בן בוזי האט געשריבן:
איך וויל פאקויפן ציוניזם? דער עולם גולם זענען דאך א באנדע ציונים! אמאל האט מען געמיינט אז ציוניזם איז א פילאזאפיע אן אידאלאגיע, היינט איז אבער יעדער א הייסער ציוניסט, ס'איז א דבר השוה לכל נפש, א נחלת הכלל, מ'לויפט קברים קלאפן. אין ברוקלין האט איינער לעצטנס 'אנדעקט' א קבר אויף בעי פארקוויי טוט זיך ביים יאהרצייט א גאלאפ אזאנס וואס נוא יארק האט נאכנישט בייגעוואוינט, אין מאנסי איז לעצטנס (שוין חוץ די ציוה"ק פון הרה"ק מריבניץ זי"ע) געווארן אן אנלויף ביים ציון פון 'משה נוא יארקער', זעה איך דאך אז ס'איז דא דערפאר א דימענד בין איך אריין אין די ביזנעס פון מארקעטן די ציונים וועלכע זענען אוועילעבל פארן ציבור החשוב.
משה ניו יארקער האט דאך כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א מגלה געווען אז ער איז א ל"ו צדיק בחיים חייתו (איך רעד נישט פון די צדיקים במיתתן קרוים חיים)
ס'איז הימל און ערד, בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. א וועלט ווי אדער פליהט מען אין הימל אדער גייט מען צו די ערד. נארמאלע מענטשן וועלן באלד זיין א נאווינע.
היינט איז ווידער רעקלאמירט געווארן, אז ביים ברודער פון א גרויסער רבי זי"ע וואס איז נסתלק געווארן בדורינו אנו קען מען פועל'ן ישועות להפליא. דער ברודער וואס ליגט אויפן קרית יואל'ער בית עולם איז כלומר'שט א דירעקטע מעסענדזשער צום ברודער הצדיק והקדוש זי"ע. ס'וועלן זיך צונויף זאמלען דארט א מנין אינעם אנגעגעבענעם זמן אפזאגן דער באשטומטער תיקון.
כ'האב אזא הנאה געהאט פון דער רעקלאמע, ס'ווייזט ווי מ'דארף זיך שוין אפילו נישט שעמען ארויס צו גיין בריש גלי מיט אזעלכע מודעות. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א חלום און ס'איז שוין יעצט נארמאל ווי ס'וואלט אזוי געווען דער מנהג ישראל תורה מימים ימימה. און נאכמער ס'גייט דאך אלעס מיטן ניגון. ס'איז נעבעך אזא דור יתום נעבעך אזויפיל אידן דארפן ישועות, נישט יעדער קען פארן אויף קערעסטיר אדער דעמעטשער, נו ווער דען איז אזוי מקורב למלכות און זיצט אינאיינעם מיטן צדיק דארט למעלה? אודאי נאר די "הייליגער" ברודער זיינע וואס ליגט דא לאקאל אינעם בעק יארד. און מחמת וואס דער'עולם איז איינגעהאלטן נישט פוצה פה זיין און פארשרייען די עוולה פון היתכן מ'מאכט אזא גענאר פון אידנטוהם, האט זיך עס דערקייקעלט אז מ'קוקט גאר מיט אפשיי און פאראכטונג קעגן די וואס קלערן בלויז במחשבה, דערקעגן.
וויל איך אייך פרעגן: איז דאס נארמאל? מ'שטייט אויף א בית עולם ווי ס'זענען דא מניינים צדיקים וקדושים מיט יחוס עצמו און יחוס אבות ובראשם דער הייליגער סאטמארער רבי וואס איז געווען א פועל ישועות בקרב הארץ א צדיק אמת, און מ'שרייט ס'איז א דור יתום! ס'נישטא ווי צו גיין! מ'דארף גיין צו א ברודער פון א רבי ווייל ער איז א מעסענדזשער.
ס'איז ארויס פון יעדן פראפארץ!
ווען 'מורשת' האט געטריבן שפאס אויף די 'בערינשטיין סומאטוכע' און אויף די 'שטיינער משוגעת' האבן זיך ארויס געהערט צווישנרופן אויף די געוואגטקייט. אבער מיר האבן גע'טענה'ט מיט רעכט און מיר אייסערן זיך ווידער: דאס עס איז אן אויסדרוקליכער עוולה קעגן די קדושים אשר בארץ המה, ס'איז א בזיון נורא ואיום וואס מ'טוט אפ מיט אזא עם חכם ונבון.
און אויב שפירט איר נאכאלץ אז ס'איז א דור יתום, ס'נישטא קיין טאטע און מאמע און איר נויטיגט זיך אין מתפלל זיין אויף קברי צדיקים. זייט וויסן אז אין אייער בעקיארד -סיי ווי איר וואוינט- ליגן צדיקים וקדושים, וואס בחייהם זענען זיי געווען צדיקים מפורסמים, האבן געוווייטאגט אויף אידישע צרות און פאלגן, זיי האבן אויסגעהערט אידישע צרות און זיי זענען דער אדרעס. מיר האבן נישט קיין השגה אין קיינע צדיקים נסתרים און אודאי נישט נאך זייער שטארבן.
נ.ב. אין מיין הערה דאל"ו צדיקים נסתרים סאמעטוכע(מ'דארף מישן אראָפציר ), ברענג איך אביסל ארויס מיין ווייטאג אויף דעם משוגע'ס
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/