דיונים ועיונים בפרשת קרח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

דיונים ועיונים בפרשת קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאכצעכמער אז אויף די פרשה זאגט רש"י הק' "פרשה זו יפה נדרשת"

נו, קיינער האט נישט עפעס ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'באקאנטע ווארט, אז משה רבינו האט געזאגט פאר קרח, אם כמות כל האדם, וכו', איז דאך שווער, אז אויב משה האט עס געטוהן פונעם אייגענעם ווילן, פארוואס דארפן זיי שטארבן?

נאר זייער טענה איז געווען, אז דאס איז זיכער אז דער אייבישטער האט טאקע אזוי געזאגט, אבער זיי האבן געהאלטן, אז ווייל משה רבינו האט דאס געבעטן פונעם אייבירשטען, און דער אייבירשטער, האט מסכים געווען, איז אזוי, אין די רגע וואס דער אייבירשטער האט מסכים געווען, איז אזא איינער וואס קריגט דערויף חייב מיתה, אבער מיט וועלעכע מיתה?

האט משה רבינו געזאגט, אויב וועלן זיי שטארבן געהעריג, וועט עס זיין א סימן אז ס'איז געווען מיין אייגענע איידיע, אבער אויב נישט, איז א סימן אז דער אייבירשטער, האט מיר אזוי געהייסן לכתחילה.

כ'דענק נישט פונקטליך פון וועם מ'זאגט דאס נאך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין טאכטער - קענטליך א בת תלמיד חכם... - האט מיר אנגעפרעגט פארוואס קרח'ס גאנצע פארמעגן (וואס איז געווען גאר אסאך, כידוע מגמ' אז 300 קעמלען האבן געטראגן די שליסלן פון זיינע שאץ קאמערן) האט געדארפט אין דער ערד איינגעשלונגן ווערן, אמער מען וואלט דאך דאס געקענט געבן פאר משה רבינו, וועלכער האט זיך אנגעליטן פון אים? (בבחינת יכין וצדיק ילבש).

אויף מיין אויבנאויפיגע ענטפער אז מען טאר נישט הנאה האבן פון א רשע'ס געלט, האט זי באלד צוריקגעפרעגט פון די רכוש מצרים.

רבותי, איך בין סטאטק. הילף געזוכט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פון א גוי'אישע רשע מעג מען יא. פון א אידישן נישט.
דאס איז אויך דער תירוץ פארוואס אין ארץ ישראל טאר מען נישט הנאה האבן פון די רעגירונג, און דאהי אין אמעריקע - לויט רוב פוסקים - מעג מען יא.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

קרעמער האט געשריבן: מיין טאכטער - קענטליך א בת תלמיד חכם... - האט מיר אנגעפרעגט פארוואס קרח'ס גאנצע פארמעגן (וואס איז געווען גאר אסאך, כידוע מגמ' אז 300 קעמלען האבן געטראגן די שליסלן פון זיינע שאץ קאמערן) האט געדארפט אין דער ערד איינגעשלונגן ווערן, אמער מען וואלט דאך דאס געקענט געבן פאר משה רבינו, וועלכער האט זיך אנגעליטן פון אים? (בבחינת יכין וצדיק ילבש).


רבותי, איך בין סטאטק. הילף געזוכט.


קודם קאל:
קרח'ס פארמעגן איז געווען 300 ווייסע אייזלען האבן געטראגן די שליסלעך (די שליסלעך זענען געווען פון לעדער, גאר גרינגע).

צווייטענס קאל:
די רכוש מצרים איז געווען א גזירה מן השמים, אלזא האמיר צוריקבאקומען עפעס פאר די פעטש (וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי ואח"כ יצאו ברכוש גדול).
קרח איז געווען אנדערש, ער האט זיך באהאפטען מיט דתן ואבירם, צוויי טראבעל מעיקער, און געמאכט א שרעקליכע ספליט אין כלל ישראל.

דריטענס קאל: משה רבינו האט געדארפט זיין געלט? ער האט דאך אליין געזאגט "לא חמור אחד"?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אלץ ווייסער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווארשיינליך מיינט ער צו זאגן אז "כמות כל האדם ימותון אלה" אויפן יעצטיגן מאמענט, נישט למחר ולאחר זמן כדרך כל האדם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך דענק און געדענק אז ופקודת כל האדם יפקד מיינט אז זיי וועלן האבן צייט צו שרייבן צוואה, אבער נישט קיין אריכת ימים.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

יעלה ויבא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער אבן עזרא זאגט אויף ויאמרו לא נעלה "יתכן שהי' אהל מועד בתוך המחנה במקום גבוה ע"כ מלת העלו מסביב", מיר איז קשה ערשטנס וואו קומט א מקום גבוה אין מדבר? צווייטענס, משכן קרח איז דאך סביב לאוהל וועט "העלו" באדייטן פון אזוי נאענט פון משכן קורח ביזן אהל מועד, וואס עפעס זאלן אידן גיין צום אהל מועד, פארקערט זיי וואלטן זיך געדארפט פארשפרייטן די אנגער זייט צום מחנה צו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

וקרח ש'פקח' הי' מה ראה לשטות זה. איז מיר קשה, מאן יימר שקרח 'פקח' הי', איז דא עפעס הוכחה'ס דערויף?

ווען רש"י זאל ווען זאגן סתם, "ומה ראה קרח לשטות זה", וואלט ווען נישט גענוג געווען?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויף דעם איז דאך א טייטש "וקרח" וואס איז געווען קרח'ס פעלער "שפקח הי'" ער איז געווען צו קלוג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ליפשיץ,
רש"י ווי געווענליך ברענגט א לשון חז"ל, און אה"נ די ווערטער 'שפקח היה' איז נישט דער בסיס פאר די קשיא אבער מאכט פארט שטערקער די תמי' פאר איינער וואס ווייסט (און חז"ל האבן אלעס געוואוסט) אז ער איז געווען א פיקח.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ליפשיץ האט געשריבן: וקרח ש'פקח' הי' מה ראה לשטות זה. איז מיר קשה, מאן יימר שקרח 'פקח' הי', איז דא עפעס הוכחה'ס דערויף?

ווען רש"י זאל ווען זאגן סתם, "ומה ראה קרח לשטות זה", וואלט ווען נישט גענוג געווען?

הרב ליפשיץ, איבעלערנענדיג די רש"י מערק איך אז דא ליגט עפעס טיפערס, וז"ל הק':

(ז) רב לכם בני לוי -

דבר גדול אמרתי לכם. ולא טיפשים היושכך התרה בהם וקבלו עליהם לקרב, אלא הם חטאו על נפשותם, שנאמר את מחתות החטאים האלה בנפשותם.
וקרח שפקח היהמה ראה לשטות זה?
עינו הטעתו, ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו, שמואל ששקול כנגד משה ואהרן.
אמר: בשבילו אני נמלט, וכ"ד משמרות עומדות לבני בניו כולם מתנבאים ברוח הקודש, שנאמר (ד"ה א' כה, ה) כל אלה בנים להימן.
אמר: אפשר כל הגדולה הזאת עתידה לעמוד ממני ואני אדום?!
לכך נשתתף לבוא לאותה חזקה, ששמע מפי משה שכולם אובדים ואחד נמלט.
אשר יבחר ה' הוא הקדוש, טעה ותלה בעצמו, ולא ראה יפה, לפי שבניו עשו תשובה, ומשה היה רואה.


פארוואס נאכדעם וואס רש"י הק' פארענטפערט שוין אז "הם חטאו על נפשותם" פרעגט ער נאך אמאל "וקרח שפקח הי'"?

עפעס זעט אויס אז ביי רש"י איז געווען ברור אז קרח איז נישט געווען אין כלל פון "חטאו על נפשותם".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער "באור אמרים" אויפן מדרש תנחומא זאגט עפעס א פשט אויף דעם אבער עס שטימט נישט מיט די רש"י אויפן פסוק "החטאים האלה בנפשותם".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצאתי תירוץ נכון בפירוש נחלת יעקב:
אטעטשמענטס
ny.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליכע ענינים דא, ממש א שאד צו לאזן אונטן.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

הרב קרעמער; דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט, קענסט איבערגעבן פאר דעם גבאי דא, אז יעדע וואך פרינט איך ארויס ביידע אשכולות פון די סדרה [ליקוטים/דיונים], און מ'באלעקט זיך די פינגער'ס.

נישט יעדע וואך האב איך צייט צוצולייגן עפעס, אבער היינט יא, לאמיר זיך נעמען דערצו.
**
איך_הער האט געשריבן: ס'באקאנטע ווארט, אז משה רבינו האט געזאגט פאר קרח, אם כמות כל האדם, וכו', איז דאך שווער, אז אויב משה האט עס געטוהן פונעם אייגענעם ווילן, פארוואס דארפן זיי שטארבן?

נאר זייער טענה איז געווען, אז דאס איז זיכער אז דער אייבישטער האט טאקע אזוי געזאגט, אבער זיי האבן געהאלטן, אז ווייל משה רבינו האט דאס געבעטן פונעם אייבירשטען, און דער אייבירשטער, האט מסכים געווען, איז אזוי, אין די רגע וואס דער אייבירשטער האט מסכים געווען, איז אזא איינער וואס קריגט דערויף חייב מיתה, אבער מיט וועלעכע מיתה?

האט משה רבינו געזאגט, אויב וועלן זיי שטארבן געהעריג, וועט עס זיין א סימן אז ס'איז געווען מיין אייגענע איידיע, אבער אויב נישט, איז א סימן אז דער אייבירשטער, האט מיר אזוי געהייסן לכתחילה.

כ'דענק נישט פונקטליך פון וועם מ'זאגט דאס נאך.


ס'שטייט - איך_הער - אין דבר"י בפרשתן דף נד., אויך האט עס זיידעניו [ז"ל?..] צוגעברענגט ביי די ליקוטים אשכול בשם " דברי חיים-צאנז" (תגובה פאסטעט: יוני 22 2008 3:37PM).. איך שרייב עס אזוי ווייל ער האט אסאך לאנגע תגובות.

**

קרעמער האט געשריבן: מיין טאכטער - קענטליך א בת תלמיד חכם... - האט מיר אנגעפרעגט פארוואס קרח'ס גאנצע פארמעגן (וואס איז געווען גאר אסאך, כידוע מגמ' אז 300 קעמלען האבן געטראגן די שליסלן פון זיינע שאץ קאמערן) האט געדארפט אין דער ערד איינגעשלונגן ווערן, אמער מען וואלט דאך דאס געקענט געבן פאר משה רבינו, וועלכער האט זיך אנגעליטן פון אים? (בבחינת יכין וצדיק ילבש).

אויף מיין אויבנאויפיגע ענטפער אז מען טאר נישט הנאה האבן פון א רשע'ס געלט, האט זי באלד צוריקגעפרעגט פון די רכוש מצרים.

רבותי, איך בין סטאטק. הילף געזוכט.


אקעי, איז אזוי: ראשית, דאס איז א שיינע שיינע קשיא, כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון.

איז צוויי תירוצים האט מען שוין געענטפערט, איינס מאשקע, פון א גוי'אישע רשע מעג מען יא. פון א אידישן נישט. זייער שיין און טרעפליך.

ב. האט אלץ-ווייסער געשריבן: משה רבינו האט געדארפט זיין געלט? ער האט דאך אליין געזאגט "לא חמור אחד"?. גוט, גאר גוט!
[זיין "צווייטנס קאל" ווי ער רופט עס, זיין ערשטע שורה מיט צווייטע קלאפן נישט אזוי. זיין ערשטע שורה: "די רכוש מצרים איז געווען א גזירה מן השמים, אלזא האמיר צוריקבאקומען עפעס פאר די פעטש (וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי ואח"כ יצאו ברכוש גדול)". ענדלט אין זיין דריטן תירוץ, אז דארט אין מצרים האט מען געפייניגט דא ביי משה איז נישט געווען קיין "ריזן" צו נעמען, והבן.
די אנדערע שורה: "קרח איז געווען אנדערש, ער האט זיך באהאפטען מיט דתן ואבירם, צוויי טראבעל מעיקער, און געמאכט א שרעקליכע ספליט אין כלל ישראל". ענדלט אין מאשקע'ס תירוץ והבן.

ג. אין ברך משה בפרשתן דף קלה, וז"ל: כי לפי האמור הרי הי' רכושו של קרח חלק בלתי נפרד מן המחלוקת, שהרי קרח טען שמותר לו לחלוק על משה מפני שהוא מופלג בעושר וכו'ע"כ.
ער באציהט זיך דארט צום מדרש די וואך: הה"ד (משלי כב) נבחר שם מעושר רב, נבחר שמו של משה מעשרו של קרח.
מיט דעם ווערט פארענטפערט דיין פראגע אז דוקא ביי קרח האבן זיינע פארמעגנס געמוזט אריינדייוון אין דער ערד אריין, וק"ל.

ד. אחרון אחרון חביב: כ'האב מיך אינטערגעשמייכלט ווען איך האב דאס געזעהן, ווייל ס'קוקט אויס ווי דער שטיקל [וואס איך ברענג שוין צו] רעדט ממש צו דיין טאכטער..
פארשטיי, אויף די פריערדיגע תירוץ [אופן ג'] נעמט מען דיר אוועק די ווערטער פון: כח הפועל בנפעל וכו', וואס דאס איז דאך געווען איר קשיא, אויב נישט נעמען פון אזעלכע חברה וואס זענען די מצריים אנדערש? דערפאר האב איך הנאה געהאט דאס צו זעהן. והא לך דברי ה'ברך משה" בפרשתן דף קמא, וז"ל:
ובכן התמיהה גדולה מאוד איך חכם גדול כמותו ירד פלאים בירידה גדולה כזו? אך יתכן לומר שכ"ז נגרם לו ע"י שמצא אותו אוצר של פרעה ואותו ממון של איסור שהי' ממקור רשע פעל בנפשו פעולות זרות מכח הפועל בנפעל, ואף שישראל נהנו ג"כ מממונם של מצרים, מכ"מ הגין עליהם ציווי השי"ת "דבר נא באזני העם וישאלו", אבל אוצר זה שמצא קרח לא היתה עליו מצות ד', ולכן היתה לפוקה ולמכשול.עכדה"ק.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

צייטליך האט געשריבן: דאכצעכמער אז אויף די פרשה זאגט רש"י הק' "פרשה זו יפה נדרשת"

נו, קיינער האט נישט עפעס ?


אין פרי מגדים טייטשט ער "פרשה זו יפה נדרשת", אז בענין מחלוקות קען יעדער מגיד האבן וואס צו רעדן
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

די ווערטער פון רש"י "יפה נדרשת" איז היבש אינטערעסאנט, נאך אינטערעסאנטער איז מיר געפאלן א טייטשל פון ברך משה, ער זאגט אזוי: אינאמת'ן אריין האט דאך קרח גע'חלישט מקטיר צו זיין די קטרת, נו, וואס האסטו געוואלט ער זאל טון? ער האט געשפירט א גרויסן התלהבות דערצו. אבער באקאנט די גמ' (זבחים) כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב, נו אויב אזוי וואלט קרח זיך נישט געמוזט קריגן אויף אהרן, ער וואלט זיך געקענט אריינזעצן אין ביהמ"ד אין לערנען הל' קטורת און שוין.

דאס זאגט רש"י - טייטשט דער ברך משה - פרשה זו "יפ"ה נדרש"ת" ער וואלט עס געקענט דרש'נען און וואלט נישט געמוזט זיך קריגן. ודפח"ח
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שיינער טייטש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יא, צייטליך באזוכט נאך אמאל אונזער שול.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

לערנענדיג אזוי חו"ר נעכטן האב איך געקלערט אפאר נקודות.

א. וואו האבן די ר"נ איש מקריב געווען די קטורת? האבן זיי עס אריינגעטראגן אין אהל מועד, אדער נאר ביים פתח האהל? מיר האט אויסגעזען אז זיי זענען אלע געשטאנען ביים פתח אהל מועד, און קיינער איז נישט אריין, און דאן זענען זיי אלע פארברענט געווארן (אהרן איז געשטאנען באזונדער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ויעמדו פתח אהל מועד, ומשה ואהרן" און איינער פון די מפרשים לערנט פשט, אז דאס מיינט אז זיי זענען געשטאנען באזונדער), קען זיין אז דער פלאן איז געווען אז זיי וועלן אלע אריינגיין איינס ביי איינס, און מקטיר זיין די קטורת, אבער פארט איז שווער וויאזוי וואלט דער מזבח געהאט פלאץ פאר אזויפיל קטורת.

ב. רש"י זאגט אליצור בן שדיאור וחבריו, מיין פראגע איז, זענען די חברים געווען אנדערע ראשי סנהדראות פון שבט ראובן? אדער ער מיינט דערמיט נשיאים פון אנדערע שבטים?

ג. ויקהל עליהם קרח את כל העדה אל פתח אהל מועד, איז טאקע דער גאנצער געמיינדע דארט געווען, אויב אזוי פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן פאר משה דבר אל העדה לאמר העלו מסביב למשכן קרח דתן ואבירם? דער עולם איז דאך געשטאנען ביים אהל מועד?

ד. סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה. אינטערסאנט ביי כלל ישראל זענען זיי נישט געווען בכלל קאטעגאריזירט אלץ רשעים, ווי באוואוסט, סך הכל זענען זיי געווען לצנים און אויבערחכמים. און דא באטיטלט זיי משה רבינו מיט אזא שיינעם טיטל כאילו דאס איז ביי כלל ישראל א דבר פשוט אז מען האנדלט דא מיט רשעים. זעט אויס אז משה רבינו האט פארשטאנען אז יעדער פארשטייט אליינס אז א לץ אן אויבערחכם איז א רשע.

ה. ותפתח הארץ את פיה וכו' ואת כל האדם אשר לקרח. דאס איז א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט אינאכט גענומען. "נישט נאר קרח דתן ואבירם זענען אריינגעשלונגען געווארן", נאר די אלע זיינע חסידים און נאכשלעפער אויך (אזוי ווי איינער האט שוין פריער געשריבן "עדת אבירם"), אזוי שטייט בפירוש אין די מפרשים אויפן פלאץ, אז עס מיינט כפשוטו, די וואס האבן מיט אים מיטגעהאלטן אין די מחלוקה זענען אויך אריינגעפאלן. לויט דעם פארשטייט מען שוין גוט פארוואס די אידן זענען אנטלאפן כי אמרו פן תבלענו הארץ, זיי האבן געזען אז אזויפיל מענטשן פאלן אריין, האבן זיי נישט געוואוסט צו זיי זענען נישט אויך אויף די ליסטע....

ו. ויהי בהקהל העדה על משה ועל אהרן ויפנו אל אהל מועד. פארוואס זענען זיי געגאנגען צום אהל מועד? עס זעט אויס אז זיי האבן מורא געהאט אז די אידן וועלן זיי פארשטיינערן, און צוליב דעם איז ויבא משה ואהרן אל פני אהל מועד. דער פלא איז אבער אויף וואס עס שטייט נאכדעם, דער אייבערשטער זאגט הרמו מתוך העדה הזאת ואכלה אותם כרגע, אמער, זיי זענען דאך געווען אין אהל מועד, נישט צוזאמען מיט די עדה, ווי אויך טרעפן מיר נישט אז זיי זענען ערגעץ געגאנגען נאכדעם, נאר זיי זענען דארט געבליבן, און משה רבינו זאגט פאר אהרן כי יצא הקצף מלפני ה' החל הנגף. נאך א פליאה, רש"י זאגט אז אהרן האט אפגעשטעלט דעם מלאך המות ויעמוד בין מתים ובין החיים, און ווען דער מלאך המות האט געטענה'ט אז אהרן אלץ שליח פון משה קען אים נישט אפשטעלן וואס ער איז א שליח פון אייבערשטן, האט אהרן געזאגט כלום משה אומר מלבו וכו' לאמיר גיין פרעגן דעם אייבערשטן ער איז דארט מיט משה ביים אהל מועד. ווי טרעפן מיר דען באמת אז דער אייבערשטער זאל הייסן פאר משה רבינו אזוי טון?
די בעלי דרשנים דא קענען פון דעם אות ו. מאכן א שיינעם דרוש, איך האב פשוט נישט יעצט דעם קאפ דערצו.

ז. ויהיו המתים במגפה וכו' מלבד המתים על דבר קרח. זעהט אויס אז דאס איז שוין געווען א באזונדערע חטא, דער וילנו העם על משה וכו'

ח. ומטה אהרן בתוך מטותם, עס איז מיר יעדע יאר שווער, רש"י שרייבט אז מען האט עס געלייגט אינמיטן, אז מען זאל נישט זאגן אז וויבאלד עס איז געלעגן אויף די זייט צו די שכינה האט עס געבליהט, לכאורה האט ער דאך עס געקענט לייגן אויף די אנדערע זייט, און אויב האט ער מורא געהאט אז מען וועט מרנן זיין, האט ער דאך געקענט מורא האבן אז זיי וועלן שוין טרעפן עפעס א סיבה פארוואס פונקט דער מיטעלסטער שטעקן האט געבליט?

ט. הן גוענו אבדנו כולנו אבדנו, כל הקרב הקרב אל משכן ה' ימות האם תמנו לגוע. איך פארשטיי בכלל נישט וואס זיי ווילן דא, סך הכל זענען נדב ואביהוא געשטארבן בהקריבם אש זרה, און די ר"נ איש זענען אויך געשטארבן צוליב דעם זעלבן סיבה, און ביי ביידע איז דאס געווען אן אויסערארדנעטליכער פאל, און ביים פאל פון די ר"נ איש האבן זיי געוואוסט און משה רבינו האט זיי געווארנט אז זיי וועלן שטארבן ווי רש"י זאגט "הם חטאו בנפשותם", ווער נאך איז דען געשטארבן אז זיי פארפירן "כולנו אבדנו, האם תמנו לגוע"?

י. ולא ימתו גם הם גם אתם. דאס האב איך קיינמאל נישט אין אכט גענומען, אז די כהנים זענען מוזהר געווען "במיתה" אז קיין זר זאל נישט אריינקומען אין ביהמ"ק.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האבן דתן ואבירם אויכעט אנטייל גענומען ביי די קטורת קאנטעסט?

אויב יא, דאן פארוואס האט משה פון זיי אוועקגענומען די בחירה ווייל ער האט מתפלל געווען אויף זיי אל תפן אל מנחתם, אויב אזוי זענען זיי קלארע פארלירער.
אויב נישט, דאן וואס איז געווען זייער טענה בכלל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אגב וואס הייסט זיי זענען פארברענט געווארן, איז עס אזוי ווי נדב ואביהו? אדער זייער גאנצער גוף איז אויך פארברענט געווארן, אדער אפילו א זכר פונעם גוף איז אויך נישט געבליבן.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”