גערטנער'ס ציגעלע פארעם
אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
למעשה איז אזוי, דער פארעם גייט נאך אן מיט אלע מפרשים לויט ווי איך פארשטיי, צו מיין טיר ווערט יעדע צוויי וואכן דעליווערט עפעס א מין געמויזעכץ וואס רופט זיך קאפיר כ'האף כ'זאג עס גוט, ס'דארפט צו זיין א יאגורט געמאכט פון ציגן מילך, פערגט מיך נישט דעם טעם אדער גערוך ווייל כ'פראביר נישט צוקומען און בארירונג דערמיט, און לכאורה דערפאר שמעקט נאך דארט, לויט מיינע פארשונגען שמעקט דאס מערסטע אין די פארטאגס שעהן.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36593
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אריגינעל איז "די ציגעלע פארעם" געוועזן אויף די אנדערע זייט מאונטעין ראוד הארט ביים ארט וואו היינט פארט מען אריין קיין עצי התמרים אין א הילצערנע כאטקע.
ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג.
ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רב טקסט
וואס מיינסטו איז דער אשכול אפיר געקומען?
viewtopic.php?p=398769#p398769
ומחה ד' דמעה מעכ"פ, אמן
וואס מיינסטו איז דער אשכול אפיר געקומען?
פונקטליך האט געשריבן: בד"ה
הרה"ח ר' מענדל גערטנער ע"ה ק"י (ציגן פארם) אין עלטער פון 73 יאר
viewtopic.php?p=398769#p398769
ומחה ד' דמעה מעכ"פ, אמן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
וואס דערוילעם דא ווייסט נישט זעעך איז, אז דער ציגעלע פארם האט זיך נאך אנגעהויבן אסאך פאר קרית יואל. ר' מענדל האט אמאל געוואוינט אין מאנסי אויף מעיפל ליעף ראוד און דארט אין זיין בעק יארד האט זיך אנגעהויבן די ציגעלע פארם. נאר שפעטער האט עס געמופט קיין קרית יואל ווי עס איז געווען פאר פילע יארן, און איך האב עס דארט באזוכט עטליכע מאל, און אויך דעם קליינעם שלאכט הויז וועלכען ער האט דארט פארמאגט.
שפעטער האט ער עס צוגעמאכט נאך רדיפות פון די סטעיט דזשאנדארן (אנטיסעמיטן...) און ער האט געהאט אנדערע וועלכע האבן אים סופלייט די ציגן מילך פאר זיינע קאסטומערס.
אויך כדאי צו באמערקן, אז דארט אין זיין הויז אויף מעיפל ליעף האט ער געהאט די זכיה אז עס זענען ביי אים איינגעשטאענען עטליכע צדיקים. דער סקולענער רבי זצ"ל, דער ריבניצער רבי זצ"ל און להבל"ח דער טאשער רבי שליט"א ולרפו"ש, און נאך עטליכע וואס ער האט מיר פארציילט אבער כ'אב שוין פארגעסן.
יהא זכרו ברוך

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 984
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע:אין ביבילאטעק
קאמענטאטאר האט געשריבן: זאל עס הייסן אז זיין מחלה איז פארבינדען מיט די ציגן?
איינער זאגט מיר עפעס מיט א ציגן פאנגוס, איינער ווייסט מער?
איך בין אביסל געוועהן אינוואלווט מיט די וואס זענען געווען אין טאפ אויף אים מיט זיינע דאקטורים
און זיי האבן קלאר געזאגט אז עס האט נישט געהאט די מינדעסטע שייכות מיט דעם
השי"ת האט עס אזוי געמאכט
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
gagongan האט געשריבן: ר' מענדל ע"ה איז מיר א קרוב, זיין מחלה איז געווען אז די ביינער זענען אים צוגאנגען ל"ע.
אנטשולדיגט מיר קרוב, אבער איר זענט נישט גערעכט. ער האט געהאט עפעס א זעלטענע הויט מחלה, איך האב געהערט דעם נאמען אבער עס איז צו לאנג און צו קאמפליצירט איך זאל עס קענען דא נאכשרייבן. זיין הויט איז ל"ע געווארן אויפגעגעסן, נישט זיינע ביינער. גראדע די לעצטע פאר חדשים האט ער זיך פיל געבעסערט, נאר די לעצטע דריי וואכן האט זיך עס צוריק פארערגערט.
און אין שפיטאל האט מען אים געגעבן א גאר גרויסן דאז פון א געוויסן פעין קילער מעדיצין, וועלכע האט נאר געמאכט פיל ערגער דעם מצב.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 984
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע:אין ביבילאטעק
טהור-עיניים האט געשריבן: ער האט געהאט עפעס א זעלטענע הויט מחלה, איך האב געהערט דעם נאמען אבער עס איז צו לאנג און צו קאמפליצירט איך זאל עס קענען דא נאכשרייבן. זיין הויט איז ל"ע געווארן אויפגעגעסן, נישט זיינע ביינער
כך שמעתי ג"א
נ.ב. כ'ווייס נישט ווי עטיש ס'איז צו דעבאטירן דא אויף וואס פונקטליך ער ז"ל האט געליטן, נאר צו הערן אז ס'האט געהאט מיט די ציגן צו טאן איז מיר געווען אן אויסעגעווענליכער חידוש וואס כ'האב געוואלט אויסקלארן (בנוגע צו מ'ברויך שטיין ווייט נאר פונעם מלאך המוות אדער אויך פון ציגן... טראגי-קאמיש).
קאמענטארן זענען איבריג
- דאנציגער
את חטאי אני מזכיר, איך קוק זעלטן אין אנדערע אשכולות. היינט האב איך געפאנגען דעם אשכול.
הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער, ביז ביז.. לאמיר נישט רעדן.. מ'האט געהייסן אז סקווער איז נישט קיין פלאץ פאר.. חח עכ''פ מיין טאטע האט זיך געלאזט און פארקויפט זיינע געבליבענע סחורה פאר מענדלענען, און אונז פלעגן באזוכן אונזערע טייער געליבטע ציגעלעך, וואס האב נעבעך געטוישט גלויבן און געווארן אויס סקווער נאר סאטמערע..
גראדע מיין פעטער אלי' ווינער איז א קרוב דארט אויכעט, מיין זיידע פלעגט דארט אויכעט וואוינען שפעטער, קרית יואל ליגט מיר אין די בלוט.. יחוס אויס.
כ'האב קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט קרית יואל מיט די ציגעלעך, אונז פלעגן פאר צענדליגע יארן צוריק זיין אינעם קאנטרי דארט, וויאזוי האט עס נאר געהייסן.. דורך סקאנעמאנק איז מען דארט אנגעקומען..

כ'האב נאך בילדער אלץ קינד, ווי איך פלעג אליין מעלקן א טייל ציגעלעך מיט די האנט, און געהאלפן מיין טאטע ווי א דארפס קינד.. מ'זעט ווי איך ראנגעל זיך מיט די הינדעלעך און ציגעלעך.. זייער ווילדע בחורים געווען.. איינער א מאגערע ציג האט מיר אויסגעגאסן א גאנצע טעפל מילעך פון אנדערע ציגן, כ'האב עהם געגעבן אזא פראק אויפן גיד הנשה אז ער איז געלאפן זען שטערנס.
יא, קינדער יארן..
יא, קינדער יארן..
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 984
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע:אין ביבילאטעק
דאנציגער האט געשריבן: כ'האב נאך בילדער אלץ קינד, ווי איך פלעג אליין מעלקן א טייל ציגעלעך מיט די האנט, און געהאלפן מיין טאטע ווי א דארפס קינד.. מ'זעט ווי איך ראנגעל זיך מיט די הינדעלעך און ציגעלעך.. זייער ווילדע בחורים געווען.. איינער א מאגערע ציג האט מיר אויסגעגאסן א גאנצע טעפל מילעך פון אנדערע ציגן, כ'האב עהם געגעבן אזא פראק אויפן גיד הנשה אז ער איז געלאפן זען שטערנס.
יא, קינדער יארן..
נא, אהער דערמיט...!
קאמענטארן זענען איבריג
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3119
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע:ואנה מפניך אברח?
- דאנציגער
לעצטענס געפארן מיט איינעם א וועג, און געמאלקן ציגן מילעך, און ער זאגט מיר מיט באדויער, ניין, גערטנערס ציגן זענען מער נישטא, אבער זי די עקרת הבית, גייט נאך ווייטער אן מיט די עבודה, און ער מיין דערציילער, ליפערט אהין צו איר גאנצע באקעטס מיט ציגן מילעך, און זי מאכט די איבריגע פאר טשיס פוטער און דאס גלייכן.
- אונגארישער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
- לאקאציע:אין שאראש פאטאק
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
דאס איז טאקע גאר אינטערעסאנט, איך האב נאך פון אזא רפואה קיינמאל נישט געהערט.
ד"א, ר' מענדל האט אן איידעם אין מאנסי ר' דוד שלמה פעלדמאן נ"י, און ער האט פאר א שטיק צייט געהאט ביי זיך א ציגעלע וואס ער פלעגט מעלקן צו האבן מילך פאר זיין משפחה, איך ווייס נישט צו ער האט עס נאך, אבער ער האט עס געהאט פאר א שטיק צייט. אן איידעם א שטיק שווער
ד"א, ר' מענדל האט אן איידעם אין מאנסי ר' דוד שלמה פעלדמאן נ"י, און ער האט פאר א שטיק צייט געהאט ביי זיך א ציגעלע וואס ער פלעגט מעלקן צו האבן מילך פאר זיין משפחה, איך ווייס נישט צו ער האט עס נאך, אבער ער האט עס געהאט פאר א שטיק צייט. אן איידעם א שטיק שווער
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- your friend
- שר חמש מאות
- תגובות: 605
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm
- אונגארישער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
- לאקאציע:אין שאראש פאטאק
your friend האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן: הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער.
א פארם??? איין מערסטענס צוויי ציגעלעך געדענק איך.
פאר 20 יאר ציריק האט ער געהאט אסאך ציגן אין אויכעט אסאך טשיקנס
א אינגערמאן א נעפיו זיינער פלעגט דיסטריביוטען די מילך אין די סיטי
ביי די בליזערד 95 איז איין שטאל איינגעפאלן אין ער האט עס נישט ציריק אויפגעבויט,פין דעמאלט אן האט ער טאקע נאר געהאט א פאר ציגן
Liberalism is a mental disorder
- דאנציגער
מיין טאטע האט קודם געהאט צוויי ציגעלעך, נאכדעם אסאך, מסתמא דרייסיג שטיק, און אויכעט טשיקענס, זייער אסאך, און וויבאלד די שכנים האבן זיך באקלאגט, האט מען עהם באפוילן עס צו לעקווידירן.
איך האב געמאכט א לעבן דארט, דעמאלט איז דאך געווען א גאנץ אנדערן לעבנס שטייגער ווי היינט.
נו.. וואס איז געווען איז געווען
גראדע, מיין טאטע האנדלט היינט אויכעט מיט דעם פעלדמאן, און ער נייעט פאר זיי די 'באשיידן' דאסטערס, קוקט אויס עפעס ביזנעס מוז מען אייביג מאכן צוזאמען..