אויב לייען איך גוט איז אויף די מצבה פון הה"ק מטשענסטעחויב זצ"ל [חותן הה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע] שטייט דארט אינטן אז זיין שווער הה"ק ר' קלמן מוידאמא איז געווען אן אייניקל פון הה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז, חתן ר' ישראל בן הה"ק החוזה מלובלין, ס'ווינדערט מיר זייער אויף דעם טעות, ווייל הה"ק מפשעדבורז איז טאקע געווען אן איידעם ביי הה"ק ר' ישראל בן החוזה, אבער נאר מזיוו"ר (געהאט פון איר נאר איין זון), די באבע פון טשענסטעחויבער רביצין איז געווען אן אייניקל מזיווג שני, סי'מיר א חידוש מען האט דאס געשריבן אויף די מצבה, כ'גלייב אז הרבנית הצ' מסאטמאר זצ"ל האט דאס געוויסט, [שמעתי, מען האט דערמאנט אמאל פאר בעלה הה"ק מסאטמאר אז די רביצין איז דעם חוזה'ס אן אייניקל, האט ער געוויזן בידו הק' אז ס'יז נישט ריכטיג]