קודם כל זאלסטו וויסן אז קיין שום שער מאשין וואס די גייסט קויפן היינט וועט זיין אזוי שטארק און האלטן אזוי לאנג ווי די אלטע מאשינען (פון תש97...) די Oster מאשין וואס איך בין געווארן אפגעשוירן מיט ביי די דריי יאר שוין קרוב לשלושים שנים צוריק, לעבט נאך ביי מיין טאטן אינדערהיים...
אויף צו ענטפערן דיין שאלה, איך האב טאקע די Wahl Arco SE און איך בין ב"ה זייער צופרידן.
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
איך זעה אז רוב שמשים נוצן אדער די Arco אדער די Bravura מאדעל, וואס וואונדערט מיר איז אז די ביידע זענען אונטער די Wahl Animal Product Line דהיינו עס איז ספעציעל פאר שטוב באשעפענישן, זענען מיר ממש אזוינע אוממענטשן...? איך זעה אז די געווענליכע סארט פון Wahl Pro זענען אפי' ביליגער, איז עס די וועג וויאזוי מיר שערן זיך (פין דיקע האר צו 0) אדער עפעס אנדערש פארוואס דייקא די Pet מאשינען זענען רעקאמאנדירט?