ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט סאסוב ווי זיין זיידע הגה"ק רבי משה לייב מסאסוב האט משמש געווען ברבנות. עטליכע יאר שפעטער בשנת תרמ"ב ווען זיין פאטער דער שם שלמה האט איבערגעלאזט דאס רבנות אין סטריזוב און געווארן רב אין מונקאטש האט מען אים אנגעטראגן דאס רבנות אין סטריזוב און מ'האט אים שוין געהאט געשיקט א קאנסוס אבער אינדערצווישן האט מען אויפגענומען רבי אלטר זאב הורוויץ משענדישוב, און אזוי ארום האט אויסגעבראכן א מחלוקה צווישן רבי אלטר זאב און רבי משה יודא ליב, ס'איז געווען רבנים וואס האבן געשטיצט רבי אלטר זאב און ס'איז געווען רבנים וואס האבן געשטיצט רבי משה יודא ליב [מ'קען זעהן איבער די מחלוקה אין שו"ת מהרא"ש סי' א, שו"ת מי באר סי' לד, און אין נאך ספרים] צום סוף האבן ביידע משמש געווען ברבנות אין סטריזוב ווי מ'האט ביידע בכבוד געהאלטן.
די סיבה פארוואס ער איז געקומען פון סאסוב קיין סטריזוב איז ווייל ס'האט פאסירט א גרויסע שריפה רח"ל אין סאסוב [כ'האב אמאל געהערט אז בעת כהונתו בסאסוב פלעגן די בעלי בתים פון שטאט בשעת ער האט געפירט טיש ליל שב"ק פלעגן זיי אריינקומען אין די קאך פארברענגען די צייט מיט די רביצין, און זו האט דאס ממש נישט אויסגעהאלטן, פלעגט זו ארויפגיין צום ציון פון הרה"ק הרמ"ל מסאסוב זי"ע און בעטן "אז די גאנצע שטאט זאל פארברענט ווערן, און נאר די שטערנ-טיכלעך זאלן בלייבן.." [א"ה, איך שרייב דאס גענוי ווי איך האב דאס געהערט], און לימים איז טאקע געשען א גרויסע שריפה אין שטאט און דעמאלטס איז ער געגאנגען קיין סטריזוב, ווי עס האט פאסירט די מחלוקה.
אגב, כ'האב אמאל געהערט בשם כ"ק אדמו"ר רבי צבי הירש הורוויץ מסטריזוב שליט"א, כי הנה הגה"ק רבי אלטר זאב זצ"ל היה לו חתן הרה"צ רבי נפתלי חיים הלברשטאם זצ"ל בן הגה"ק רבי אלישע מגארליץ זצ"ל, בעפאר די שידוך האט רבי אלישע זיך נאכגעפרעגט אויף משפחת רבי אלטר זאב ביי הגה"ק רבי משה ליב זצ"ל, און ער האט אים געגעבן זייער גוטע "אינפארמעישן..", האט אים רבי אלישע געפרעגט "אבער מ'איז דאך אביסעל צוקריגט?" האט אים רבי משה ליב געענטפערט "יא, אבער משדך געווען מיט אים וואלט איך!.."