו שאלה פון די שבת זייגער און די דין ודברים דערוועגן איז שוין עלטער ווי 30 40 יאר האט גארנישט מיט נייע טעכנעלאגיע
די דין ודברים איז "גרמא"
אמאל יארן צוריק איז געווען א העווי מחלוקה צווישן צוויי גרויסע דיינים (לאוי"ש) איבער א בעטערי שבת זייגער אויב מען מעג עס אויסלעשן שבת
היינט איז דאס שוין ווי מען רופט עס א אויסגע'פסק'נטע שאלה מיט שיטת הרב פלוני און שיטת הרב פלוני
די היסטאריקער זאלן ממשיך זיין
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן: לכתחילה דו שאלה פון די שבת זייגער און די דין ודברים דערוועגן איז שוין עלטער ווי 30 40 יאר האט גארנישט מיט נייע טעכנעלאגיע
די דין ודברים איז "גרמא"
אמאל יארן צוריק איז געווען א העווי מחלוקה צווישן צוויי גרויסע דיינים (לאוי"ש) איבער א בעטערי שבת זייגער אויב מען מעג עס אויסלעשן שבת
היינט איז דאס שוין ווי מען רופט עס א אויסגע'פסק'נטע שאלה מיט שיטת הרב פלוני און שיטת הרב פלוני
די היסטאריקער זאלן ממשיך זיין

כ'האב נישט געמיינט שבת זייגער, כ'האב געמיינט טעכנעלאגיע בכלל. און אפי' די שבת זייגער איז אויך טעכנעלאגיע אז מען זאל פארשטיין פונקטליך ווי אזוי די "גרמא" ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

ווארד האט געשריבן: אסאך מורה הוראות האלטן אז מען טאר נישט ארויסנעמען דעם אויסלעשער, אבער פאר די וואס נעמען אן אז מען מעג יא, איז דאס טאקע א גוטע געדאנק.

איך האב געפרעגט א דיין און סאטמאר און ער האט מיר געזאגט אז מי א שינוי מעג מען ארויסנעמען די אויסלעשער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יעצט געפרעגט א דיין ער זאגט אפילו אן א שינוי
אבער נאר ארויסנעמען די רויטע צוריקלייגן נישט
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

farshlufen האט געשריבן: בעניני טעכנאלאגיע ראה ראינו גדולים וטובים שבמחילת כבוד תורתם לא ירדו לעומק המציאות.

כוונתכם שהחמירו ללא צורך או להיפוך?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מצב, איך וויל מיך באדאנקען פאר דיין פאנטאסטישע געדאנק איך האב עס געטוען און עס האט געארבייט וואונדערבאר.

עס איז נאר א שאד אז דו האסט עס ארויפגעשטעלט דא א טאג פאר ער"ה ווייל ביי אונזער עולם איידער מען נעמט נאך ארויס דעם סליחות'ל פון שאפע האט מען שוין לאנג באשלאסן וויאזוי מען געט זיך אן עצה מיט די טשולענט פון שבת שובה...

עכ"פ עס וועט נאך זיין נוגע די ערשטע און צווייטע טעג סוכות, והבוחר יבחר.
אז יענער קען קענסטו אויך
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

אין ספר נשמת שבת (מהרה"ג יד"ה שליט"א), און אין ספר אוצר הלכות (מהרה"ג אצ"פ שליט"א), שטייט אז עס איז מותר

(איני זוכר אם צריך שינוי או לא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער היתר ארויסצונעמען א ציינדל איז דוכט זיך אויסגעארבעט באריכות אין שו"ת מאזני ? ? פון ר"מ זילבער זז"ג, געבויעט אז דאס איז א כלי שמלאכתו לאיסור ובכן מותר לטלטלו לצורך מקומו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בעאבאכטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: בעניני טעכנאלאגיע ראה ראינו גדולים וטובים שבמחילת כבוד תורתם לא ירדו לעומק המציאות.

כוונתכם שהחמירו ללא צורך או להיפוך?

ביידע צדדים, ולאו דווקא נאר ביי עלעקטריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

farshlufen האט געשריבן: אין שו"ת מאזני ? ? פון ר"מ זילבער זז"ג.

מאזני צדק
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב נאך נישט געהערט פון איינעם וואס זאל מחמיר זיין אויף דעם, אויב עפעס איז עס נאר אויף מוקצה, און אויף דעם העלפט א שינוי.

גורם זיין אז א מאשין זאל ארבייטן ווייטער איז א מפורש'ע שערי תשובה סי' (?) הל' השמעות קול, ערגעץ אין די של-מ סימנים, אז עס איז נישט קיין שאלה, און אזוי אויך אין אסאך פוסקים, איך ווייס נישט ווער עס איז מחמיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: בעניני טעכנאלאגיע ראה ראינו גדולים וטובים שבמחילת כבוד תורתם לא ירדו לעומק המציאות.

כוונתכם שהחמירו ללא צורך או להיפוך?

ביידע צדדים, ולאו דווקא נאר ביי עלעקטריק.
אהה, געמיינט אז איר האט בכאן א געוויסן מיינונג.

אגב, הידועים והמפורסמים בין הגדולים כנתחי לעומקא דדינא בענינים הקשים והסבוכים שנתחדשו עקב 'פרוץ' הטעכנעלאגיע, זענען געוועהן דער "מנחת יצחק" זצ"ל, ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

מעג מען טשעקן די טשאלענט בונדלעך פון ווערים אום יו"ט?
נישט, איז נישט קיין אפציע...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”