ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט
אבער די עולם וואס טרינקט יא וויין איז אדרבה, זאלן זיי מיטטיילן מיטן ציבור וועלכע איז גוט און וועלכער נישט, וועלכער מאכט בשמחה און וועלכער פארקערט.
איבערהויפט יעצט בעפאר דעם חג השמחה איז וויכטיג מקיים צו זיין די גרעסטע און שווערסטע מצוה והיית אך שמח, ואין שמחה אלא ביין.
לויט מיין געפיהל און ביסל עקספיריענס אט איז די פאלגענדע נקודות וואס מען ברויך נעמען אין באטראכט ביים רעיטן א וויין:
-וויינעריי פאבריק
-טרויבן טייפ: קאבארנעי; מערלוי; שארדאנעי; פינאט; מוסקאט; ראוזע; וכו'
-יאר פון די וויין (אויב מעגליך)
-כאראקטער: דאס איז די עיקר פון יעדן וויין און ענטהאלט די טעם; שמעק; עסיד/צוקער באלאנס; פיהל אין מויל; פיהל אין האלז; פלעיוואר; די finish; נאך-טעם;
למבינים: די סטראקטור, "באדי" פון די וויין
-אויב מעגליך, פארגלייכט צו עפעס ענליכעס
-עפפעקט: ווי שנעל גייט עס אין קאפ; די פיהלינג אין קאפ; ווי לאנג בלייבט עס וכו'
-אלקאהאל פערצענט
-פרייז רעינזש
-הכשר
-מבושל - אינו מבושל