ציונים סעיל

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

בן בוזי האט געשריבן: איך וויל פאקויפן ציוניזם? דער עולם גולם זענען דאך א באנדע ציונים! אמאל האט מען געמיינט אז ציוניזם איז א פילאזאפיע אן אידאלאגיע, היינט איז אבער יעדער א הייסער ציוניסט, ס'איז א דבר השוה לכל נפש, א נחלת הכלל, מ'לויפט קברים קלאפן. אין ברוקלין האט איינער לעצטנס 'אנדעקט' א קבר אויף בעי פארקוויי טוט זיך ביים יאהרצייט א גאלאפ אזאנס וואס נוא יארק האט נאכנישט בייגעוואוינט, אין מאנסי איז לעצטנס (שוין חוץ די ציוה"ק פון הרה"ק מריבניץ זי"ע) געווארן אן אנלויף ביים ציון פון 'משה נוא יארקער', זעה איך דאך אז ס'איז דא דערפאר א דימענד בין איך אריין אין די ביזנעס פון מארקעטן די ציונים וועלכע זענען אוועילעבל פארן ציבור החשוב.

משה ניו יארקער האט דאך כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א מגלה געווען אז ער איז א ל"ו צדיק בחיים חייתו (איך רעד נישט פון די צדיקים במיתתן קרוים חיים)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: א ווארט פון ר׳ משה ז״ל אז כאניאק איז ראשי תיבות חכם נבון וקדוש (חנוק)


דאס איז א ווארט פון שטעפינעשטער מיט וועלכע ר' משה האט זיך שטענדיג ארום געטראגן. ר' משה פלעגט חתמ'נען 'משה חניקס', וואס איז די ר"ת ח'כמים נ'בונים י'ראים ק'דושים ס'בלנים, אמאל האט ער דאס איבערגעזאגט פאר כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא זי"ע בשם דעם שטעפינעשטער, האט דער סקווירא'ר רבי זיך אנגערופען די אלע מילא, אבער 'סבלנים', דאס איז די גרעסטע דרגא.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע:אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

בן בוזי האט געשריבן: דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיינע דורות (ר"ל)....

?ווער האט אוועקגעלייגט זיינע קינדער אויף די פאר טעג אבי צו מאכן אפאר דאללער?
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בן בוזי האט געשריבן: דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזטקיינע דורות (ר"ל)....

ווי שטייט דאס אין די מודעה? איך זעה ניט קיין שלא
וואס מיינט של הניח? א נוטריקן אפשר?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

חיים ושלום האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיינע דורות (ר"ל)....

?ווער האט אוועקגעלייגט זיינע קינדער אויף די פאר טעג אבי צו מאכן אפאר דאללער?

ווער זענען זיינע קינדער?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

קיקיון האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזטקיינע דורות (ר"ל)....

ווי שטייט דאס אין די מודעה? איך זעה ניט קיין שלא
וואס מיינט של הניח? א נוטריקן אפשר?


אולי מיינט ער א סגולה: שלהניח זש"ק
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שמעתי היום מנכדו החביב הבחור המופלא משה שלמה לעווין שי' בשם כ"ק מרן אדמו"ר הרה"צ מראחמסטריווקא-ב"פ שליט"א; ווי באקאנט פלעגט רבי משה ווי א פוילישער חסיד אלעמאל שטארק ממאס זיין עצבות און אומעטיקייט, האט ער אמאל געזאגט פארן ראחמסטריווקער רבי, ביי מיין לוי' וועט מען גיין בבגדי שבת אין שטריימל בעקישע, ואכן כך הוה, זיין לוי' איז פארגעקומען מוצש"ק און די מלווים זענען געגאנגען אנגעטוהן בבגדי שב"ק.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע:אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

שתוקא בתרין האט געשריבן:
חיים ושלום האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיינע דורות (ר"ל)....

?ווער האט אוועקגעלייגט זיינע קינדער אויף די פאר טעג אבי צו מאכן אפאר דאללער?

ווער זענען זיינע קינדער?

עס זענען געבליבן פון זיין טאכטער מרת לעווין א גאנצע משפחה חסידי סלאנים, איינער וואוינט אין שיכון סקווירא ער הייסט רבי בערל לעווין
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

די סעיל גייט ווייטער אן, שוין געגאנגען ב"ה צום נעקסטן שטאפעל
אטעטשמענטס
IMG_20140223_112737.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בארא פארקער אידן נעמען אויף מיט ווארימע הערצער דאס ערפינדונג פונעם ניי אנטדעקטער צדיק נסתר וועלכע איז באגראבן געווארן הארט אינעם 'בעק יארד' דארט אינעם וואשינגטאן סעמיטערי, דער גרויסער פלויט אין וועלכע עס ליגן באערדיגט אומצאליגע צדיקים נסתרים.

דורכאויס די לעצטערע יארן הערשט א גרויסער אויפוואכונג ביי ברוקלינער איינוואונער און ביי די בארא פארק'ער אינדטוהם ספעציפיש, אפיר צו טרעפן די באהאלטענע אוצרות וואס די אידן אין אמעריקא האבן מיט יאהרן פריער דארט באהאלטן אין איר בעק יארד. אין איצטיגער פאל רעדט זיך עס וועגן 'המאור הגאון הגדול שלשלת היוחסין כבוד קדושת שמו שמואל זאנוויל ב"ר שיימא שווארץ" וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי עלמא ער"ח סיון תרע"ב, און ליגט באערדיגט אינעם וואשינגטאן סעמיטערי, לעצטנס איז שוין געשטעלט געווארן א בלעכענעם קאסטן פאר לעכט צונדן און פילע מתפללים לדבר ישועה ורחמים האבן שוין פארצייכנט דאס ארט אלס א ווענדונגס פונקט.

גלויבט מיר בנאמנות, אז אלס א 'קברים האזל' וואלט איך זעלבסט געכאפט התפעלות פון אזא מציבה מיט אזעלכע באצויבערנדע טיטלן, און כ'בין גרייט מודה צו זיין אז כאטש נאכן שוין באזוכן אזויפיל קברים שטארצט זי נאכאלץ ארויס מיט גרעסערע און שענערע טיטלען ווי די אנדערע מציבות פון גרויסע מאורות גדולים. אבער ווען די רעדע איז וועגן סענזאציאנירן א קבר און דאס פארוואנדלן אין א צוציאונגס ארט פאר תפלות ישראל, דארף מען האבן עטוואס אביסל באגרינדונגען, ס'איז נישט רעכט צו מאכן דאס גענאר פון דעם עם חכם ונבון און אויסנוצן ישועת ישראל אויף צו שלאגן קאפיטאל.

דא וואלט איך ניטאמאל פארלאנגט צופיל אינפארמאציע וואס זאל אונטערשטיצן דער טיטל פון 'המאור הגאון הגדול כבוד קדושת שמו' איך וואלט זיך באגנונגט מיט אונטערשטיצע צו דער טיטל 'שלשלת היוחסין', כאטש אזויפיל קען מען פארלאנגען, אז זיי פארצויגענע און פארצווייגטע יחוס זאל פארעפנטליכט ווערן פארן פאבליקום.


דאס איז א נאבעלע און באשיידענע פארלאנג פון אן איינצעלנע יונגערמאן
אהרן הירשקוביטץ, סעקרעטאר פון מורשת חכמי אמעריקא
אטעטשמענטס
schwartz.jpg
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א לאקאלער מח"א איינהייט איז צוריק געקומען מיט פריש געכאפטע בילדער פונעם הייליג ארט, מערקט דאס קאליר-שרייענדע לייכט טורעם וואס די באערדע האבן ספעציעל אויפגעבויעט פאר דעם צוועק.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כ'טראכט ערנסט אריינצוגיין אין ביזנעס אפצוקויפן די ציונים, ס'איבערגעבן פארן ערל ביי די קארנער, אויס מדינה אויס ציונים מאכן א ענד צו אלע צרות און שוין.
וויפיל בעט איר הרב המזכיר?
ס'יז א געהעריגע ליגעל מקח וממכר?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בן בוזי האט געשריבן: א לאקאלער מח"א איינהייט איז צוריק געקומען מיט פריש געכאפטע בילדער פונעם הייליג ארט, מערקט דאס קאליר-שרייענדע לייכט טורעם וואס די באערדע האבן ספעציעל אויפגעבויעט פאר דעם צוועק.

נחמה פורתא, העט זיין ווייניגער טרעפיק אויף די הייוועיס
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שאקירענדע אויפדעקונג, באמת!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער מציבה האט אזויפיל האפט ווי דער כשר לפסחבילד
פ"נ ל (המאור _געווענליך הגדול_ ?)
בן שיימע אן א ר' לכה"פ
אדער איז דאס שיינע?
איך קען ניט קלאר אויסליינען די דאטומס אבער לכאורה שטימט עפעס ניט
www.hebcal.com/converter/?hd=29&hm=Iyyar&hy=5672&h2g=1
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וויאזוי זאגט מיר א חבר? ער האט דזשאָסט געפליפּט א קבר...

ס'איז הימל און ערד, בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. א וועלט ווי אדער פליהט מען אין הימל אדער גייט מען צו די ערד. נארמאלע מענטשן וועלן באלד זיין א נאווינע.

היינט איז ווידער רעקלאמירט געווארן, אז ביים ברודער פון א גרויסער רבי זי"ע וואס איז נסתלק געווארן בדורינו אנו קען מען פועל'ן ישועות להפליא. דער ברודער וואס ליגט אויפן קרית יואל'ער בית עולם איז כלומר'שט א דירעקטע מעסענדזשער צום ברודער הצדיק והקדוש זי"ע. ס'וועלן זיך צונויף זאמלען דארט א מנין אינעם אנגעגעבענעם זמן אפזאגן דער באשטומטער תיקון.

כ'האב אזא הנאה געהאט פון דער רעקלאמע, ס'ווייזט ווי מ'דארף זיך שוין אפילו נישט שעמען ארויס צו גיין בריש גלי מיט אזעלכע מודעות. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א חלום און ס'איז שוין יעצט נארמאל ווי ס'וואלט אזוי געווען דער מנהג ישראל תורה מימים ימימה. און נאכמער ס'גייט דאך אלעס מיטן ניגון. ס'איז נעבעך אזא דור יתום נעבעך אזויפיל אידן דארפן ישועות, נישט יעדער קען פארן אויף קערעסטיר אדער דעמעטשער, נו ווער דען איז אזוי מקורב למלכות און זיצט אינאיינעם מיטן צדיק דארט למעלה? אודאי נאר די "הייליגער" ברודער זיינע וואס ליגט דא לאקאל אינעם בעק יארד. און מחמת וואס דער'עולם איז איינגעהאלטן נישט פוצה פה זיין און פארשרייען די עוולה פון היתכן מ'מאכט אזא גענאר פון אידנטוהם, האט זיך עס דערקייקעלט אז מ'קוקט גאר מיט אפשיי און פאראכטונג קעגן די וואס קלערן בלויז במחשבה, דערקעגן.

וויל איך אייך פרעגן: איז דאס נארמאל? מ'שטייט אויף א בית עולם ווי ס'זענען דא מניינים צדיקים וקדושים מיט יחוס עצמו און יחוס אבות ובראשם דער הייליגער סאטמארער רבי וואס איז געווען א פועל ישועות בקרב הארץ א צדיק אמת, און מ'שרייט ס'איז א דור יתום! ס'נישטא ווי צו גיין! מ'דארף גיין צו א ברודער פון א רבי ווייל ער איז א מעסענדזשער.

ס'איז ארויס פון יעדן פראפארץ!

ווען 'מורשת' האט געטריבן שפאס אויף די 'בערינשטיין סומאטוכע' און אויף די 'שטיינער משוגעת' האבן זיך ארויס געהערט צווישנרופן אויף די געוואגטקייט. אבער מיר האבן גע'טענה'ט מיט רעכט און מיר אייסערן זיך ווידער: דאס עס איז אן אויסדרוקליכער עוולה קעגן די קדושים אשר בארץ המה, ס'איז א בזיון נורא ואיום וואס מ'טוט אפ מיט אזא עם חכם ונבון.

און אויב שפירט איר נאכאלץ אז ס'איז א דור יתום, ס'נישטא קיין טאטע און מאמע און איר נויטיגט זיך אין מתפלל זיין אויף קברי צדיקים. זייט וויסן אז אין אייער בעקיארד -סיי ווי איר וואוינט- ליגן צדיקים וקדושים, וואס בחייהם זענען זיי געווען צדיקים מפורסמים, האבן געוווייטאגט אויף אידישע צרות און פאלגן, זיי האבן אויסגעהערט אידישע צרות און זיי זענען דער אדרעס. מיר האבן נישט קיין השגה אין קיינע צדיקים נסתרים און אודאי נישט נאך זייער שטארבן.



אהרן הירשקוביטץ @ מורשת חכמי אמעריקא
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נו ציונים אין קרית יואל?! פוי!

מחאות נישט ערלויבט

אינטערסאנט צו זעהן אין קרית יואל ארענדזשע קאהנ'ס

עמיר רעדן איבערס א יאר אויף שמחות, וועט מען דאס אייך שוין אויך פארשרייען
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וועלכע צדיק'ס ברודער ליגט אין ק"י

נ.ב. אין מיין הערה דא ל"ו צדיקים נסתרים סאמעטוכע (מ'דארף מישן אראָפציר ), ברענג איך אביסל ארויס מיין ווייטאג אויף דעם משוגע'ס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שמו האט געשריבן: וועלכע צדיק'ס ברודער ליגט אין ק"י

http://dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_5_25_17.pdf
אין אנדערע אויסגאבעס האט עס אן אנדערער נוסח
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אן אבזורד
ווער איז סמוך ונראה צו וועם?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ס'איז אומנארמאל ווי מ'פארוואנדלט א ציבור אידן אין ליימענע גולמות ווי שעף צו די שחיטה, מ'זאגט זיי גיי רעכטס און לינקס און מענטשן פאלגן נאך.

כד רגיז רעי' על ענא
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

א דור יתום, ווער ס'וויל קען זיך ערקלערן טאטע
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

דער תהילים איד האט געשריבן: אויף סעיל? האהא! האב איך דאך געוויסט אז די ציונים וועלן פאלן!

ווארט נאר צי, כשהן יורדין יורדין עד לעפר, באלד איז עס אומזינסט.


מע רעדט טאקע פון ציונים וואס זענען שוין אויפן ערד:lol:
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קיקיון האט געשריבן: אן אבזורד
ווער איז סמוך ונראה צו וועם?



איך בין בכלל נישט באקאנט, אבער ווער איז דער ר' צבי נסתר שטערן זצ"ל?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווערעצקי האט געשריבן: איך בין בכלל נישט באקאנט, אבער ווער איז דער ר' צבי נסתר שטערן זצ"ל?

ליין הגה"צ ר' צבי שטערן זצ"ל רב דביהמ"ד תורת ישראל
אין די וועסט זעהן ווער דער חסידא ופרישא איז געווען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”