Name Tannenbaum Fábián Age 72 years Birth Year (Estimated) 1825 Father's Name Tannenbaum Wilmos Mother's Name Fränkl Sáli Spouse's Name Rose Hani Event Type Death Event Date 1897. február 6. .Event Place Mezőcsát, Borsod
יש מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 01, 2024 9:14 am
יא ר' בן ציון שרייבט אויף זיך תלמידו.
רבי מנחם מענדל השארית מנחם האט געפירט א ישיבה אין טארנא ביזן ערשטען וועלטס קריג, נאכן קריג האט ער פארמאכט די ישיבה און זיך געזעצט א גאנצע טאג אין בית מדרש עסוק בעבודתו הק'.
איך האב געמאכט א שטיקל ליסטע פון זיינע תלמידים אין טארנא, דער מסעות משה שרייבט אין די מעות קדימה פון די ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן אסאך נעמען, און פון נאך פלעצער.
סיפר הרה"צ ממילדוי זצ"ל: דער נהרי אפרסמון האט געלאזט צוואה אז לאחר פטירתו זאל אים דער בנו הרה"ק השארית מנחם מטארנא ממלא מקום זיין, ביים לויה האט הרה"ק מטארנא געזאגט אז דער טאטע האט אים מכבד געווען צו ווערן רב, און ער נעמט עס אן, אבער צו מקיים זיין דעם "את" לרבות אחיך הגדול, געט ער אוועק די רבנות פארן ברידער דער אמרי מאיר.
נאכן פטירה פונעם אמרי מאיר האט דער שארית מנחם מטארנא מספיד געווען, און בתוך הדברים געזאגט "גיי זאג פארן טאטן אז איך נעם צוריק די רבנות", און ער גייט עס פירען פון טארנא.
די רב העיר פון פוטנאק איז געווארן רבי חיים יהודה טייטלבוים הי"ד חתן האמרי מאיר.
אין א פראגע בויגן - וואס איז לעצטענס געווען אויף אן אוקשען - פארן ספר תולדות רבני הגר, וואס מען האט ארומגעשיקט צו אלע רבנים, און זיי האבן עס געדארף אויספילן און צוריק שיקן, שרייבט די מסעות משה עטליכע פרטים וואס איז נישט געווען באוויסט ביז יעצט, איך שרייב ערשט איבער די פראגעס און זיינע תירוצים:
שם העיר: מילדוי סעפשי. מחוז (פלך): אבאי טארנא. שם הרב: משה טעננענבוים זמן ומקום מולדתו: תרמ"ו פוטנאק.
שם אבותיו ויחוסם: הרה"ק מנחם מענדל נ"י אדמו"ר מטארנא. שם חותנו ויחוסו: מאיר טעננענבוים ז''ל אבד"ק פוטנאק.
שמות רבותיו: אונסדארף - חוסט זי"ע. שמות הרבנים שנסמך מהם להוראה: פאקש - פאררא - טשאטה - ווערפעלעט.
שרת ברבנות מקודם: ט' שנים מנהל הישיבה בפוטנאק. ובשנת: תרע"ד לפ"ק. נתקבל לרב בעיר: מילדוי סעפשי יצ"ו.
שמות הספרים שנדפסו מאתו ותוכנם - השנה ומקום הדפוס: א) הו"ל נהרי אפרסמון שו"ת, סוגיות, ביצה, מזקיני, פוטנאק תרע"א. ב) אמרי מאיר דרשות מחמי ז''ל תרפ"ט. ג) מסעות משה ב"ח תרפ"ה.
שמות הספרים שהם עדיין בכי"ק ותוכנם: א) מפתח לשו"ת ולשאר ענינים. ב) מפתח לשמות השרשים ולהנרדפים. ג) מגילת יוחסין ב"ח.
באיזה ספרים ועתונות שנזכר ושנדפסו ממנו חד"ת: שו"ת מהר"ש ענגעל (ראדאמישלא) - שו"ת פני מבין (אויוואראש) - ים של יהודה (טשאטה) - הנשר - וילקט יוסף - דבר בעתו - אנציקלופדיא נעוויארק.
דערנאך שרייבט ער עטליכע ספרים וואס ער האט ביי זיך בכת"י וואס איז נעלם געווארן ביים קריג וחבל על דאבדין.
אין הנשר שנה י"א כנף ט' (קט"ו) בשנת תש"ג, דערמאנט ער דארט א חיבור פונעם מסעות משה וואס איז גרייט צום דרוק בשם "תולדות ארזי הלבנון", כנראה איז דאס די "מגילת יוחסין ב"ח" וואס ער שרייבט דארט (אות ג').
דירה פון הגאון רבי אברהם יעקב ראזע ערשטע ארטאדאקסישע רב נאכן טיילונג אין קאשוי, חותן הנטע שורק מטשאטה.
אויף זיין טויט שיין בשנת תרל"ג (ער מיטן רעבעצען זענען אוועק פון די חאלערע מגיפה וואס איז דעמאלטס געווען) שטייט די אדרעס: Galamb utca 36 דאס איז די אלט שטאט פון קאשוי.