בעל דמיון האט געשריבן:
זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק. איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטסאון ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!
לכאורהטוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!
וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?
איך טראכט אז זיי האבן אנדערע צוויי סיבות דערויף,
1} טירד פארטי טשעקס שמעקט פון מאני לאנדרינג, ווייל וואס עפעס די פאזיטסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? {עיין ערך ווארוויק באנק אחרי פרשות מי"ס ואכמ"ל}
פרישע נייעס סאיז מיר אויס געקימען צי רעדן צי א ערל איך האב עם עפעס געפרעגט וועגן ווי ער האט זיין אקאנט הייבט ער אן מיט קללות אז דע טשעיס זענען חיות זיי האבן עם פארמאכט די אקאנט פון איין מינוט אויף דער אנדערע פרעג איך עם צי נאר פאר עם זאגט ער ניין ער האט עס געהערט בייי זיינע חבירים אויך.
בקיצור לאמיר נישט אויסקיקען ווי די שווארצע אז אלטץ מיינט מען אינז.
יואל שווארטץ האט געשריבן:
איך ווייס שוין דערפון א גוטע פאר חדשים, און אין ק"י האב איך שוין געהערט אזעלכע מעשיות בערך 2 יאר צוריק.
בערך א יאר צוריק האט א אינגערמאן געוואלט נעמען א מארטגעדש ביי טשעיס, האבן זיי אים געזאגט אז ער דארף האבן $45,000 אין זיין טשעקינג אקאונט כאטש איין חודש פאר זיי קענען אים אפראוון. ער האט דיפאזיט דאס געלט, און ממש גלייך דערנאך האבן זיי אים אפגעשפארט זיין אקאונט און אים צוריקגעשיקט דאס געלט אויף די פאסט...
וואס איז די הסבר פון די מעשה, האבן זיי געוואלט טעסטן זיין פינציעלע ערליכקייט? איז עס געווען נאר א צופאל? אדער די געלט איז געקימען ממקורת זרים און עס האט זיי נישט געשמעקט און דערפאר האבן זיין אים אפגעשפארט?
איך בין אויך פון די געליטענע, נישט מיט איין אקאונט נאר מיט עטליכע, (גראדע נאר ביזנעס אקאונטס, מיינע פריוואטע אקאונט האבן זיי מיר נישט פארמאכט, וואס דאס איז א חידוש, ווייל ווען זיי פארמאכן א אקאונט גייען מיט אלע אקאונטס וואס האב נאר שייכות מיט סיי וועלכען סיינער פון די טארגעטעד אקאונט).
זיי האבן מיך שוין ארויס גע'זרק'ט פארגאנגענעם פעברואור, אבער זיי גייען שוין אן מיט דעי שטיק זינט 09', עטליכע גרויסע אקאונטס וואס איך האב זיי אריינגעברענגט האבן זיי נאך עטליכע חדשים פארשיקט, אין די לאקאלע באמטע שעלטן דעם גוטן יאר, ווייל זיי ארבעטן שווער אויף צו בויען טראסט אין לויעלטי ביי די קאמיונעטי, קומט די בעק-אפיס און מאכט א חורבן פון זייער האראוואניע, די לאקאלע באמטע קענען גארנישט טוען, חוץ האבן מיטלייד מיר.
איך האב געפרעגט איינעם פון די לאקאלע ברענטש וואסי פשט דערפון, פארוואס טוען זיי דאס, האט ער מיר מסביר געווען אז זיי האבן די גאווערמענט אויף זייער רוקן, זיי האבן כסדר אודיטס פון פארשידענע גאווערמענט אגענטורן, און לאוו דוקא די FDIC, זיי האבן צו טוען מיט פארשידענע לאו אינפאסמענט אגענוטרן, במילא פרובירן זיי זיך צו מאכן גרינגער, און סיי וואספארא אקאונט עס שמעקט נישט גוט, פליעט ארויס, נאו קוועסטשענס עסקד.
אויף מיין פראגע פארוואס די אנדערע בענק אין די געגנט האבן נישט די אישאו, האט ער מיר מסביר געווען אז די גאווערמענט האט נישט קיין צייט צו אודיטן די טויזענטער קליינע קאמיונעטי בענק איבער גאנץ אמעריקע, פארלייגן זיי זיך אויף די גרויסע ריזן בענק, דארט פרובירן זיי צו מאכן סדר.
און זיי האבן א מעכטיגן סאפיסטעקירטן אלערט סיסטעם וואס אלאמירט זיי אטאמאיטש אויב עפעס פארדעכטיגט קומט פאר, אין אך און ווי ביי וועמענס אקאונט דער סיסטעם צופייפט זיך, זיי פרובירן ניטעמאל צו פרעגן וואס עס גייט פאר, גלייך פארט ארויס א בריוול, אז ביז דרייסיג טעג בוזטו אינדרויסן.
מאנ-יימער האט געשריבן:
סיי וויאזוי האט נישט קיין שום פשט און ס'איז אומ'אחריות'דיג צו זאגן אז זיי צילן אידישע באנק אקאונטס, און דער וואס גיבט די אינטערוויו אויף ק"מ זאל נישט אנדרייען דא קיין סקאנדאלן און מאכן א חילול השם,
נאכדערצו אז יענער...
פון די קאמענטס אויף דענסדיעלס
.ben:
October 14th, 2013 at 1:12 pm
@ Dan, The muslims, have actually engaged in a law suit in June for targeting the arab community, so don’t say its not possible, a branch manager explained me that they know the areas who are community based, & when they fear a risk of one account, the chain is endless http://moneyjihad.wordpress.com/2013/06 ... -accounts/
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
דערמאן איך זיך יעצט אז נאך אין פעבואר האט בענק אף אמעריקע מיר אפגעשפארט מיין קארטל, גוטע היסטארי מיט גוטע קרעדיט ליין, פון איין טאג אויפן צווייטן נישטאמאל א בריוו מיר געשיקט, איך האב זיי אנגעפרעגט האבן זיי מיר געזאגט יא סיז פארמאכט. ווען איך ווייס ווען ... וואלט איך שוין דעמאלט געעפענט די אשכול..
ווייסעך וואס האט געשריבן:
אויף מיין פראגע פארוואס די אנדערע בענק אין די געגנט האבן נישט די אישאו, האט ער מיר מסביר געווען אז די גאווערמענט האט נישט קיין צייט צו אודיטן די טויזענטער קליינע קאמיונעטי בענק איבער גאנץ אמעריקע, פארלייגן זיי זיך אויף די גרויסע ריזן בענק, דארט פרובירן זיי צו מאכן סדר.
מיין אקאונטענט האט מיר טאקע אמאהל געזאגט אז ער טוט ראטן זיינע קאסטומערס אוועקצושטיין פון די גרויסע בענק ווייל דארט האלט די רעגירונג מער מיט אלעס, ווי דו האסט עס דא זייער גוט ארויסגעברענגט.
מענין לענין די זעלבע חילוק איז ווען איינער האט א דשאזמענט אויף זיין נאמען, וועט ער בדרך כלל קענען רואיג אנגיין אין א קליינע קאמיונעטי באנק, (כ'וואלט נישט איינגעשטעלט קיין גרעסערע געלטער אבער עפעס קלענערס קען מען רואיג זיין), משא"כ ביי די גרעסערע בענק דארט שטייען די קאלעקשען אגענטורן און סוירטשען שטענדיג צו יענער האט נישט קיין אקאונט.
אגב די תגובה איז די ערשטע תגובה וואס האט גערעדט דברים של טעם איבער די בלאטע, נישט ווי אנדערע אויבן (וואס האט געהאט א גערוך פון זעלבסט האס) וואס האבן בארעדט די געליטענע און פארזיכערט אז טשעס איז גערעכט און הייליג.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
איך נעם ארויס א מוסר השכל פון די סומאטוכע, "עס איז נישטא אזא זאך ווי גרינג געלט", וויפיל מאל מענטשן האבן געמיינט אז די כלל איז א טעות, אדער אין בעסטען פאל נישט געזאגט געווארן אויף אזא פאל, צום סוף איבערצייגן זיי זיך אז די כלל געוועלטיגט נאך במלואו.
בעל דמיון האט געשריבן:
זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק. איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטסאון ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!
לכאורהטוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!
וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?
איך טראכט אז זיי האבן אנדערע צוויי סיבות דערויף,
1} טירד פארטי טשעקס שמעקט פון מאני לאנדרינג, ווייל וואס עפעס די פאזיטסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? {עיין ערך ווארוויק באנק אחרי פרשות מי"ס ואכמ"ל}
דאס איז פונקטליך וואס זיי האבן געטעהנ׳ט 1 אז איך גנב׳ע זייערע טשעקס און 2 אז איך פיר אן אומליגאלע טשעק קעשינג נאך א מזל אז ס׳איז געווען מיין ווייב און מיין ארבייטער און די קארפערעשין איז אויף מיין נאמען (וואס לעגאל מעג מען אויסקעשן אן ארבייטערס טשעק אבער מען דארף עס טוען דורך די ביזנעס אקאונט און איך האב עס געטוען דורך פאערסאנעל)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
בחורהזעצער האט געשריבן:
איך נעם ארויס א מוסר השכל פון די סומאטוכע, "עס איז נישטא אזא זאך ווי גרינג געלט", וויפיל מאל מענטשן האבן געמיינט אז די כלל איז א טעות, אדער אין בעסטען פאל נישט געזאגט געווארן אויף אזא פאל, צום סוף איבערצייגן זיי זיך אז די כלל געוועלטיגט נאך במלואו.
דער פראבלעם איז נאר אזנאר דוווערסט איבערצייגט, זיי נישט, ווי שרייבט דא איינער אויבן, דער באשעפער האט שוין געהאלפן ס'איז דא בארקליס וכו', די וואס האבן נטש פארשטאנען ביז יעצט פארשטייט ווייטער נישט, אם תכתוש את האויל במכתש לא תסור אולתו ממנו.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
מידער האט געשריבן:
אין אמת'ן קען מען קיין סאך טענות נישט האבן ווען א באנק באשליסט צו אפהאקן מיט א קאסטומער, יעדער אין די פאראייניגטע שטאטן דארף האבן די ברירה מיט וועם ער וויל יא אדער נישט האבן ביזנעס. אבער וואס איז יא א חוצפה, איז דאס צונעמען די פוינטס פון קאנסומערס וואס האבן גענוצט דיין קארטל צו באקומען ריווארדס, און מען זאגט אים דיינע פוינטס זענען גארנישט ווערט. אנטשולדיגט, ווילאנג דיינע קאסטומערס האבן זיך צוגעשטעלט צום ק"ק אגרימענט, האסטו נישט קיין שום רעכט זיי צו בא'גנב'ענען אויף ביזנעס פון וואס דו האסט שיין פארדינט. דאס איז א פראסטע גניבה.
לאו דוקא, ווייל אינעם אגרימענט שטייט אלץ קלאר ארויס אז זיי האבן די רעכט אפצושפארן די אקאונט אן קיין שום סיבה מצידך, און דאס איז אויך קלאר לויט די פאלעסיס פון די אלע ריוואורדס אז אויב די אקאונט ווערט אפגעשפארט ווערט אלעס פארלוירן.
חיות זענען זיי, אבער זיי קענען נישט (און נישט אינטרעסירט) צו גנב'נען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).