די ערשטע סטעפ ביים קויפן א הויז אין וומסב"ג

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חייםושלום

די ערשטע סטעפ ביים קויפן א הויז אין וומסב"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

שלום עליכם.

איך האב אביסל געלט צו קויפן א הויז, די פראבלעם איז נאר אז איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי אנצוהייבן.
ר
איך וואלט געווואלט לכתחלה אפקויפן א פריוואטע 4 שטאקיגע הויז מיט א שטיקל בעקיארד, נישט קיין קאנדא. אבער וואס טוט מען די ערשטע זאך? איך האב מיך אומגעקוקט און מען זעהט נישט צופיל סיינס "פאר סעיל" - ובפרט אין די היימישע געגנטער. זיכער נישט אויפן אינטערנעט ביי די סייטס וואס מען קען טשעקן וואס איז עוועל.

מאכט סענס אנצוקלאפן ביי א גוי אינדערהיים פרעגן צו ער וויל אפשר ארויסמופן? צו אפש ביי א איד?

איך בין א גרויסער עם הארץ אין די זאכן, ווייל עס האט מיך קיינמאל נישט אינטערסירט, אבער יעצט ווען איך וויל אנצוהייבן טון למעשה דערזעה איך מיך אינגאנצן פארלוירן.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

סאיז דא פיינע היימישע ריעל עסטעיט בראקערס, זיי קענען דיר זייער שיין אנווייזן וואס צו טון, לאזט מיך וויסן אויב איר ווילט איך זאל אייך ריפערן צו אזא איינעם
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ר' חייים שלום: כדי צי קויפן אזא הייזקע ווי די לייגסט אראפ האף איך די האסט און דיין באזיץ א האלב מיליאן גרינע
אז נישט איז א שאד דיין ארבערט זעץ זיך צירוק לערנען ווערסטי מער מצליח זיין
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

רעד צו א בראקער. די גוים אין וויליאמסבורג זענען שווערע בחורים פאר די פאר וואס זענען נאך דא.
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

חייםושלום האט געשריבן: אפקויפן א פריוואטע 4 שטאקיגע הויז מיט א שטיקל בעקיארד


בעל דעת האט געשריבן: צי קויפן אזא הייזקע ווי די לייגסט אראפ האף איך די האסט און דיין באזיץ א האלב מיליאן גרינע


האבעך גוט געליינט?!
האלבן מעלאנע פאר א פיר שטאקיג'ס?

כמיין אז אויב האלט עס ביי דעם, קויף איך היינט צוויי.
א געשפעט האב איך
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

צולייגער; ער רעדט פון א דאונפעימענט, קלאוזינג, וכו'
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

חחח דו כאפסט נישט פון וואסערע מעלאונעס דער צולייגער רעדט דא...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: צולייגער; ער רעדט פון א דאונפעימענט, קלאוזינג, וכו'


נאכאלץ נישט גענוג פאר א פיר שטאקיגן בנין, כהיום הזה.

אויסער אויב ס'געווען א טעות הדפום, און אנשטאט וויליאמס קומט בלומינ.
א געשפעט האב איך
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אין די נעכטיגע דבר יום ביומו
אטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (4.68 KiB) געזען 3055 מאל
חייםושלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

יישר כח פאר די ענטפער'ס

איך וויל פארשטיין וואס איז די זאך מיט א ריעל עסטעיט בראוקער? זיי האבן מער אינפארמאציע ווי יעדעם? איך קען נישט האבן קיין ליסטע פון אלע הייזער וואס איז עוועליבעל?

אויך: דארף מען צאלן מער ווען מען גייט דורך א בראוקער?
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

יא איר קענט הארץ און גערן האבן דעם ליסטע. די פראבלעם איז נאר אז די ליסטע איז ליידיג.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
חייםושלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

וואס איז דעמאלטץ די אויפטוה פון א בראוקער?
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

זאגט, ווי שאפט איר אייערע גראסערי'ס? איר גייט אליינס צום קוה מעלקן די מילך, צום טשיקן פאר אייער, צום פרוכט מארקעט קלויבן פרוכט, צו גפן'ס ווערהאוז צו קויפן טאמעיטא סאוס וכו' וכו'?

זיכער קענט איר אליינס פונקט טרעפן איינעם וואס האלט ביים פארקויפן זיין הויז און שליסן דעם מקח אן קיין יד בראוקער באמצע, אבער פון אייערע ווערטער איז משמע אז איר זוכט הילף צו טרעפן הייזער וואס שטייען צום פארקויפן, אויף דעם איז די ענטפער "בראוקער", זיי זענען אין די ליין פאר ביזנעס! זיי האבן א דאטא באזע פון הייזער וואס שטייען צום פארקויפן און זיי וועלן אייך פרובירן העלפן טרעפן לויט אייער געברויך

הצלחה רבה!
חייםושלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

שכויעך, זייער שיין מסביר געווען - וויאזוי באקומען זיי באצאלט? דער לוקח דארף צאלן אדער דער מוכר? און וויפיל פראצענט?
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ר' חיים שלום איר האט שוין געהערט דיעם אויסדריק "ווען א נער קימט און מארק פרייען זיך אלע שוכרים"

ווי איך פארשטיי האט איר א שיינע פאר טאלער און אייערע באזיץ ווען נישט גלייב איך נישט ביסט דא סתם משיגע צי מאכן דיעם ציבור
אלזא וואלט איך אייך געראטען איר זאלט זיך דורך מיט א עלטערע שוכר פאר איר טיט דע מינדעסטע שריט אז איר זאלט נישט זיין א צועק לשעבר
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
חייםושלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

איך גלייך אייער עדווייז, די מעלה פון שרייבן אנאנים איז אז מען ווייס נישט ווער איך בין, שטעל זיך פאר איך גיי אריין אין מארק מיט די ידיעות וואס איך האב יעצט וועט דאך יעדער לאכן פון מיר, דא לאכט מען כאטש אומוויסנדיג ווער איך בין, וועגן דעם בין איך געקומען דא פאר איך בין געגאנגען צו סיי וועמען.

ביי אונז פלעגט מען זאגן ווער ס'האט די מאה האט די דעה, דא קוק איך ווער עס רעד צו מיר, זעה איך א בעל דעת און א שר המאה. ממש ווי געשמירט.

בקיצור, א תירוץ האסטו אויף מיין פריעדריגע פראגע?
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

בעל דעת האט געשריבן: ר' חייים שלום: כדי צי קויפן אזא הייזקע ווי די לייגסט אראפ האף איך די האסט און דיין באזיץ א האלב מיליאן גרינע
אז נישט איז א שאד דיין ארבערט זעץ זיך צירוק לערנען ווערסטי מער מצליח זיין


פלאס א גיטען קרעדיט היסטארי פאר א מארגעדש. עס איז כדי צו טשעקען די קרעדיט פין פאראויס.
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

פלעכטער האט געשריבן: אין דבר יום ביומו איז געווען א קלעסיפייד עד, א דירה אויף פענן סטריט, 1300 סק"פ, פאר 675,000 דאללער, דאס קומט אויס 519$ א סקווער פיס.

די פרייזען זענען נישט נארמאל.

גיי מיר קיין בלומענבורג...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
Sparkle
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:15 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sparkle »

פלעכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:48 am
פלעכטער האט געשריבן:
אין דבר יום ביומו איז געווען א קלעסיפייד עד, א דירה אויף פענן סטריט, 1300 סק"פ, פאר 675,000 דאללער, דאס קומט אויס 519$ א סקווער פיס.

די פרייזען זענען נישט נארמאל.

גיי מיר קיין בלומענבורג...
Yeps.. $519a square ft
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”