ניו יארק סיטי מאראטאן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: ניו יארק סיטי מאראטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

אפשר איז צייט אז ניו יארקער זאלן עפענען א פעטיציע?
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: ניו יארק סיטי מאראטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פליגל האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:24 pm
גאווערנאר האוכאל האט באאויפטראגט די MTA זאל אראפקריכן פון בוים מיטן פארלאנג פון די ניו יארק ראוד ראננערס מיטן פארלאנגען די דריי פערטל מעלאונע. באריכטן זאגן נאך מער, די MTA דערלייגט נישט אויפן געשעפט היות זיי ווישן אריין א גוטע 1.1 מעלאונע פון טאללס מער ווי א געווענליכע זונטאג צוליב די פלייץ פון באטייליקטע וואס באניצן זיך מיט די בריקן און טונעלן ביים ארום רייזן אין די סיטי צוליב די געלויף.

די MTA האט לכתחילה זיי געזאגט אז טאמער זיי באצאהלן נישט די פארלאנגטע סכום וועט מען זיי באצווינגן זיך צו באניצן מיטן טונקעלע חלק פונעם בריק, די אונטערשטע שטאק. לעצטענס האבן זיי געטוישט טענער און זאגן אז זיי גייען זיך קענען קלובן וועלכע שטאק, אבער נישט ביידע.

געוועזענער גאווערנאר פאטאקי האט אויך געלאזט הערן זיין אנטריסונג איבער די געלט רייסערייען "די גאנצע וועלט קוקט זיך צו צו ניו יארק יענעם טאג, מען קען דאס נישט אזוי ארויסלאזן נאר ווייל זיי ווילן רייסן געלט". פאטאקי האט דאס נאך געזאגט איידער די היצטיגע גאווערנאר האט געהאט א שאנס עפעס צו זאגן.

די גאווערנארקע האט פארט געבעטן די ראוד ראננערס זאלן זיך דורכקומען מיט די MTA דורך אויפטרייבן הכנסות דורך ניצן זייערע באסעס פאר אדווערטייזמענטס.

די MTA האט נאך דערווייל נישט געלאזט הערן פון זיך איבער דעם ענין.
איז נישט די גאווערנאר בעה״ב אויף די MTA?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: ניו יארק סיטי מאראטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אויף זונטאג חוה"מ איז געפלאנט די יעריגע ברוקלין האלבע מאראטאן. קענט עוו, פון גרינפאוינט ביז די הייוועי, מיט אלע גאסן וואס קומען אריין דערצו, וועלן זיין געשלאסן פארן פארקער. קארס פארקירט אויף קענט עוו וועלן ווערן אוועקגעשלעפט מוצ"ש.

מען וועט נישט קענען אריינפארן אינעם הייוועי פון די היטש פלאץ גאס, מעגליך אז פון פלאשינג יא. אויך קען מען ניצן די אריינגאנג ביי מארסי און סאוט איינס.

פאהרן אויף די גאסן קיין בארא פארק עט נישט זיין א עצה, היות זיי גייען בלאקירן סיי איסטערן פארקוועי ביז ברוקלין עוו, און סיי פלעטבוש עוו פון די עק ביים איסט ריווער ביז עמפייער בלווד.
אטעטשמענטס
Screenshot_20240426_144338_Drive.jpg
Screenshot_20240426_144338_Drive.jpg (279.29 KiB) געזען 228 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”