Chase באנק אקאנטס און קארטלעך לעצטערע סומאטאכע
עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- קעניגזאן
- שר האלף
- תגובות: 1812
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
- לאקאציע:זעסט מיך נישט?
מידער האט געשריבן: יא, דאס זאג איך. ס'שטייט טאקע אינעם עגרימענט, אבער ווען יענער האט אויסגעפאלגט אלעס און זיך אויפגעפירט מענטשליך, איז דאס גענצליך אומ-יושר יענעם צו בא'עוולה'ן.
זאת ועוד, זיי שרייבן עס אויף אזא דיפלאמאטישע וועג אז די האלדער זאל דאס נישט אויפפאסן. אודאי קען איך נוצן די פוינטס נאר אויב די קארט איז אפען, דאס איז א דבר פשוט. זיי וויל דיר זאגן מכלל הן אתה שומע לאו. אויב וואלטן זיי געשריבן: אויב שפארן מיר אפ דיין אקאונט פארלירט איר אלע פוינטס, דאס וואלט געגעבן א סקרוך פאר א קאסטעמער.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36593
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- יוםטובערליך
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד,
איך דיעל שוין מיט טשעיס א היבשע פאר יאר, און איך קען זאגן די סערוויס איז עקסעלענט.
צוויי מאל במשך די יארן האבן פאסירט אומגעראכטענע מצבים וואס אפאר טשעקס האבן געקראכט - איינמאל ווייל MBNA קרעדיט קארד האט געמאכט א טעות, ארויסגענומען געלט פון די אקאונט, און דאס האט געמאכט טשעקס זאלן קראכן, אפשר וועגן דעם איז די קאמפאני שוין לאנג ארויס פון ביזנעס... - און זיי האבן גערעכנט א פעטע מטבע פער טשעק. איך האב זיי אנגערופן און געבעטן ברחמים זיי זאלן צוריקציען די "פי" פאר די געקראכטע טשעקס, און זיי האבן טאקע געגעבן קרעדיט פאר די פעטע טשארדזשעס, אבער נאר א חלק. זיי האבן גיידליינס וויפיל מ'מעג אראפלאזן אין אזעלכע פעלער, לויט היסטאריע, און וויפיל מאל א יאר, וכו'ו.
זיי זענען זייער געשיקט און סאפיסטיקירט. קען זיין אנדערע אויך, אבער טשעיס איז מיר גוט.
געהאט אפאר מאל וויכוחים מיט זיי אויפ'ן טעלעפאן וועגן פארשידענע ענינים, און אלץ קענען זיי מסביר זיין די זאך בטוב טעם ודעת, ווען מען גיט זיי א טשענס צו רעדן.

- ווייסעך וואס
- שר חמש מאות
- תגובות: 626
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
יא יא ר' יו"ט, כ'דענק נאך ווען איך בין געווען אזוי העפי מיט טעשיס ווי די, איך האב זיי אלץ פרובירט צו פארטיידיגן, אבער עס האט מיר נישט געהאלפן ווען מיין רייע איז געקומען, איז אויב האטס דארט נאר א פריווטע טשעקינג אקאונט און די מאכסט נאר לעדשיט טראנזאקציעס, גוט פאר דיר, וועסט לכאורה דורך לעבן, אבער אויב בוזטו אינוואלוועד מיט זיי מיט מערערע אקאונטס, וואס האבן נאך עטליכע סיינערס, דעמאלט יבוא יומך, וועסט נאך איין טאג פילן דאס וואס דו אלע אידן דא פילן, איי וויש יו אלל די בעסט.
גראדע בין איך עדות אז יעדעס ווארט וואס דו האסט געשריבן איז %100 אמת, אבער עס העלפט נישט ווען דיין רייע איז נעקסט.......
אפשר קענסטו מיר ערלעדיגן אז זיי זאלן מיר צוריק עפענען מיינע אקאונטס, איך זאג צו אז איך גיב זיי א טשענס צו רעדן

יוםטובערליך האט געשריבן: געהאט אפאר מאל וויכוחים מיט זיי אויפ'ן טעלעפאן וועגן פארשידענע ענינים, און אלץ קענען זיי מסביר זיין די זאך בטוב טעם ודעת, ווען מען גיט זיי א טשענס צו רעדן.
אפשר קענסטו מיר ערלעדיגן אז זיי זאלן מיר צוריק עפענען מיינע אקאונטס, איך זאג צו אז איך גיב זיי א טשענס צו רעדן
תכלית הידוע שלא נדע
- ווייסעך וואס
- שר חמש מאות
- תגובות: 626
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
- יוםטובערליך
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד
הערליך געפרעגט:
ענטפער איז, איך בין געווען ביי "עם. ענד טי." א היבשע צייט, אבער זיי זענען געווען זייער אלטמאדיש, געשפארט די באנק דריי נאכמיטאג (איינער געדענקט נאך דאס? גאנץ וומ"ס פלעגט לויפן קיין בראדוועי פינעף צו דריי ווי ווינטער צו מנחה ביי זיבעציג...], און א דיפאזיט נאך 2 אזייגער נאכמיטאג איז געווארן גערעכנט ווי מארגן "אפילו קעש!!!!"
בקיצור, איינמאל איז געווען עפעס וואס איך האב באשלאסן עד כאן העירוב, מען פיצט אפ פון עם. ענד טי.
בין איך מיט די ב"ב תחי' געגאנגען צו פראווידענט. ווי נאר אונז האבן איבערגעטרעטן די שוועל, האבן צוויי באאמטע געגעבן א שרעקליכן קרום מיט די נאז אז די גאנצע געגנט האט זיך געטרייסלט. זיין פנים האט געשריגן אן ווערטער: ווער האט ענק גערופן? איינער זאל אהערקומען קעיר נעמען אויף די פארפאלק וואס א ווינט האט יעצט אריינגעבלאזן, פליז נעמטס קעיר אויף זיי ווייל איך האב נישט קיין נערווען.
מיר האבן דאס פארשוויגן. מען האט זיך אוועקגעזעצט, זיי האבן געבעטן איי-די. מען האט פארגעשטעלט עטליכע דאקומענטן, איינס א פאספארט, וואס האט געהאט עקספייערט אפאר טעג פריער. זיי האבן געזאגט נאך אלעם אז די איי-די'ס פון אונז ביידן זענען נישט גענוג פאר זיי, און זיי קענען נישט עפענען קיין אקאונט לעת עתה.
נו, מיר זענען ארויס מיט איין שמחה, און אריינגעפאלן אין די ארעמעס פון טשעיס, און ב"ה אלעס איז הונדערט פראצענט כשורה עד היום.
גראדע איז היינט "עם. ענד טי." א שטארקע סטאבילע באנק וואס די מבינים גלייכן, ווייל זיי האבן נישט געמאכט קיין קונצן פאר'ן 07' קראך און נישט נאכדעם. זיי זענען אלטמאדיש, גראדע מעכלעך און דאס קען אויך זיין גוט אין געוויסע אומשטענדן. דערווייל בין איך אבער העכסט צופרידן ביי טשעיס.
אגב, איז די טשעיס באנק - די גרויסע חלק, דזשעי. פי. מארגען טשעיס - אונטער שרעקליכע רדיפות פון די "פעדס" (פעדעראלע באאמטע אין וואשינגטאן), וועגן מארטגעדזש קונצן און נאך מיליאן זאכן. ממש אונטער א מייקראסקאפ צו טרעפן עפעס קרימינאל. זיי דארפן באצאלן צווישן 7 און 15 ביליאן דאלאר, און קען זיין נאכמער. זעהט עס די באנק הויפטן האבן געשיקט א באפעל אז לעת עתה מוז מען פארמיידן סיי וועלכע בלאט פלעק פאר יעדן פרייז, און וועגן דעם מאכן זיי צו אזויפיל אקאונטס. יעצט איז לכאורה נישט קיין צייט צו טשעפען מיט זיי אויף די האקעלע ענינים. פארוואס די פעדס פייניגן זיי איז א קשיא פאר זיך, מאנכע זאגן אז ביז לעצטנס האט געהייסן אז טשעיס איז ארויסגעקומען די מערסטע אומבאשעדיגט פונעם גאנצן עקאנאמישן קראך פון אלע "ריזן בענק", און דער הויפט מר. דיימאנט איז שטארק בארימט און געשעצט געווארן דערפאר, און גאנץ מעגליך האט וואשינגטאן באשלאסן אז מען מוז זיך נעמען צו זייערע ביינער. ווער ווייסט.
הערליך געפרעגט:
פאטאקי08 האט געשריבן: וואס ווילסטו אזוי שטארק דוקא א טשעיס אקאונט?
וואס איז שלעכט מיט די אנדערע
ווי פראווידענט אדער עמ ענד טי?

- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13942
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
ווייסעך וואס האט געשריבן: איך בעט דיך! דו מאכסט ליצונות יעצט פון מיר???? דו ווייסט טאקע נישט????
איך מאך נישט קיין לצנות ח"ו
אויף אזויפיל ווייס איך אז טשעיס רעכענט מיר יעדע חודש 6 טאלער
און עמ ענד טי שיקט מיר אויף פאסט אז זיי זענען בחנם
איך האב קיינמאל געטרייט עפעס אנדערש דעריבער ווייס איך נישט
יום טוב האקט...
- מייקראסאפט
- שר האלף
- תגובות: 1064
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am
פאטאקי08 האט געשריבן:ווייסעך וואס האט געשריבן: איך בעט דיך! דו מאכסט ליצונות יעצט פון מיר???? דו ווייסט טאקע נישט????
איך מאך נישט קיין לצנות ח"ו
אויף אזויפיל ווייס איך אז טשעיס רעכענט מיר יעדע חודש 6 טאלער
און עמ ענד טי שיקט מיר אויף פאסט אז זיי זענען בחנם
איך האב קיינמאל געטרייט עפעס אנדערש דעריבער ווייס איך נישט
יום טוב האקט...
פארוואס רעכענען זיי דיר געלט? מיר רעכענען זיי נישט גארנישט... איך בין מיר מחי מיט טשעיס...
- AllAboutAccess
- שר מאה
- תגובות: 194
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm
איך בין מיט M&T באלד 5 יאר, גראדע האבן זיי זיך לעצטענס פארבעסערט מיט לענגערע ביזנעס שעות (ביז 8:00), און מער סאפיסטיקירטע ATM מאשינען, בנוסף צו די מעלה פון גענצליך פרייע טשעקינג אקאונטס.
אבער זענען נאכאלץ היבש צירוקגעשטאנען מיט'ן קלעירן טשעקס (250 גלייך, ס'איבריגע א טאג צו גאר צוויי שפעטער), נישט אננעמען קיין דריטע פארטיי טשעקס (פאר ווער ס'דארף עס וויכטיג), און דאס נישט האבן קיין לאוקעישאנס אויף מערערע פלעצער.
אני כשלעצמי בין מיט דעם אלעם שטארק צופרידן מיט זיי.
ביי M&T, מיט פאוסט דעיטעד טשעקס קענסטו קלאפן א דופן עקומה, זיי וועלן עס אויף קיין פאל נישט דעפאזיט קיין טאג פריער, משא"כ ביי אנדערע מיינעך גייט עס יא דורך.

- שאינו יודע
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7125
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

- הבדלה וויין
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 275
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am
איך האב איינמאל געפרעגט מיין באנק מענעדזשער פארוואס איך קען נישט דעפאזיטען קיין דריטע פארטיי טשעק'ס, איך האב אים פארגעהאלטן אז ליגעל איז עס נישט קיין שום פראבלעם, והא ראי' אלע גרויסע דעפארטמענט סטאר'ס טוישן אויף פעי ראלל טשעק'ס וכדו', און איך האב אויך א ביזנעס אקאונט, ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם מצד די רעגירונג, ס"ה וויל נישט די באנק עס טוען, ווייל זיי האבן מורא אז דער טשעק אייגענטימער וועט קומען טענה'ן אז מען האט גע'גנב'ט די טשעק, און מען קען עס קומען טענה'ן יאר'ן שפעטער, למשל איך געב א טשעק פאר מר. פאטאצקי, קען מר. פאטאצקי טענה'ן אפאר יא שפעטער אז מען האט אים גע'גנב'ט די טשעק, והא ראי' עס איז נישט אריין אין זיין אקאונט, צוליב דעם אלץ פראטעקשאן וויל די באנק זיכער מאכן אז עס גייט טאקע אריין אין פאטאצקי'ס אקאונט.
ממילא פאר די גרויסע אקאונט'ס וועט די באנק עס יא טוען, ווייל זיי זענען נישט אזוי באזארגט אז זיי וועלן פארמאכן די אקאונט און מאכ'ן פליטה מיט די געלט פון די גע'גנב'עטע טשעק, און דאס איז די סיבה אז אויב מען האט א גוטע רילעישאנשיפ מיט די באנק מענעדזשער, וועט ער עס דורכשטופן, אבער אויב עס וואלט געווען אומלעגאל וואלט ווען געווען די זעלבע דין ביי די ארימאן און דער עושר.
לגבי CHASE, ווייס איך נישט וואס די ביג דיעל איז, אין שטאט איז דא גענוג גרויסע בענק ווי למשל בענק אוו אמעריקע אדער קעפיטאל וואן אדער HSBC, TD BANK וכדו', וואס זיי קענען נאך קאמפיטען מיט זייער סערוויס מיט CHASE, קען זיין אין מאנרא איז טאקע נישט דא קיין אנדערע גרויסע בענק, אבער אזא אקאונט ווי למשל יו טי עי, וואלט ווען געקענט אויפסעטן מיט באנק אוו אמעריקע אדער קעפיטעל וואן און זיי וואלטן זיך געביקט צי יו טי עי.

- האלץ האקער
- שר האלף
- תגובות: 1303
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
- לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט
שנאפס האט געשריבן: גיי אריין נאכמיטאג צוויי אזייגער אין טשעיס און אין באנק אוו אמעריקא, און זעה ווי לאנג עס נעמט דיר אנצוקומען צו א טעלער
טשעיס נעמט עס געווענליך אונטער 5 מינוט, ביי באנק אוו אמעריקא קענסטו שטיין א האלבע שעה אין די ליין
יעצט זיכער ווען זיי האבן פארשיקט א שיינע פאר אקאנטס
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
- שאינו יודע
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7125
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
דא
האט איר נאך א פלאץ וואו זיי זענען אין די נייעס איבער זייערע נייע משוגע'תן.