ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך מחותן
»
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:26 pm
דער אלאמער באליבטער בדחן, קאמפאוזער, טעיפ פאברעצירער, עסקן למען ביקור חולי ישראל, בעה"ב פון Toys 2 Discover הר' יונתן שווארטץ ני"ו איז ארויסגעקימען מיט א רוף אז ביזנעס לייט זאלן זיין מער אפגעהיטען זיך צי באהיטען פון אינטערנעט סקעם'ס, און די אלע וואס האבן זיך שוין ליידער אפגעברידט דערמיט זאלן עפענטליך רעדן דערפון און ווארענענן אנדערע און א בחינה שלא תאבוד כדרך שאבד פלוני, יונתן שווארטץ איז ווי געזאגט דער בעה"ב פון Toys 2 Discover, ער פאברעצירט און פארקויפט פארשידענע שפילצייג וואס געפינט זיך כמעט אין א יעדע יודישע שטוב, יונתן איז א איד א מדקדק בקלה כבחמורה און געווענטליך גייט ער נישט נאך די חוקת הגוי אבער מיט איין זאך פירט ער זיך יא אזוי ווי די גוי'שע גאס אז ער טוט פאברעצירען זיינע זאכען אין כינע, דאס קימט נאכדען וואס די יונאין'ס מיט די הילף פון די לינקע פאליטישען'ס האבן באוויזען סוקסעפול אינגאנצן אויסצירייסען די מאניפעקשטערונג ביזנעס פון די פאראייניגטע שטאטון. לעצטענס האט ער באשטעלט א ארדער פון זיין סופלייער, אינטערנעט העקערס האבן זיך אריינגעבראכען אין זיין אימעיל אקעונט און געשיקט אלע אימעילס פון זיין סופלייער צי זיין ספעם פאלדער און געעפענט א ניי אימעיל מיט גאר א קליינע ענדערונג, יונתן האט זיך נישט געכאפט דערויף און אזוי דערלייגט איבער צוויי הינדערט טויזענט דאלער, ער האט געווייערט די געלט צום באקנט אקעונט וואס די חברה האבן אים געגעבן אינעם פאלטשען אימעיל אדערעס, פארשטייט זיך אז ער האט נישט באקימען זיין ריכטיגע ארדער און די געלט איז א פארגאנגענהייט. און א אינטערוויו מיט המודיע זאגט יונתן אז ער האט זיך דערנאך דערוויסט פון נאך גאר אסאך ביזנעס לייט וואס זענענן געפאלען קרבנות צי די סקעם, א טייל מיט אזוי סאך געלט ווי קרוב צי א מיליאן דאלער... אוון זיי ווילען נישט רעדן דערפון מחמת גרויס בושה אז זיי זענענן אריינגעפאלען, יונתן זאגט אז אויב מען וועט מער רעדן דערפון וועט עס העלפן אז מער מענשן זאלען זיין געווארענט דערפון אין נישט ווערן אריינגעכאפט דערמיט. קרעדיט: וואס איז נייעס.
____ "יונתן שווארטץ" איז גאר א אפטע נאמען דערמאנט דא אין אייוועלט - היכל הנגינה, עס איז ערווארטעט בקרוב א אויסשליסליכע אינטערוויו מיט אים דערוועגן.