דיונים ועיונים בפרשת קרח
נו, קיינער האט נישט עפעס ?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
קרעמער האט געשריבן: מיין טאכטער - קענטליך א בת תלמיד חכם... - האט מיר אנגעפרעגט פארוואס קרח'ס גאנצע פארמעגן (וואס איז געווען גאר אסאך, כידוע מגמ' אז 300 קעמלען האבן געטראגן די שליסלן פון זיינע שאץ קאמערן) האט געדארפט אין דער ערד איינגעשלונגן ווערן, אמער מען וואלט דאך דאס געקענט געבן פאר משה רבינו, וועלכער האט זיך אנגעליטן פון אים? (בבחינת יכין וצדיק ילבש).
רבותי, איך בין סטאטק. הילף געזוכט.
ליפשיץ האט געשריבן: וקרח ש'פקח' הי' מה ראה לשטות זה. איז מיר קשה, מאן יימר שקרח 'פקח' הי', איז דא עפעס הוכחה'ס דערויף?
ווען רש"י זאל ווען זאגן סתם, "ומה ראה קרח לשטות זה", וואלט ווען נישט גענוג געווען?
(ז) רב לכם בני לוי -
דבר גדול אמרתי לכם. ולא טיפשים היושכך התרה בהם וקבלו עליהם לקרב, אלא הם חטאו על נפשותם, שנאמר את מחתות החטאים האלה בנפשותם.
וקרח שפקח היהמה ראה לשטות זה?
עינו הטעתו, ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו, שמואל ששקול כנגד משה ואהרן.
אמר: בשבילו אני נמלט, וכ"ד משמרות עומדות לבני בניו כולם מתנבאים ברוח הקודש, שנאמר (ד"ה א' כה, ה) כל אלה בנים להימן.
אמר: אפשר כל הגדולה הזאת עתידה לעמוד ממני ואני אדום?!
לכך נשתתף לבוא לאותה חזקה, ששמע מפי משה שכולם אובדים ואחד נמלט.
אשר יבחר ה' הוא הקדוש, טעה ותלה בעצמו, ולא ראה יפה, לפי שבניו עשו תשובה, ומשה היה רואה.
איך_הער האט געשריבן: ס'באקאנטע ווארט, אז משה רבינו האט געזאגט פאר קרח, אם כמות כל האדם, וכו', איז דאך שווער, אז אויב משה האט עס געטוהן פונעם אייגענעם ווילן, פארוואס דארפן זיי שטארבן?
נאר זייער טענה איז געווען, אז דאס איז זיכער אז דער אייבישטער האט טאקע אזוי געזאגט, אבער זיי האבן געהאלטן, אז ווייל משה רבינו האט דאס געבעטן פונעם אייבירשטען, און דער אייבירשטער, האט מסכים געווען, איז אזוי, אין די רגע וואס דער אייבירשטער האט מסכים געווען, איז אזא איינער וואס קריגט דערויף חייב מיתה, אבער מיט וועלעכע מיתה?
האט משה רבינו געזאגט, אויב וועלן זיי שטארבן געהעריג, וועט עס זיין א סימן אז ס'איז געווען מיין אייגענע איידיע, אבער אויב נישט, איז א סימן אז דער אייבירשטער, האט מיר אזוי געהייסן לכתחילה.
כ'דענק נישט פונקטליך פון וועם מ'זאגט דאס נאך.
קרעמער האט געשריבן: מיין טאכטער - קענטליך א בת תלמיד חכם... - האט מיר אנגעפרעגט פארוואס קרח'ס גאנצע פארמעגן (וואס איז געווען גאר אסאך, כידוע מגמ' אז 300 קעמלען האבן געטראגן די שליסלן פון זיינע שאץ קאמערן) האט געדארפט אין דער ערד איינגעשלונגן ווערן, אמער מען וואלט דאך דאס געקענט געבן פאר משה רבינו, וועלכער האט זיך אנגעליטן פון אים? (בבחינת יכין וצדיק ילבש).
אויף מיין אויבנאויפיגע ענטפער אז מען טאר נישט הנאה האבן פון א רשע'ס געלט, האט זי באלד צוריקגעפרעגט פון די רכוש מצרים.
רבותי, איך בין סטאטק. הילף געזוכט.